Re: Chords
איך ווייס נישט.fiena nieas האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:53 pmמען קען זיך עס נישט לערנען?פליישיגע פשטיד''א האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:46 pmשפילן די מעלאדי פון א ניגון, איז מער א טעקניקל חוש ווי א מיוזיקעל חוש.fiena nieas האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 28, 2024 1:08 amדאס איז געזאגט געווארן אפילו מען קען שפילן ניגונים אבער קארדס קען מען נישט?פליישיגע פשטיד''א האט געשריבן: ↑ דינסטאג פעברואר 27, 2024 8:36 pmלדעתי איז קארדס א זאך וואס האט נישט קיין מהלך אינעם כח ההסברה צו געבן צו פארשטיין.
דער וואס איז מיוזיקאל, וועט גלייך פיהלן אז דא קומט אזא קארד, אבער וועט דיך נישט קענען מסביר זיין קיין סברה דערביי.
נאר, "דא קומט עס" וועט ער דיר ענטפערן.
נאר וואס?! ווער נישט אזוי דערשראקן! אסאך מאל אויב ליגט מען אין דעם, וועט מען צוביסלעך כאפן די מהלך און קען זיין אפי' אליין פיהלן און פארשטיין.
לאגיק-פארשטאנד-הסבר.. עקזיסטירט נישט ביי מיוזיק. עס איז א 'חוש' וואס די באשעפער האט געגעבן נאר פאר געוויסע, בעת דיין נאנסטע חבר העט נישט האבן קיין אנונג פון וואס דו רעדסט.
קענסט מיר מסביר זיין ווי שטעקט די שיינקייט ווען דיין הארמאני לויפט פינקט לויטן קארד, וואס וועט זיין ווען די זינגסט א האלבע נאויט העכער?
איך האב נישט קיין תירץ דערויף, עס איז א הרגשה, וואס איז כמעט אוממעגליך מיטצוטיילן מיט א צווייטן וואס איז נישט מיוזיקאל.
איך קען דיר אפשר אויסזאגן אז דא קומט די קארד, אבער וואס האב איך דערפון ווען די קוקסט מיך אן מיט א פנים פון "גזירה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה", וועסט נאכאלץ נישט פארשטיין פארוואס די קארד באלאנגט דווקא דא.
דאס איז עס. איינער פארשטייט, און דער צווייטער מער...
אבער דער דריטער האט נישט קיין מושג פון וואס דו רעדסט.
איך זאג נישט, מ'מוז זיין א געויסע פערצענט מיוזיקעל צו קענען אויפכאפן פינקטליך די מעלאדי.
אבער קארדס איז א טיפע משמעות אין מיוזיק.(פאר דער וואס פארשטייט איז עס זייער פשוט)
דאס דארפסטו פרעגן א מיוזיק טיטשער.
עס זענען דא געוויסע שפילער'ס וואס האבן קיינמאל נישט געקענט נאר בעסיק קארד'ס, און עד היום האבן זיי נאטן פאר קארד'ס.
אבער פארהאן אמאל וואס א מענטש פארמאגט בעצם דעם חוש, נאר ער האט עס קיינמאל נישט אויפגעבויעט, אזא איינער קען עס זיכער ארויסברענגען מכח אל הפועל דורכ'ן ליגן אין דעם.
איך וואלט דיר געראטן, עס צו פרובירן צו אויסלערנען, אויב זעהסטו נאך א שטיק צייט, אז דו קענסט שוין פיהלן געוויסע פלעצער אליין וועלכע קארד באלאנגט דא, דאן גיי אן.
אבער אויב פיהלסטו סתם ווי איינער וואס פאלגט דעם רעסעפי בוק אן עס פארשטיין, דאן מיין איך אז עס איז נישט געמאכט פאר דיר, און וועסט עס נישט ענדשויען (לעניית דעתי).
הצלחה.