למשפחותם לבית אבותם
די טעסט איז א ספעציעלע טעסט פאר בן אחר בן, און מיט די צייט וועלן פיל משפחות קענען געוואויר ווערן זייער יחוס בן אחר בן.
לדוגמא, מען האט גענומען טעסטס פון עטליכע מענטשן וואס האבן א קלארע יחוס צו משפחת קאצענעלנבויגן, און די רעזולטאטן זענען אייניג. יעצט קען קומען איינער וואס האט נישט קיין ידיעות איבער זיין יחוס, און נאך וואס ער וועט אויך נעמען אזא DNA טעסט, קען זיין אז די רעזולטאט וועט זיין אז ער שטאמט גאר בן אחר בן פונעם מהר"ם מפאדווא.
לעת עתה ווערט געזוכט מענטשן וואס האבן א קלארע יחוס בן אחר בן צו פארשידענע גדולי ישראל פון די פריערדיגע דורות, אז אנדערע משפחות זאלן אויך קענען נהנה זיין און געוואויר ווערן אויב זיי שטאמען פון די דאזיגע גדולים.