היינטיגע טאג אין היסטאריע
-----
לאמיר אנפאנגן מיט היינט מארטש 30 למספרם.
אין מארטש 30 1981 איז פרעזידענט רעיגן געשאסן געווארן אינדרויסן פון א וואשינגטאן די. סי. האטעל דורך א מענטש מיטן נאמען דשאן הינקלי.
ער האט פונקט געהאט געענדיגט א לעיבער מיטינג און געווען אויפן וועג צו זיין לעמעזין, צוזאמען מיט זיינע באגלייטער, ווען הינקלי, וואס איז געווען צווישן די רעפארטער, האט אויסגעשאסן 6 קוילן, אויף רעיגן און 3 באגלייטער.
מען האט גלייך אומשעדליך געמאכט הינקלי, אריינגעווארפן רעיגן אין לעמאזין און אפגעיאגט קיין דשארדש וואשינגטאן יוניווערסעטי שפיטאל.
רעיגאן איז געשאסן געווארן איז זיין לינקע לונג, און דער .22 קאליבאר בולעט האט פונקט פארפאסט זיין הארץ.
אין א העאראשיע שריט פון זיין זייט האט ער פארוואונדערטערהייט, אין די עלטער פון 70 יאר, אריינשפאצירט אין שפיטאל מיט די אייגענע כוחות. ער איז געווען אין זיין געווענליכע גוטע גיסטע, און זיך געוויצלט מיט די סורדשענטס אז ער האפט זיי זענען רעפאבליקאנער...
די סורדשערי האט אנגעהאלטן 2 שעה, און די נעקסטע טאג האט ער שוין אונטערגעשריבן א צעטל פון זיין שפיטאל בעט.
אפריל 11 איז ער געווען צוריק אין ווייסן הויז און באקומען א קעניגליכע אויפנאמע פון קאנגרעסס.
זיין פאפולעריטי איז ארויפגעשפרינגען און אין אוגעסט האט קאנגרעסס דורכגעשטיפט זיין עקאנאמישע בילל, מיט דעמעקראטן וואס האבן געוואויט דערפאר.
(איינע פון די פארוואונדעטע איז געווען א מאן מיט די נאמען דשעימס ברעדי. ער איז שיעור געשטארבן פון די וואונדן, אבער למעשה ׳נאר׳ געליטן פון פערמענענט ברעין דעמעדש. ער איז שפעטער געווארן א גרויסע שטיצער פאר גאן קאנטראל, און אין 1993 האט קאנגרעסס געפעסט א גאן קאנטראל געזעץ מיטן נאמען "ברעדי בילל". פרעזידענט קלינטאן האט אונטערגעשריבן די געזעץ.)
נאכן ווערן ארעסטירט איז הינקלי געווארן געטשארטשט אויף פעדעראל טשארטשעס פון פרובירן צו הרגנען דעם פרעזידענט. זיינע לויערס האבן אראפגעלייגט זייער א גוטע קעיס אז ער האט א פערסאנעליטי דיסאורדער, און ער האט עס געטון נאכן וואטשן א מאווי צענדליגע מאל. סאו אמתדיג איז די מאווי שולדיג, נישט ער...
די ווערדיקט פון "not guilty by reason of insanit" האט זייער אויפגעברויזט די פאבליק און מענטשן זענען געווען שאקט אז א מענטש וואס האט שיעור געהרגט די פרעזידענט קען זיך ארויסדרייען פון זיין רעספאנסעבל פאר זיינע מעשים. למעשה האט מען אים נישט געקענט לאזן אויף די פריי ווייל ער איז דאך א סכנה פאר די מענטשהייט, און מען האט אים איינגעשפארט אין סט. עליטעביט האספיטאל, א מענטאל שפיטאל. אין די שפעטע 1990 האבן זיינע לויערס געטענהט אז ער האט זיך שוין אביסל געהיילט און ער האט באקומען מער רעכטן זיך צו דרייען אויף די פריי. מעגליך איין טאג וועט ער באפרייט ווערן.
אויף די לינקע זייט פון די בילד זעהט מען בשעת די שיסעריי, אויף די רעכטע זייט זעהט מען רעיגן שוואכערהייט ווי ער ווערט באפרייט פון שפיטאל.