Re: אימעיל דאמעין
איך קאלעקט רענט פאר 10 בנינים,
איך האב א סאפטווער וואס שיקט ארויס אן אימעיל רומיינדער יעדע ערשטע למספרם, אזוי אויך ווען ער באצאלט באקומט ער אן אימעיל רעסיט.
דא איז איין פלאץ ווי איך דארף א באזונדערע אימעיל פאר יעדע קליענט, כדי די טענענט זאל כאילו באקומען די אימעיל פון זיין לענדלארד׳ס דיסק, נישט פון א דזענארעל קאמפעני אדרעסס.
אזוי אויך דארף ער קענען ריפלייען צו דעם אימעיל מיט א הערה וכדומה
ווייטער, ווען די טענענט באצאלט מיט א ק״ק דארף פידעליטי שיקן אן אימעיל דערוועגן,
נאך א סיבה פארוואס די אימעיל דארף קענען באקומען אינקאמינג מעיל
ס׳איז אויך מעגליך אז איך וועל דארפן א באזונדערע אימעיל אדרעס פאר יעדן, כדי אופצוסעטן באזונדערע פידעליטי אקאונטס.
פאר די צווייטע און די דריטע חלקים, וואס זענען אינטערנעל, צווישן מיר מיט די לענדלארד וכדומה, קען איך באמת האבן באזונדערע דזימעיל אדרעסן פאר יעדעם, און אזוי מסדר זיין,
הגם ס׳איז נישט פראפעשאנעל אויב/ווען איך וויל בעז״ה אויסברייטערן די ביזנעס, אבער פאר דערווייל קען עס זיכער ארבעטן.
אבער פאר דע ערשטע חלק איז יא וויכטיג אז ס׳זאל זיין די לענדלארד @ די קאמפאני.
עד כאן המשל.