ליסטע פון זאכן צו וויסען ביים מופען
אויסער די הויפט שוועריגקייטן פון די דירה, טרעפן א גוטע דירה, און געלט צו דינגען/קויפן, מארטגידזש, וכו',
איז נאך פארהאן צענדליגע קלענערע זאכן וואס מוז אויך ערלעדיגט ווערן ביים טוישן וואוינונג.
וואלט איך געוואלט האבן א פונקטליכע ליסט, פון אלע קלענערע איינצעלהייטן וואס איך וועל מוזען מסדר זיין, און נעמען אין באטראכט / פון אנהייב ביזן סוף.
און בערך וויפיל טעג/וואכן פארן מופען איז די בעסטע צייט צו מסדר זיין דאס.
למשל:
1) טוישן די אדרעסן ביים פאסט אפיס [זמן א וואך פארן מופען? - מ' דארף דאס טוהן ביים פאסט אפיס? אויפן טעל?]
2) באשטעלן טעל. סערוויס אין די נייע הויז [זמן?]
3) קענסלען די טעל. אין די אלטע הויז
4) איינשרייבן די קינדער אין חדר/סקול
5) ווי צו דאווענען בחול/בשב"ק
6) חברותא ללימוד בערב ובוקר
7) דאקטאר אפיס
8) געשעפטן ווי איינצוקויפן
9) ליסטע פון וויכטיגע טעל. נומערן (טעקסי, הצלה וכו')
דירה
8) פענטן, סקרעיפן, קלינען די דירה
9) איינקויפן עפלייענסעס
10) איינקויפן גראסערי ארדער
11) פארשאפן באקסעס וכו'
12) איינפאקן אלעס פארן מופען (אין באקסעס וכו')
13) אויספאקן אלעס אויפן פלאץ, אין די נייע דירה
14) אפווארטן די יוטיליטי קאמפאניס, בבית החדש, ווען זיי דארפן קומען
15) דרייווערס לייסענס
16) באשטעלן א מאווינג קאמפאני
17) מודיע זיין פאר די קאנטאקס די נייע אינפארמאציעס
18) אא"וו
יישר כח למפרע פאר אלע וואס וועלן דא ארויסהעלפן מיט די רשימה.
איך פארשטיי אז די אלע וואס האבן שוין טועם געווען די טעם פון מופען וועלן קענען דא מודיע זיין פון די אייגענע ערפארונג די אלע פרטים, און זייטיגע שוועריגקייטן וואס מ'דארף זיך רישען צו מסדר זיין.
און אויב מ'איז צוגעגרייט פון פאראויס קען מען דאס מסדר זיין בעוד מועד, מיט א רואיגקייט.