וויכטיגע מעלדונג: מוצ"ש ארום 12:00 וועט מען ארבעטן אויף די סייט סערווער צו פארזיכערן די סעקיוריטי, עס וועט מעגליך זיין אויסגעלאשן פאר קורצע צייטן, א דאנק, מיט פארשטענדעניש.

היינטיגע טאג אין היסטאריע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

די ערשטע ספיקער פון קאנגרעסס
אטעטשמענטס
tmp_3102-2016-04-01_13.17.55-641557899.jpg
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א "צווייטער" יוסעלע איז נישט געווען, אבער ווער איז געווען דער צווייטער ספיעקער אז דער ערשטע איז נאכאמאל געווארען דער דריטער?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

לאנדאן חרוב פון די דייטשע באמבאדירונג
אטעטשמענטס
2016-04-01_15.00.08-640x491.jpg
tmp_10734-2016-04-01_15.00.35-827157360.jpg
tmp_10734-2016-04-01_15.01.08-641557899.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

בילדער פון די צונאמי אין האווייאי אפריל 1 1946
אטעטשמענטס
2016-04-01_15.10.45.jpg
aviary-image-1459537894331.jpeg
2016-04-01_15.11.48.jpg
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

אה דאס איז נישא א אשכול וואס גייט גיין שלאפן... בן נון יעדן טאג מיט פרישע אפדעטס
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

נעכטן, אפריל 3, איז נישט געווען קיין גרויסע געשעענישן אין היסטאריע. אפאר קלייניקייטן:

אין 1948 האט פרעזידענט הערי טרומאן אונטערגעשריבן א לעגיסלעישן צו שטעלן אין פלאץ די ׳מארשאל פלאן׳. די פלאן האט צוגעשטעלט איבער 12 ביליאן דאלאר הילף צו די אייראפעאישע עקאנאמיס נאך די צווייטע וועלט מלחמה.

אין די ערשטע יארן נאך די מלחמה האט זיך געענדיגט, זענען די עקאנאמיס אין די אייראפעאישע לענדער נישט געווען אזוי איי איי איי. די אנעמפלוימענט רעיט איז געווען זייער הויעך, עס איז געווען ווייניג געלט און זיין הונגעריג און היימלאז איז געווען גאנץ נארמאל אין די מלחמה חרוב׳דיגע לענדער.

אמעריקא האט אנגעקוקט די מצב געפארפול. עס איז געווען בשעת די קאלטע-קריג האט זיך אנגעפאנגען, און מבינים האבן געהאלטן אז אין אזא סיטואציע, און מיט גוטע פראפאגאנדע, קען די איידיע פון קאמיוניזם שלאגן ווארצלן ביי די ארימע מאסן.

איינס פון אמעריקאס פאליסיס וויאזוי צו פייטן רוסלאנדס כח איז געווען די רעקאווערי פון מערב דייטשלאנד. די רעקאווערי האט פארלאנגט צו צוריקשטעלן דייטשלאנדס נוטראלע מארקעט אין אייראפע. אויסערדעם האט שטארקן די עקאנאמיס פון די אנדערע אייראפעאישע לענדער זיי בעסער צוגעגרייט צו פייטן קאמיוניזם. סיי פון רוסלאנד און סיי פון דאמעסטיק קאמיוניסטישע פארטייען.

אין יוני 1947 האט סעקראטערי אף סטעיט דשארדש מארשעל געמאכט א דראמאטישע רוף פאר א מאסיווע עקאנאמישע רעקאווערי פראגראם. איינס וואס זאל געבן ביליאנען דאלאר פאר די וואקעלדיגע עקאנאמיס פון אייראפע. די רעזולטאטן פון זיין רוף איז געווען די "פארעין אסיסטענס עקט" וואס איז דורכגעגאנגען זייער גרינג אין קאנגרעסס. נאכן אונטערשרייבן די בילל האט סעקרעטארי מארשאל קאנגראטולירט קאנגרעסס פארן "פעיסן א גרויסע קריסיס מיט קוראדש און קלוגשאפט".

די בילל האט קודם געגעבן א גרענט פון 4 בילליאן דאללאר פאר אייראפע. ווען מען האט געענדיגט די פראגראם, סוף 1951, האט מען געהאט אויסגעגעבן איבער 12 ביליאן דאללאר.

אפילו די פראגראם איז נישט געווען אינגאנצן א סוקסעס (די איבערפלוס פון אמעריקאנע דאללער האט אנגעברענגט אינפלעישן) האט עס דאך סטאבאלאזירט די מצב אין אייראפע. ענגלאנדס אויסערן מיניסטער ערנעסט בעווין האט געזאגט די פלאן איז געווען "א לייפליין פאר מענטשן וואס זינקן".


-----
אפריל 3, 1996
אין זיין קליינע בודקעלע נעבן לינקלאן, מאנטאנא איז טעאדאר דשאן קאזינסקי געווארן ארעסטירט דורך עף בי איי אגענטן, און געווארן אנגעקלאגט צו זיין די יונאבאמבער, די טעראריסט שולדיג אין 16 פאסט באמבעס וואס האט געהרגט 3 מענטשן און פארוואונדעט 23 אנדערע דורכאויס 18 יאר.

קאזינסקי איז געווען א בריליאנטע מאטעמישען, אבער ער האט געליטן פון סאושעל און עמאושינעל פראבלעמען,  און אין 1969 האט ער פלוצלינג אפגעשטעלט זיינע שטודירונגען ביי בארקעלי. ער האט זיך אפגעזונדערט פון די וועלט און פרובירט צו קויפן שטח אין קענאדא אבער אין 1971 האט ער געקויפט א 1.4 עיקר לאנד נעבן זיין ברודערס הויז אין מאנטאנא.

פאר די נעקסטע 25 יאר האט קאזינסקי געלעבט ווי א הערמיט, לעבענדיג אין זיין הייזקעלע אליינס. ער איז געווארן א קראנקע ראדיקאלע ענווייראמענטאליסט און א עקסטרעמע קעגענער פון די מאדערנע טעכנאלאגיע, און ער פלעגט אריינשיקן באשרייבונגען פון זיינע ראדיקאלע אידאלאגיעס צו צייטונגען און דשורנאלען. עס קען זיין אז די אפזאגונג פון זיין באשרייבונג ביי צוויי שטיקאגאו יונעווארסעטיס אין 1978 איז געוווען די גורם פון זיין ערשטע פאסט באמבע.

די פעקל איז געווען אדדרעסירט צו די יוניווערסעטי אף איללינאוס פון נארטוועסטערן יוניווערסעטי, אבער איז געווארן צוריקגעשיקט צו נארטוועסטערן, וואו א סעקיורעטי גארד איז געווארן ערענסט פארוואונדעט ווען ער האט געעפענט די פארדעכטיגע פעקל.

אין 1979 האט קאזינסקי נאכאמאל ארויסגעשפראצט ביי נארטוועסטערן, פארוואונדענדיג א סטודענט. שפעטער יענע יאר האט זיין דריטע באמבע עקספלאדירט אויף אן אמעריקען עירליינס פליגער ברענגענדיג פארוואונדעטע פון אריינאטעמען רויעך. אין 1980 האט א באמבע פארוואונדעט פערסי וואד, די פרעזידענט פון יונייטעד עירליינס, ווען ער האט עס פרובירט צו עפענען.

אזויווי עס האט אויסגעקוקט ווי קאזינסקי טארגעט יונעווערסעטיס און עירליינס האבן די פעדעראל אינוועסטיגעיטערס אים אנגעהויבן רופן יונאבאמבער, א ראשי תיבות פון יוניווערסעטי, עירליין און באמבער.

פון 1981 ביז 1985 איז געווען נאך 7 באמבעס ביי 4 יונעווערסעטיס, איינס ביי א פראפעסערס היים, איינס ביי די ביואינג קאמפאני אין אויבארן, וואשינגטאן און איינס ביי א קאמפיוטער סטאר אין סאקראמענטאו. 6 מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן און אין 1985 איז די בעה"ב פון די קאמפיוטער סטאר געווען די ערשטע פאטאליטעיט, מאכענדיג די יונאבאמבער פאר א מערדער.

אין 1987 האט א פרוי באמערקט א מאן, אנהאבנדיג גלעזער און א האדעד סוועטער, אראפלייגן א פעקל פארענט פון א קאמפיוטער סטאר אין סאלט לעיק סיטי. עס האט זיך שפעטער אויסגעשטעלט צו זיין א פאסט באמבע. די סקעטש פון די סוספעקט איז געווען די ערשטע בליק אויף די יונאבאמבער, און קאזינסקי, מורא האבנדיג מען וועט אים כאפן, האט אפגעשטעלט זיין טעראריסטישע קאמפיין פאר זעקס יאר.

אין יוני 1993 האט א לעטאל פאסט באמבע שטארק פארוואונדעט א יוניווערסעטי אף קאליפארניע פראפעסער אין זיין היים, און צוויי טעג שפעטער האט א קאמפיוטער סייענס פראפעסער ביי יעילס געווארן שטארק פארוואונדעט פון א ענליכע באמבע.

אפאר פעדעראלע דעפארטמענטס האבן צאמגעשטעלט א "יונאבאמב טעסק פארס", וואס האט אנגעהויבן א אינוועסטיגעישן צו כאפן די טעראריסט. אין 1994 האט א פאסט באמבע געהרגט אן אדווערטייזינג עקזעקיוטיוו אין זיין היים אין ניו דשערזי. קאזינסקי האט בטעות געטראכט אז ער האט געארבעט ביי א פאבליק רילעישנס קאמפאני וואס האט געפיקסט עקסאן׳ס פאבליק רילעישנס נאך א אויל אויסגיס אין 1989. אין אפריל 1995 האט א באמבע געהרגט די פרעזידענט פון א טימבער אינדאסטרי לאביאינג גרופע. דאס איז געווען קאזינסקיס לעצטע אטאקע.

גלייך נאכדעם האט קאזינסקי געשיקט א מאניפעסטא צו די ניו יארק טיימס און די וואשינגטאן פאוסט, שרייבענדיג אז ער וועט אויפהערן הרגנען מענטשן אויב מען וועט עס פאבלישן. אין 1995 האט די וואשינגטאן פאוסט געפאבלישט די יונאבאמבערס 35,000 ווערטער מעניפעסטאו, וואו קאזינסקי האט אראפגעלייגט אלע טענות און פראבלעמען פון אמעריקאס אינדאסטריאל און טעכנאלאגישע סיסטעם.

קאזינסקיס ברודער, דעיוויד, האט געליינט די עסעי און דערקענענדיג זיין ברודערס איידיעס און שפראך, האט ער גלייך אינפארמירט די עף בי איי, אין פעברוערי 1996 אז ער פארדעכטיגט זיין ברודער איז די יונאבאמבער. אין אפריל 3, איז טעד קאזינסקי געווארן ארעסטירט אין זיין בודקעלע אין מאנטאנא. מען האט גלייך געטראפן דארט הארד עווידענס, אריינגערעכנט לעבעדיגע באמבעס און די אריגענעלע קאפי פון די מאניפעסטאו.

ער איז געווארן געטשארטשט אויף מער פון א דאזען פעדעראלע טשארטשעס, און ער האט געפליעט נישט גילטי אויף אלעם אין קאורט. דורכאויס די קומענדיגע אנדערטהאלבן יאר האט זיך קאזינסקי ארומגעהרגט מיט זיינע לויערס וואס האבן געוואלט אריינגעבן אז ער איז משוגע. קאזינסקי האט אבער געוואלט זיך אליין פארטיידיגן און מסביר זיין פארוואס זיינע ׳פאליטישע׳ מעשים זענען געווען אויסגעהאלטן.... די דשאדש האט אפגעזאגט זיין פארלאנג צו אפזאגן זיינע לויערס און זיך אליין פארטיידיגן.

יאנואר 22 האט קאזינסקי געפליעד גילטי אויף אלע אקאונטס און אויסגעמיטן טויט שטראף. ער האט נישט געוויזן חרטה פאר זיינע מעשים, און אין מאי איז ער געווארן געסענטענסט צו 4 לייף סענטענסעס מיט 30 יאר טורמע.


-----
אין אפריל 3 1996 איז ראנאלד באוין, די סעקרעטארי אף קאממערס געהרגט געווארן צוזאמען מיט נאך 32 אנגערע אמעריקאנער ווען זייער יו עס עיר פארס פלעין האט אריינגעקראכט אין א בארג נעבן דובראנוויק, קרויאטיא.
לעצט פארראכטן דורך בן נון אום דינסטאג אפריל 05, 2016 9:07 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

חרבנות אין אייראפע נאך די צווייטע וועלט מלחמה
אטעטשמענטס
2016-04-05_01.44.27.jpg
2016-04-05_01.45.02.jpg
2016-04-05_01.45.32.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

יונאבאמבער סקעטש ווס ער אליינס. אויך א בילד פון זיין בודקעלע
אטעטשמענטס
2016-04-05_01.50.30.jpg
2016-04-05_01.49.02.jpg
2016-04-05_01.48.37-768x888.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

היינט, אפריל 4 איז דא אפאר אינטערעסאנטע היסטארישע געשעענישן.


-----
אפריל 4, 1841

נאר 31 טעג נאכן אריינקומען אין אפיס, איז וויליאם הענרי העריסאן, די ניינטע פרעזידענט פון אמעריקא, געשטארבן פון פנעמאניע.

ער איז געבוירן אין טשארלס קאונטי, ווערדשיניע אין 1773 און ער האט געדינט אין די אמעריקאנע ארמיי, אין די אלטע נארט-איסט טעריטאריע און אין 1800 איז ער געווארן גאווענער אויף די אינדיאנע טעריטעריעש וואו ער האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין א גוטע אדמיניסטרעיטאר. אין 1811 האט ער געפירט די אמעריקאנע כוחות קעגן א פאראייניגטע אינדיאנע ארמיי אנגעפירט דורך שאווני טשיף טעקומסעה. די געווינס פון העריסאן האט געברענגט א סוף צו טעקומסעה׳ס חלומות פון א פאראייניגטע פראנט אנטקעגן די אויסשפרייטונג פון אמעריקא. אין די ׳וואר אף 1812׳ האט העריסאן פארדינט זיין גרעסטע כבוד אלץ א מילעטירישע קאמאנדער ווען ער האט צוריקגעכאפט דיטרויט פון די בריטישע מילעטער, צוברעכנדיג א פאראייניגטע כח פון די בריטישע מילעטער און נעטיוו אמעריקאנס ביי די בעטל אף די טעימס.

אין 1816 איז ער געווארן עלעקטעט צו קאנגרעסס און אין 1825 צו סענאט. ווען ער האט געוואונען די נאמינעישן פון די וויג פארטיי האט ער מיט זיין מיטלויפער דשאן טעילער געפירט א סוקסעספולע פרעזידענטליכע קאמפיין. ביי די אינאוגארעישן פון אמעריקאס ערשטע וויג פרעזידענט, מארטש 4, 1841, א ביטער קאלטע טאג, האט העריסאן בשום אופן נישט געוואלט אנטוהן א מאנטל אדער הוט, און געהאלטן א 2 שעה׳גע רעדע און מיטגעהאלטן 3 באללן. גלייך דערנאך האט ער דעוועלאפט א לונגן ענטצינדונג. אין אפריל 4, איז פרעזידענט העריסאן געשטארבן אין וואשינגטאן, און ווייס פרעזידענט דשאן טעילאר האט אים איבערגענומען זייענדיג די ערשטע אמעריקאנע פרעזידענט צו אנקומען אין אפיס דורך די טויט פון א פרעזידענט.

-----
אפריל 4 1949

אמעריקא און נאך 11 אנדערע לענדער האבן אויפגעשטעלט די נארט אטלאנטיק טריטי ארגעניזעישן (NATO), א פאראייניגטע כח מיטן ציל צו באשיצן די לענדער אנטקעגן די מעגליכע סכנה פון רוסלאנד. נעטא איז געשטאנען אלץ די הויפט אמעריקאנע אנגעפירטע מילעטירישע כח אנטקעגן די סאוויאט יוניאן דורכאויס די קאלטע קריג.

נעטא האט 6 מאל צוגעלייגט לענדער זייט זי האט זיך געגרינדעט אין 1949. 12 לענדער זענען געווען ביים גרינדונג: בעלגיע, קאנאדא, דענמארק, פראנקרייך, אייסלאנד, איטאליע, לאקסעמבורג, נעדערלאנדס, נארוועי, פורטיגאל, ענדלאנד און אמעריקא.

אין 1952 זענען גריכלאנד און טערקיי געווארן מעמבערס אין נעטא, שפעטער זענען מערב דייטשלאנד און שפאניע אויך צוגעקומען. אין 1990 איז נעטא געוואקסטן מיט די אנדערע האלב דייטשלאנד. אין 1997 האט מען איינגעלאדענט אונגארן, טשעך רעפאבליק און פוילן.

נעטא האט אנגעהאלטן דורכאויס די קאלטע קריג און שפילט נאך א וויכטיגע ראלע אין די היינטיגע אייראפע. למשל נעטא כוחות זענען אקטיוו אין באזניע פרובירנדיג צו ברענגען א סוף צו די ציווילע קריג.


-----
אפריל 4, 1968 אביסל נאך 6:00 נאכמיטאג איז מארטין לוטער קינג פאטאל געשאסן געווארן בשעתן שטיין אויף זיין פארטש אינדרויסן פון זיין צווייטע שטאק צימער אין די לארעין מאטעל אין מעמפיס, טענעסי. די סיוויל רייטס פירער איז געווען אין מעמפיס צו שטיצן א סעניטעישן ארבערטער סטרייק, און איז געווען אויפן וועג צו נאכטמאל, ווען א בולעט האט אים באטראפן אונטער זיין מויל און געשעדיגט זיין ספיינעל קאורד. קינג איז באשטעטיגט געווארן טויט ביים אנקומען אין מעמפיס שפיטאל. ער איז געווען 39 יאר אלט.

ווי נאר די נייעס האט זיך פארשפרייט האט אויסגעבראכן ראיאטן אין די גאנצע לאנד, און טרופן זענען אריינגערופן געווארן אין מעמפיס און אין וואשינגטאן די סי. אפריל 9 האט מען אים באערדיגט אין זיין היימשטאט אטלאנטא, דשאורדשיא. צענדליגע טויזענטער מענטשן האבן אנגעפילט די גאסן צו געבן די לעצטע כבוד פאר אים.

נאך זיין טויט האט מען געטראפן א רעמינגטאן.30-06 האנטינג רייפל אויף די סיידוואק א גאס אוועק פון די לארעין מאטעל. דורכאויס די קומענדיג וואכן האבן אלע עדות, די רייפל, מענטשן, און פינגערפרינטס אנגעוויזן אויף איין מענטש: א אנטלאפענע ארעסטאנט דשעימס ערל רעי. רעי איז אנטלאפן פון א מיזורי תפיסה אין אפריל 1967 בשעתן דינען א סענטענס פאר א האלדאפ. אין מאי 1968 האט זיך אנגעהויבן א מאסיווע מען-האנט נאך רעי. די עף בי איי איז צום סוף געוואויר געווארן אז ער האט זיך געשאפט א פאלשע קאנאדישע פאספארט (אין יענע צייט איז עס געווען גאנץ גרינג).

יוני 8 האט די סקאטלאנד יארד אינוועסטיגעיטערס ארעסטירט רעי ביי די לאנדאן עירפארט. ער איז געווען אויפן וועג צו בעלגיע און מודה געווען אז עווענטואל האט ער געוואלט אנקומען רהאודעסיע. רהאודעסיע, וואס הייסט היינט זימבאבווי,  איז דעמאלטס געפירט געווארן דורך א ברוטאלע, אינטערנאציאלע פארדאמטע, ווייסע מינארעטי גאווערנמענט. נאכן ווערן אויסגעליפערט צו אמעריקא האט ער געפליעד גילטי כדי צו פארמיידן די עלעקטריק ווילטשעיר. ער איז געווארן געסענטענסט צו 99 יאר טורמע.

דריי טעג שפעטער האט ער פרובירט צו צוריקציען זאגנדיג אז נישט ער האט אים געהרגט נאר ער איז געפאלן א קרבן צו א גרעסערע קאנספעראציע. ער האט געטענהט אז אין 1967 האט א מיסטעריעזע מענטש מיטן נאמען ראועל אים אריינגענומען אין א גאן שמוגעל קאמפעני. אפריל 4 האט ער באמערקט אז מען גייט אים באשולדיגן אין די מארד איז ער אנטלאפן קיין קענעדא. רעיס געשיכטע איז געווארן צוריקגעוויזן אין קאורט. אזוי אויך צענדליגע אנדערע פארלאנגען פאר א פרישע טרייעל דורכאויס די קומענדיגע 29 יאר.

אין די 1990 יארן האבן די אלמנה און קינדער פון מארטין לוטער קינג געשטיצט רעי און זיינע טענות, רופענדיג אים אומשילדיג און האבן ארויפגעברענגט קאנספעראציעס קעגן די אמעריקאנע רעגירונג.

די עף בי איי דירעקטער עדגאר האווער איז געווען אבסעסט קעגן קינג, וועמען ער האט באטראכט אלץ איינע וואס איז אונטער די קאמיוניסטישע איינפלוס. אין די לעצטע 6 יאר פון זיין לעבן איז קינג דורכגעגאנגען אסאך צרות דורך די עף בי איי. פאר זיין טויט איז דר. קינג אויך געווען אונטער די אויפזוכט פון די יו עס מילעטערי אינטעלעדשענטס, וואס האט געדארפט אכטונג געבן אויף קינג נאכדעם וואס ער האט קריטיקירט גי וויאטנעם מלחמה אין 1967. נאך מער, דורך פארפירן פאר ראדיקאלע עקאנאמישע טויש אין 1968, אריינגערעכנט גאראנטיט יערליכע אינקאם פאר יעדן, האט קינג זיך געשאפן נייע פיינט אין די קאלטע-קריג אמעריקאנע רעגירונג.

דורכאויס די יארן איז די מארד געווארן אויסגעפארשט דורך די האוז סעלעקט קאמיטי אן עסעסינעישנס, די שעלבי קאונטי טענעסי דיסטריקט אטארניס אפיס, און 3 מאל ביי די דשאסטיס דעפארטמענט. אלע אויספארשונגען האבן זיך געענדיגט מיט די זעלבע באשלוס: דשעימס ערל רעי האט געהרגט מארטין לוטער קינג. די האוז קאמיטי האט מודה געווען אז עס קען זיין אז א קליין שטאפל קאנספירעסי האט עקזעסטירט, אבער עס איז נישטא קיין שום עווידענס דאס צו אויפוויייזן.

אויסער די בערג פון עווידענס וואס איז געווען קעגן אים, האט רעי געהאט א א זיכערע מאטיוו צו הרגנען קינג: פיינטשאפט! לויט זיין פאמיליע איז ער געווען א אויסגעשפראכענע ראסיסט, און ער האט זיי געלאזט וויסן זיינע פלענער צו הרגנען קינג. ער איז געשטארבן אין 1998.
לעצט פארראכטן דורך בן נון אום דינסטאג אפריל 05, 2016 9:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28581
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

א שיינעם דאנק אייך בן נון פאר די הערליכע באשרייבונגען.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12255
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

געשטארבן פון פענעמאניע מיינט עמאניע (לינגען אנצינדונג). היינט טריעט מען עס מיט אביסל מעדיקאציע.

א דאנק פאר אלע באריכטן. זייער שיין און אינפארמאטיוו
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

יישר כח פאר אלע באשרייבונגען.

איין קליינע הערה איסט איז מזרח און וועסט איז מערב, איסט גערמאני איז מזרח דייטשלאנד, און וועסט גערמאני איז מערב דייטשלאנד.
לעצט פארראכטן דורך קעלנער אום דינסטאג אפריל 05, 2016 12:12 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

זייער אינפארמאטיוו, ייש"כ און האלט אן
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

איך באלעק מיך די פינגערס טאג טעגליך, גיי אן!
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

פרעזידענט העריסאן, זיין דרשה אויפן גאס, און א בילד פון די ׳וואר אף 1812׳
אטעטשמענטס
tmp_12043-2016-04-05_19.29.29-2145730126.jpg
tmp_12043-2016-04-05_19.30.09-1818255019.jpg
tmp_12043-2016-04-05_19.30.412049799307.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

נעטא
אטעטשמענטס
tmp_14969-2016-04-05_19.37.522049799307.jpg
tmp_14969-2016-04-05_19.37.522049799307.jpg (51.84 KiB) געזען 1818 מאל
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

א בילד פון מארטין לוטער קינג, א צייטונג מיט זיין באקאנטע ׳איי העוו עי דרים׳ דרשה, און רעי, דער וואס האט אים געהרגט.
אטעטשמענטס
tmp_17805-2016-04-05_19.42.151743674799.jpg
tmp_17805-2016-04-05_19.42.44-409809621.jpg
tmp_17805-2016-04-05_19.43.062049799307.jpg
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

קעלנער האט געשריבן: יישר כח פאר אלע באשרייבונגען.

איין קליינע הערה איסט איז מזרח און וועסט איז מערב, איסט גערמאני איז מזרח דייטשלאנד, און וועסט גערמאני איז מערב דייטשלאנד.

ישר כח פארן אויפמערקן. שוין פאראכטן.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

א דאנק פאר אלע דאנק ווערטער. נאר א דאנק דעם קען מען ווייטער אנגיין.


היינט אפריל 5 איז נאכאמאל גארנישט דא קיין ספעציעלע היסטאריע.

-----
אפריל 5, 1951

א ריכטער האט צוגעטיילט טויט שטראף פאר די ראזענבערג פארפאלק פארן שפיאנירן פאר רוסלאנד און איבערגעבן אטאמישע סודות.

אזויווי איך זעה עס איז שוין דא א אשכול איבער זיי, וועל איך עס לאזן ביי דעם.
viewtopic.php?f=63&t=6357&p=181091&hilit=


-----
אפריל 5, 1955

סור ווינסטאן לענארד ספענסער טשורטשול, די בריטישע פרעמיער מעניסטער וואס האט געפירט ענגלאנד דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה האט ריטייערט פון זיין אמט.
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

איינגעשלאפן?

יישר כח פאר ביז אהער, באמת אינטערעסאנט!
1 + 1 = חלה דעקל...
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

מיר וועלן צוריק אנפאנגען קומענדיגע וואך אי"ה.

אגב, היינט 85 יאר צוריק האט מען באניייט די עמפייער סטעיט בילדינג.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בן נון האט געשריבן: מיר וועלן צוריק אנפאנגען קומענדיגע וואך אי"ה.

אגב, היינט 85 יאר צוריק האט מען באניייט די עמפייער סטעיט בילדינג.

די קומענדיגע פאר טעג, מאי 8-9-10 איז פאר געקומען איינע פון די מערסט דראמאטישע (אויב נישט די מערסט דראמאטישע) קאפיטלן אין די צווייטע וועלט קריג אין יאר '40.

פון איין זייט האט היטלער געהאט זיין סאמע גרעסטע שטוינענדע הצלחה פונעם קריג ווען ער איז אריין אין קריג מיט פראנקרייך אום מאי 9-10, און צושמעטערט די ריזיגע פראנקרייך אין עטליכע וואכן. א זאך וואס האט נישט קיין פרעצעדענט אין היסטאריע נישט פארדעם און נישט נאכדעם. (קןקטס אנדערע מלחמות).

אבער ווי שטוינענד עס זאל נאר זיין איז אינעם "זעלבען טאג" אויך ארויף אויף די מאכט אין ענגלאנד טשורטשיל, איבערנעמענדינג טשעמבערליין בבחינת אז דער אויבערשטער האט באשאפען רפואה קודם למכה. טשורטשיל איז געווארן ווי א ביין אין האלז פאר היטלער פון דעם ערשטען טאג וואס ער איז געקומען צו די מאכט ביז 5 יאר שפעטער מאי 7 '45 ווען דער נאצישער שלאנג איז געווארן גענצליך באזיגט. עפ"י דרך הטבע לאזט זיך זאגן, אז אן טשוירטשיל ביי די מאכט וואלט כמעט נישט גווען מעגליך צו באזיגן היטלער.


איינער אליינס פון דעם גאנצען גלאוב, האט טשוירטשיל אנגעפירט פון מאי '40 ביז יוני '41 די פאלגענדע שטוינענדע סוקסעסן.

ראטעווען די ענגלישע מיליטער פון די פארלוירענע פראנקרייך אום יוני '40, באזיגט דייטשלאנד אין די בעטעל אף בריטאן אינעם צווייטען העלפט פון '40, טערארעזירט דייטשע שיפן איבער אטלאנטיק, באקומען מאסן וואפן אןן הילף פון אמעריקא (וואס האט עווענטועל אריינגעשלעפט אמעריקא אין די קריג), געברענגט אז דייטשלאנד זאל קענסלען אפערעישאן סי לייאן אן אינוואזיע איבער ענגלאנד, און עפענען א שטארקן פראנט אנטקעגן די איטאליענער און די דייטשען אין צפון אפריקא. (נאך יוני '41 איז שוין רוסלאנד אויך גווען אינעם קריג).

ווי אומגלויבליך עס זאל זיך נאר הערן איז טשוירטשיל'ס פרעמיערשאפט געקומען צו אן ענדע נאכדעם וואס אייראפע איז געווארן באפרייט אום מאי '45. אינגאנצען קנאפע 2 חדשים נאכדעם וואס דייטשלאנד איז געווארן באזיגט, האט טשוירטשיל פארלוירן זיין פאזיציע.

עס איז נאך א וואך פאר מאי 8, אבער ווער ער עס קען ברענגען א טעגליכער באריכט ווי אזוי עס האט אויסגעזען די טעגליכע צוגרייטונגען און געשענישען ארום דעם דייטש-פראנצויזישער קריג וואלט דער עולם זיכער הנאה געהאט.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר די לאנגע ברעיק. איך בין געווען פארנומען. איך האף צו אנגיין ווייטער מיט די טעגליכע היסטאריע.
---

דאס האב איך נעכטן באשריבן:

יוני 1, 1968 איז העלען קעללער געשטארבן אין וועסטפארט קאנעטיקאט זייענדיג אלט 87 יאר. זי איז געווארן בלינד און טויב ווען זי איז געווען א בעבי און זי האט זיך ארויפגעארבעט צו זיין א וועלט באקאנטע שרייבער און פירער טראץ (אדער וועגן) איר באגרעניצונגען.

מיס קעלער איז געבוירן יוני 27, 1880 אויף א פארם נעבן טוסקומביע, אלאבאמא.  זי איז געווען א געהעריגע בעבי, אבער קראנק געווארן ביי די 19 חדשים מיט א קראנקייט, מסתם סקארלעט פיבער, וואס האט איר איבערגעלאזט בלינד און טויב. פאר די קומענדיגע 4 יאר האט זי געוואוינט אינדערהיים שטיל און אין די טונקל. ספעשיל עד פאר בלינדע און טויבע איז נאכנישט געווען אזוי אויפגעכאפט אין יענע צייט, און הערשט ביי די 6 יאר האבן אירע עלטערן איר גענומען צו א אויגן דאקטאר וואס איז געווען אינטערעסירט אין בלינדע. ער האט זיי רעקאמענדירט צו גיין צו עלעקסענדער גרעהעם בעלל, די אינווענטער פון די טעלעפאון, און א עסקן פאר טויבע מענטשן. בעלל האט אונטערזוכט קעללער און  ערלעדיגט אז א טיטשער פון ׳פערקינס איסטאטושין פאר די בליינד אף באסטאן׳ זאל אראפקומען צו איר.

די 20 יעריגע טיטשער, ענן סאליווען, איז געווען האלבוועגס בלינד. אין פערקינס יונעווערסיוי האט מען איר אויסגעלערנט וויאזוי צו אויסלערנען א בלינגע און טויבע מענטש צו קאמיוניקעיטן נוצענדיג א האנט-אלפעבעט וואס מען האט געסיגנעלט אויף די פאלם פון די הענט. סאליווען איז אנגעקומען אין טוסקומביע אין מארטש 1887 און גלייך אנגעפאנגען צו אויסלערנען קעללער די נייע שפראך. אן צו האבן סיי וועלכע ידיעה אין געשריבענע שפראך, און נאר שוואך געדענקענדיג די רעדן שפראך, האט זיך קעללער אויסגעלערנט איר ערשטע ווארט און די ערשטע טעג: "וואסער". קעלער האט שפעטער מסביר געווען "איך האב דעמאלטס געכאפט אז w-a-t-e-r איז די וואונדערליכע קאלטע "עפעס" וואס פליסט אויף מיין האנט. די לעבעדיגע ווארט האט אויפגעוועקט מיין זעהל, האט עס געגעבן ליכט, האפענונג, פרייליכקייט, עס געלאזט פריי"

אונטער סאליווען׳ס געטרייע אויפזוכט האט קעללער זיך געלערנט שנעלערהייט. אין אפריל האט זיך איר ווערטער אוצר פארמערט מער פון א דאזען א טאג. און אין מאי האט זי אנגעפאנגען צו ליינען און פארעמען גאנצע זאצן נוצענדיג איינגעקריצטע ווערטער אויף קארדבארד. סוף חודש האט זי שוין געליינט מעשיות. א יאר שפעטער האט די זיבן יעריגע קעללער באזוכט די פערקין אינסטאטושין וואו זי האט זיך געלערנט צו ליינען ברעיל. זי איז דארט געווען אפאר ווינטערס און אין 1890 האט זי זיך אויסגעלערנט וויאזוי צו רעדן דורך סערעה פוללער פון די הארעיס מענן סקול פאר טויבע. קעללער האט זיך געלערנט צו נאכמאכן די פאזיציע פון פוללער׳ס ליפן און צונג בשעת׳ן רעדן, און וויאזוי צו ׳ליפ-ריעדן׳ דורך לייגן איר פינגער אויף די ליפן און האלז פון ווער עס האט גערעדט. ווען זי האט גערעדט האט זי געווענליך געדארפט האבן א אינטערפרעטער, אזויווי סאליווען, וואס איז געווען באקאנט מיט איר שטימע און קולות, כדי צו איבערזעצן וואס זי האט געזאגט.

קעללער איז געווארן א פראפעשינאל שרייבער און האט ארויסגעגעבן אפאר ביכער. זי האט געהאלטן דרשות (מיט די הילף פון א אינטערפרעטער) און גע׳עסקנט פאר בלינדע. זי איז ארומגעפארן די וועלט צו רעדן פאר פארזאמלטע, און אסאך געטון צו אוועקנעמען די סטיגמע און אומוויסנשאפט ארום בלינדע און טויבע. זי איז געווארן געהאנארט פאר איר ארבעט, און אין 1964 האט זי באקומען די ׳פרעזידענטליכע מעדאל פון פרייהייט׳ פון פרעזידענט לינדאן בי. דשאנסאן.

“My life has been happy because I have had wonderful friends and plenty of interesting work to do,” Helen Keller once wrote, adding, “I seldom think about my limitations, and they never make me sad. Perhaps there is just a touch of yearning at times, but it is vague, like a breeze among flowers. The wind passes, and the flowers are content.”
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

יוני 3, 1988

ווען די פראטעסטן פאר דעמאקראטישע רעפארם האבן דערגרייכט די זיבעטע וואך, האט די כינעזע רעגירונג באפוילן די סאלדאטן צו צוריקנעמען בעידשינגס טיאנאנמען סקווער פאר יעדע פרייז. ווען די נאכט איז צוגעפאלן, יוני 4, איז די סקווער געווען ליידיג, הרגנענדיג הונדערטער און ארעסטירענדיג טויזענטער אין די פראסעס.

אפריל 15 האט די טויט פון הו יובאנג, א געוועזענע קאמיוניסטישע פירער וואס האט געשטיצט דעמאקראטישע ריפארם,  ארויסגעברענגט 100,000 סטודענטען וואס האבן זיך צאמגענומען אין בעידשינגס טיאנאנמען סקווער אים צו באגלייטן און צו אויסרופן זייער אומצופרידנהייט פון די כינעזער רעגירונג.

אפריל 22 האט מען אפגעהאלטן אן אפיציעלע געדענקעניש צערמאניע פאר הו יובאנג אין די ׳טיאנאנמען גרעיט האלל אף די פיפעל׳ און סטודענט רעפריזענטעטיווס האבן אנגעפירט א פעטיציע בעטענדיג א מיטינג מיט פרעמיער לי פענג. די כינעזע רעגירונג האט אפגעזאגט די מיטינג, וואס האט געפירט צו א אפשפארונג פון כינעזע יונעווערסעטיס דורכאויס די לאנד, און צו רופן פאר דעמאקראטישע ריפארם.

איגנארירענדיג די רעגירונגס ווארענונגען צו אונטערדריקן מאסן דעמאנסטראציעס האבן זיך סטודענטן פון איבער 40 יונעווערסעטיס צאמגענומען און אנגעהויבן מארשירן צו טיאנאנמען אין אפריל 27. ארבערטערס, ציווילע איינגעשטעלטע, און סתם איינוואוינער האבן אויך אנטיילגענומען, און אינמיטן מאי האבן מער ווי א מיליאן מענטשן אנגעפילט די סקווער.

מאי 20. האט די רעגירונג פארמאל געמאלדן מארטיאל געזעץ, און סאלדאטן מיט טאנקן זענען אריינגערופן געווארן צו צושפרייטן די עולם. אבער, די ריזיגע נאמבער פון מענטשן האבן אפגעשטעלט די ארמיי און ביי מאי 23 האבן די רעגירונגס קרעפטן זיך געדארפט צוריקציען.

יוני 3, ווען די פארהאנדלונגען האבן זיך געענדיגט און די רופן פאר פרייהייט האבן זיך געשטארקט, האבן די טרופן באקומען א באפעל פון די כינעזע רעגירונג צו צוריקכאפן די מאכט פון די טיאנאנמען סקווער און די גאסן פון בעידשינג. הונדערטער זענען געהרגט געווארן און טויזענעטער האט מען ארעסטירט.

און די וואכן נאך די קרעקדאון האט מען אויסגעהרגט א אומבאקאנטע נאמבער פון רעגירונג קעגענער און די רעגירונג האט באקומען א פעסטע קאנטראל אויף די לאנד. די אינטערנאציעלע געמיינדע איז געווען אויפגעשוידערט פון די אינצעדענט און אמעריקא מיט נאך לענדער האבן געלייגט סענקשענס אויף כינע וואס האט געפירט צו א טראסק אין די כינעזע עקאנאמי. אבער סוף 1990 האט מען צוריק געעפענט אינטערנאציעלע טרעיד, נאכדעם וואס כינע האט ארויסגעלאזט הונדערטער ארעסטירטע רעגירונג קעגענער.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

בילדער פון די פראטעסטן.


(בילדער וויאזוי מען אינטערדריקט די פראטעסאן זענען צו גרויליג צו קענען ארויפלייגן)
אטעטשמענטס
2016-06-03_11.30.55-640x448.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”