איי איי נאסטלאגישע זכרונות וואס מ'האמיר פון דעם פיר שטאקיגן בנין, טאקע פיר שטאקן אבער אכט שטאק הויך מיט די לאאאנגע שטיגן ביי אלע זייטן, די שטענדיגע גערוך וואס האט אונז באגלייט די אלע יארן, די געשלעגן מיט די ערלים אין הויף...
לאורדיתגובה וואס האט געברענגט א פלייץ זכרונות עפענן מיר די אשכול און יעדער ווערט געבעטן צו מוסיף זיין..
מיללער האט געשריבן:
דער שלאנקער אוליי פון טרופ עוו. אינאיינעם מיט הענרי און פרענקי, האבן גענוצט יאסל רייכס מעסערס אינעם אנפאל, אברהם שייע האט געשריגן אז פאר 6:18 האט קיינער נישט צאמצופאקן, אבער די זשאמעיקישע כושים האבן געלאכט פונעם אין די פויסטן.
דער מאסיווער בנין ציהט זיך פון א גאנצע עוו בלאק, א חשבון פון 5 שטאק, נישט 4, די שטאקן האט מען הערשט אנגעהויבן ציילן העכער די לאנטש רום. דער בנין איז דוכציך געבויעט געווארן 1905 אדער 1911. די מוסדות האבן עס איבערגענומען בשנת תשמ"ג אדער מ"ד. עס האט געברויכט איבערנעמען די אפגעברענטע דעגראו סט בנין.
עס איז א שטארק פעסט געבויעטער בנין, אלעס איז געווען געמאכט מיט שווערע מאטריאל, די דעכער הויך 15-16 פיס, פענסטער ארום 12 פיס הויך, פון די סטיעם ביזן דאך.
אזוינע שווערע הילצערנע געקעסטעלטע פענסטער, ארום 12 פער שטיקל טיימס 2=24, איעדע קלאס רום האט געהאט ארום 4 פענסטער, און די קארנערס האבן געהאט 3 איעדע זייט, צי א טאטעל פון 6. אויב האציך אויפגעפאנטשט א שטיקל גלאז האט צובארי ארויפגעלייגט א פלעקסי גלאז מיט סיליקאון, און די רבי האט נישט געלאזט אראפנעמען די שולעכץ דערפון כדי עס זאל נישט אריינשיינען די זון. און אויב עס'ז יא געלונגען עס אפצישיילען ביי ענגליש ווען די טיטשער האט נישט געזען האט צובארי עס אפגעפעינט...
די טישן און בענק מיט די לעדלעך און אן די לעדלעך.. איעדע שטיק צייט האט ר' יאסל רייך ארויפגעשיקט א צעטיל ווי אלע מלמדים האבן געקענט אריינשרייבן וואס זיי ווילן מ'זאל פאררעכטען, געווענליך איז מען נישט אנגעקומען דערצו..
ר' משה מנהל'ס אפיס דארט אויבן העכער די טרעפ, מ'אט'ס גערופן די פינפטע שטאק...
דאס "ביהמ"ד" איז געווען ווי "אלע כתות" האבן געדאווענט, די ארון הקודש איז געווען אויפן סטעידזש, צו דרום זייט.. מיט די אוידיטוריום אריינגעבויעטע בענקלעך, די ברוינע בענקלעך פאר די זייטיגע און די ליכטיגע אינמיטען.
איעדע מלמד האט געהאט א עמוד'ל. ר' אברהם שייע אלס בעל קורא און ענגליש משגיח פון וועם אלע אן אויסנאם האבן געציטערט.. די גוים האבן געוואוסט אז אין קעמפ גייט ער קעיר נעמען פון זיי...
די קעלט אין דעם בנין, אוי איז דאס געווען אן אפקימעניש, די סטיעם פלעגט עמטליך קרעכצן און קוים ארבייטן, פון איין זייט פלעגט שפריצען פארע און די אנדערע זייט געווען קאלט...
א טוץ מיט זכרונות.. בייזע און גוטע...
דער עולם האקט. יאנקל, דערמאן מיך נישט פון די סארדינס... וווועעעעךךךךך כ'ברעך נאך היינט ווען כ'זע'ס אין סטאר...
דמיות פון טרופ: ר' משה מנהל, ר' אברהם שייע, יאסל רייך, ראביי סעבא, מר. דן-בלאו, מר. געביוף, סאבארי, מר. גרינבערג, מר. אבערגאז, אוליי, פרענקי, הענרי, ר' קליין דער פלאמבער.
די פעפער און אויל פעקטארי קעגן איבער האט אלץ געברענגט שווערע גערוכן וואס האבן צומאל דערגרייכט ביז די טיר פון חדר.
די באסעס פלעגן "דורכפליען" גאנץ מארסי עוועניו, כ'מיין ס'איז געווען די איינציגסטע גאס אין וומ"ס וואס האט געהאט די לייטס אויסגעשטעלט צו קענען דורכמאכן פון פלאשינג ביז הופער אין איין צי גרין לייטס.
איי, די הויף, די זיבן-אכט באזונדערע הויפן.
בעל קורא? אין מיינע צייטן האט רוב מאל געליינט ר' יחזקאל יואל סאמעט זז"ג, די "זאאאאאאאת" מיט'ן "מונח" איז געווען א פלעזשור יעדן ראש חודש.