אזוי ווי איך זע דא אז דער חכמים וסופרים - ידענים און ווארטזאגער'ס רופן זיך נאך גארנישט אהן, מסתמא האבן זיי געווארט איך זאל זיך צאמנעמן און דערמאנען כאטש א חלק פון די ספרים אז זיי זאלן קענען מייעץ זיין, וועל איך טאקע אנהייבן שרייבען פון וואס איך האב זיך צאמגענומען און ס'איז מסתמא דא נאך, וזה החלי:
א) המשכן וכליו - בגדי כהונה,הרב ישראל חיים בלומנטל ז"ל - ירושלים תש"ח - ושנית ע"י בנו י-ם תשל"ה, ב' קונטרסים נפרדים,
ב) ספר תבנית המשכן וכליו,הרב שלום דוב שטיינבערג, ירושלים תשנ"ה, יו"ל מקודם בג' קונטרסים נפרדים תשנ"א,
ג) כל כלי המקדש בצבעם המקורי,הרב ש. שפר - ע"י הרב יעקב ויסברג, ב' קונטרסים, 1 בצבע רגיל 2 בצבע מיוחד ?,
ד) ספר - משכן ה',הרב שמעון שפיאצקי, ירושלם תשנ"ד,
ה) ספר המשכן,הרב אברהם בידרמאן - ע"י ארטסקרול מסורה, ? תשע"?, יש ג"כ בתרגום ענגליש,
ו) ספר המשכן בתפארתו,הרב דוד מייערס, ??,
ווער עס איז ממשיך מיט'ן שרייבען נאך ספרים, ביטע זיך האלטען צו די אותיות !
כ'גלייב אז כ'בין נישט דער איינציגסטער וואס קען נישט מחליט זיין וועלכען ספר צו נוצען, און וויבאלד אז אין די קומענדיג שבת קודש וועט מען שוין ביי מנחה אנהייבען ליינען פ' תרומה איז הזמן קצר והמלאכה מרובה, על כן בעט איך אז עס איז כדי פאר סיי ווער עס האט הערות צו איבער די מעלות איינס איבער'ן אנדרען כגון קלאר'רע בילדער - בעסער און הסברה - נענטער און קראנט'ר צום מציאות ע"פ גדולי המפרשים, אדער ענליכ'ס זאלן זיך ביטע אנרופען - ותשועה ברוב יועץ ! פון אלע קאמענטארן פארשטייט זיך אז עס איז נישט שולל צו זיין איינס פון א צווייטע אז סאיז נישט גוט, נאר יעדע תקופה האט זיך וואס איז גוט פאר איהם, און קען זיין יעדער האט אן אנדרע טעם - וועט מען טאקע דא אויסגעפונען, יישר כחכם - בא ונצא !
כ'וועל צולייגן ענליך צו וואס כ'האב דערמאנט וואס קען זיין די עולם וועט דאס אויך נוצען, א דערווייל נאכנישט געזעהן קיין הערות קוקט אויס די עולם וועט זיך דארפן אליין'ס קלויבען, כ'בין נישט ממשיך מיט די אותיות ווייל ס'נישט ספרים באופן הנ"ל,
1) פשוטע בילדער און די חומשים,בפרט עוז והדר וועט לכאורה פארגרינגערן צו פארשטיין, 2) א משכן צוזאם שטעל,האב איך לעצט'נס געהערט פון מיט די זעלבע קאלירן פון די משכן [כמעט] און די אינטשעס לויט די אמות, גאר ווינדערליך פאר ווער עס האט עס געזעהן, אויך קען מען צולייגען א מדרש חז"ל וואס איז מסביר מורא'דיג די בנין המשכן והמסתעף, און ס'איז בכלל נישט געדרוקט נישט און'עם ש"ס און נישט און די מדרשים סעט"ס, און די עצם מדרש איז בכלל נישט נמצא ביד כל אדם און אפילו און חק"ס'ען, דאס הייסט: 3) ברייתא דמלאכת המשכן,- ברם זכור אותם לטוב עוז והדר [מהודרה מהרחבת] וואס האבן עס אריינגעדריקט און'עם חומש און מזכה געוועהן דעהם רבים, און אויך האבן זיי עס גאר שיין איבער געדרוקט און צוגעלייגט א ביאור פון הגאון ר' חיים קנייבסקי שליט"א, אאההרנ"ע ותן בליבנו בינה להבין ולהשכיל לשמוע ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים וכו' ויהי רצון לראות בבנין ב"ה כשיחזור כל העבודה לאיתנו הראשון במהרה בימינו, אכי"ר.
כ'וועל ממשיך זיין מיט די נומערין [נישט מיט די אותית] ספרים וואס דער עולם ניצט ביאורים און טבלאות צו פארשטיין די מקראות מיט רש"י בעיקרו [און איז נישט מיוסד פאר די משכן וכלים זעלבסט ווי די מיט די אותיות],
4) רש"י כפשוטו,הערליכע בילדער און טבלאות אויף די הקמת המשכן וכלים און פרשת תרומה - תצוה, 5) תורת רש"י[- תורת מר"ם],ר' מר'דכי מ'נחם (מענדל) רייך, קלארע טבלאות וואס זענען מורא'דיג מסביר די פרשה,
עס איז זיכער אז א גרויסע עולם באגעניגט זיך צו פארשטיין די פסוקים מיט די דערמאנטע ביאורים אויף רש"י, די שאלה איז יעצט צו עס איז טאקע שואליכענן האט געשריבן די מעלה אנע קאלירט'ע בילדער, דאמאלט'ס איז רש"י כפשוטו אויך א גוטע מהלך, אבער עכ"ז קוקט עס מיר אויס צו זיין נאך אלס זייער קאמפליצירט פון וואס כ'דענק פון אנדרע יארן,
איך האב רעקאמאנדירט בלומענטאל'ס קונטרסים, לגבי די שיינקייט פון די כלים און קלארקייט פון די בילדער. ער דעקט אבער נישט אלעס, און געוויסע דעטאלן (למשל וויאזוי די קלעים האבן געהאנגען אויף די עמודים) ווערט ביי אים נישט דערמאנט.
איך ווייס נישט צי עס באלאנגט אין דאזיגן אשכול, אבער איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן ווער פון די אלע מפרשים אדער בילדער-ספרים עס נעמט שיין קעיר פון די סתירות די וואך (תצוה) אין רש"י הק' ווי ברייט דער אפוד איז געווען. ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן, זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק.
שואלכענין האט געשריבן:
איך ווייס נישט צי עס באלאנגט אין דאזיגן אשכול, אבער איך בין שטארק נייגעריג צו וויסן ווער פון די אלע מפרשים אדער בילדער-ספרים עס נעמט שיין קעיר פון די סתירות די וואך (תצוה) אין רש"י הק' ווי ברייט דער אפוד איז געווען. ווער עס ווייסט עפעס דערוועגן, זאל זיך ביטע לאזן הערן, א דאנק.
רש"י שרייבט אנהייב סדרה אז די אפוד איז געווען בלויז אזוי ברייט ווי דער ריקן, און שפעטער שרייבט ער אז איז אנגעקומען פארנט פונעם כהן ביז די עקן פונעם חושן.