היינטיגע טאג אין היסטאריע

אלגעמיינע היסטאריע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

היינטיגע טאג אין היסטאריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

אזויווי די וועלט שטייט שוין א שיינע פאר טויזענט יאר, האט כמעט יעדע טאג א אינטערעסנטע היסטאריע. עס קען זיין זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו צו אראפברענגען די היסטאריע פון די טאג.

-----
לאמיר אנפאנגן מיט היינט מארטש 30 למספרם.

אין מארטש 30 1981 איז פרעזידענט רעיגן געשאסן געווארן אינדרויסן פון א וואשינגטאן די. סי. האטעל דורך א מענטש מיטן נאמען דשאן הינקלי.

ער האט פונקט געהאט געענדיגט א לעיבער מיטינג און געווען אויפן וועג צו זיין לעמעזין, צוזאמען מיט זיינע באגלייטער, ווען הינקלי, וואס איז געווען צווישן די רעפארטער, האט אויסגעשאסן 6 קוילן, אויף רעיגן און 3 באגלייטער.

מען האט גלייך אומשעדליך געמאכט הינקלי, אריינגעווארפן רעיגן אין לעמאזין און אפגעיאגט קיין דשארדש וואשינגטאן יוניווערסעטי שפיטאל.

רעיגאן איז געשאסן געווארן איז זיין לינקע לונג, און דער .22 קאליבאר בולעט האט פונקט פארפאסט זיין הארץ.

אין א העאראשיע שריט פון זיין זייט האט ער פארוואונדערטערהייט, אין די עלטער פון 70 יאר, אריינשפאצירט אין שפיטאל מיט די אייגענע כוחות. ער איז געווען אין זיין געווענליכע גוטע גיסטע, און זיך געוויצלט מיט די סורדשענטס אז ער האפט זיי זענען רעפאבליקאנער...

די סורדשערי האט אנגעהאלטן 2 שעה, און די נעקסטע טאג האט ער שוין אונטערגעשריבן א צעטל פון זיין שפיטאל בעט.

אפריל 11 איז ער געווען צוריק אין ווייסן הויז און באקומען א קעניגליכע אויפנאמע פון קאנגרעסס.

זיין פאפולעריטי איז ארויפגעשפרינגען און אין אוגעסט האט קאנגרעסס דורכגעשטיפט זיין עקאנאמישע בילל, מיט דעמעקראטן וואס האבן געוואויט דערפאר.

(איינע פון די פארוואונדעטע איז געווען א מאן מיט די נאמען דשעימס ברעדי. ער איז שיעור געשטארבן פון די וואונדן, אבער למעשה ׳נאר׳ געליטן פון פערמענענט ברעין דעמעדש. ער איז שפעטער געווארן א גרויסע שטיצער פאר גאן קאנטראל, און אין 1993 האט קאנגרעסס געפעסט א גאן קאנטראל געזעץ מיטן נאמען "ברעדי בילל". פרעזידענט קלינטאן האט אונטערגעשריבן די געזעץ.)

נאכן ווערן ארעסטירט איז הינקלי געווארן געטשארטשט אויף פעדעראל טשארטשעס פון פרובירן צו הרגנען דעם פרעזידענט. זיינע לויערס האבן אראפגעלייגט זייער א גוטע קעיס אז ער האט א פערסאנעליטי דיסאורדער, און ער האט עס געטון נאכן וואטשן א מאווי צענדליגע מאל. סאו אמתדיג איז די מאווי שולדיג, נישט ער...

די ווערדיקט פון "not guilty by reason of insanit" האט זייער אויפגעברויזט די פאבליק און מענטשן זענען געווען שאקט אז א מענטש וואס האט שיעור געהרגט די פרעזידענט קען זיך ארויסדרייען פון זיין רעספאנסעבל פאר זיינע מעשים. למעשה האט מען אים נישט געקענט לאזן אויף די פריי ווייל ער איז דאך א סכנה פאר די מענטשהייט, און מען האט אים איינגעשפארט אין סט. עליטעביט האספיטאל, א מענטאל שפיטאל. אין די שפעטע 1990 האבן זיינע לויערס געטענהט אז ער האט זיך שוין אביסל געהיילט און ער האט באקומען מער רעכטן זיך צו דרייען אויף די פריי. מעגליך איין טאג וועט ער באפרייט ווערן.

אויף די לינקע זייט פון די בילד זעהט מען בשעת די שיסעריי, אויף די רעכטע זייט זעהט מען רעיגן שוואכערהייט ווי ער ווערט באפרייט פון שפיטאל.
אטעטשמענטס
aviary-image-1459391878475.jpeg
לעצט פארראכטן דורך בן נון אום דאנערשטאג מארטש 31, 2016 1:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

זייער שיין באשריבן. עס איז דא קלארע פולע ווידיאו פון די גאנצע אטענטאט. מען קען זעהן איינע פון די סיקרעט סערוויס אגענטן זיך אויסברייטערן די מערסטע שייך און ווי א קויל כאפט אים טאקע אין בויך. עס האט גענומען היבש לאנג פאר די אמבולאנסן אנצעקומען.

א צווייטע פראבלעם האט זיך דאן אפגעשפילט אינעם ווייסן הויז. וויצע פרעזידענט בוש איז דאן געווען אין טעקעס און די באאמטע אינעם ווייסן הויז האבן נישט געוויסט וואס עס איז געשעהן און ווער עס איז געשטאנען אונטער די אטאקע. ערגער איז געווען ווען דער פרעסע סעקרעטאר האט נישט געקענט ענטפערן פאר רעפארטער ווער עס איז אין טשארדזש פונעם לאנד, און ווען דער סעקרעטערי או סטעיט - כ׳האב שוין פארגעסן זיין נאמען - איז ארויפגעקומען דערקלערן אז ער איז באלעבאס פאר די וויילע - פאר זיך אליין א טעות - איז ער געווען דערשראקן צום טויט אזש אז אן עדווייזער צו רעיגען וועלכע איז געשטאנען נעבן אים האט געמיינט אז ער אט אט אין ער פאלט צוזאם.

צום מזל איז די מצב אין די סיטועישאן רום רואיגער געווארן ווען עס איז אריינגעקומען אז רעיגען׳ס מצב איז סטאביל און אז די רוסן זענען נישט געשטאנען אונטער די אטענטאט.
לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום דאנערשטאג מארטש 31, 2016 12:12 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9241
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

הערליך באשריבען, א דאנק.

1993 נישט 1933
האב שכל און גיב א שמייכעל!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

לויט מיינע געציילטע ידיעות איז ער למעשה געווען דער איינציגסטער פרעזידענט צו ווערן געשאסן אין איבערלעבן.
אויב נישט ביטע מיר פארעכטן.
sharp
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך sharp »

גוטע געדאנק, שיין געשריבן.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זייער אונטערסאנטע זאך איז געווען, די קויל וואס האט באטראפן רעיגן האט גע׳היט די קאר און עס האט געכאפט א גליטש און ווייטער געפלויגען, און בשעת רעיגן איז געווארן אריינגעשטיפט אין קאר איז די קויל אדורך געפלויגן צווישן די קאר אין די טיר און עס האט געכאפט רעיגן, לויט דעם קומט אויס אז ווען רעיגן גייט ווען נישט אריין אין קאר וואלט ער נישט געשאסן געווארן, ווייל די קויל איז געווען די לעצטע צו ווערן אויסגעשאסן.

איין מאל רעיגן איז געווען אין די קאר, האט זיך איינער פון די סיקרעט סערוויס אגענטן ארויפגעלייגט אויפן פרעזידענט, כדי אויב יענער שיסט אריין אין די קאר, זאל דער פרעזידענט זיין באשיצט, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק צום ווייסן הויז.

דעמאלץ האט נאך קיינער נישט געוויסט אז די פרעזידענט איז געשאסן געווארן, אפילו רעיגן.
נאך אפאר מינוט פארן האט זיך רעיגן אפגערעד פארן סיקרעט סערוויס אגענט וואס איז געליגן אויף אים, אז ער זאל אראפגיין ווייל זיין טשעסט טוט אים וויי און ער מיינט אז עס איז צובראכן געווארן א ריפן ביין ווען דער אגענט האט זיך ארויפגעלייגט אויף אים, און ווי נאר דער אגענט איז אראפ האט מען געזען ווי רעיגן׳ס העמעד איז בלוטיג און ווי נאר מען האט דאס געזען האט מען געטוישט וועג און מען איז געפארן און שפיטאל אריין.

בן נון שכוח פארן עפענען די אשכול. און פארן שרייבן בכלל
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

@מטעמים שכח פארן אויפמערקן. שוין פאראכטן, מיט נאך אפאר קליינע ספעלינג מיסטעיקס.

@יואב האט ארויפגעברענגט א וויכטיגע פאקטאר וואס איך האב פארפאסט. די פחד און צומישעניש בשעת די שיסעריי איז געווען שרעקליך. מען האט שוין מורא געהאט אז נעקסט קומט רוסלאנד מיט א אטאם באמבע. וועגן דעם ווערט רעיגן אזוי ארויפגעקוקט פארן אריינשפארצירן אין שפיטאל מיט איבערמענטשליכע כוחות.

א גרויסן ש׳כח פאר יעדער וואס האט מגיב געווען מיט מער אינפארמאציע.

נאך א קלייניקייט וואס קען זיין אינטערעסאנט: אום אוגעסט 4 2014 איז דשעימס ברעדי געשטארבן. אזויווי ער איז געשטארבן פון זיינע וואונדן זענען געווען שפעקולאציעס אז הינקלי וועט ווערן אנגעקלאגט פאר הרגנען א מענטש. למעשה, אזויווי מען האט שוין געהאט געפסקנט אז ער איז נישט שולדיג, האט זיך גארנישט געטוישט. ביז דערווייל געניסט ער פון מער געלעגנהייטן צו שפאצירן און פון מער וויזיטערס. נאך אביסל ווערט ער שוין אינגאנצן אויסגעהיילט...
אטעטשמענטס
2016-03-31_02.08.12.jpg
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע:רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

היינטיגע טאג 1889 האט מען פארענדיגט בויען די אייפעל טורעם

http://www.history.com/this-day-in-history
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

משפחת גלויבער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

פאר דריי יאר צוריק כ"א אדר איז די וועלט אויפגעשוידערט געווארן מיט די ביטערע עקסידענט וואס האט ליידער פארשניטן א משפחה מישראל דורך א געמיינער שיכור רוצח

עס איז ליידער נפטר געווארן האברך נחמן ב"ר חנני' יו"ט גלויבער וזו' רייזל בת ר' יצחק עליהם השלום


http://www.jdn.co.il/news/194563
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע:אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

די הארץרייסענדע לוי'

http://www.jdn.co.il/news/194998
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

היינט איז מארטש 31

אום מארטש 31 1889 האט מען אויפגעמאכט די טויערן פון די אייפעל טורעם אין פאריז, פראנקרייך, דורך די דעזיינער גוסטאוו אייפעל. ביי די  צערעמאניע האט זיך באטייליגט די פראנצויזישע פרעמיער מיניסטער פיערע טירארד, אפאר הויכע שישקעס און 200 ארבערטער.

אין 1889, לכבוד די 100טע יארטאג פון די פראנצויזישע רעוואלאציע, האט די רעגירונג באשלאסן צו מאכן א אינטערנאציעלע עקספאזישין, און אויסגערופן א דיזיין קאמפעטישן פאר א מאניומענט וואס וועט ווערן געבויט אין טשעמפ-דע-מארס אין צענטער פון פאריז. פון די איבער 100 דיזיינס וואס זענען געווארן אריינגעגעבן האט די קאמיטיע אויסגעקליבן אייפעלס פלאן פון א אפענע אייזענע טורעם וואס וועט זיין כמעט 1,000 פיס העכער די ערד, און וועט זיין די וועלטס העכסטע מענטשליך געמאכטע סטראקטור.

אייפעל איז געווען א באקאנטע בויער, און געווען זייער באהאוונט אין מעטאל קאנסטראקשן. ער האט דיזיינט די פרעים פון די סטעטשו אף ליבערטי וואס איז ממש פארדעם געווארן אויפגעשטעלט אין ניו יארק הארבער.

און אנפאנג איז עס באגריסט געווארן מיט סקעפטיזם פון קריטיקירער אויף די סטרוקטער און פון מענטשן וואס האבן מורא געהאט עס וועט מיאוס מאכן פאריז. אייפעל האט זיך אויסגעלאכט און געענדיגט די גאנצע מעשה, "אנדער באדשעט, און 2 יאר". נאר איין ארבערטער האט פארלוירן זיין לעבן בשעת די קאנסטראקשן (אין יענע צייט הייסט עס א זייער קליינע ציפער).

די לופטיגע סטרוקטער איז ביי יעדן געווען א טעכנאלאגישע וואונדער און אין די קומענדיגע יארן געווארן ארויפגעקוקט אלץ אן ארכיטעקטאר מעסטערפיעס.

די אייפעל טורעם איז 984 פיס הויעך, עס האט 3 אבזערוועישן דעקס און א אמעריקאנע קאמפאני האט געבויט די באקאנטע גלאזענע עלעוועיטער.

די עלעוועיטער איז הערשט פארטיג געווארן מארטש 31 און איז נישט געווען גרייט ביי די עפענונג צערמאניע. ביי די צערמאניע איז אייפעל צוזאמען מיט נאך אפאר מענטשן ארויפגעקראכן אלע שטיגן און אויפגעצויגן א ריזיגע פראנצויזישע פאן אויף די שפיץ פון די טורעם. עס זענען געווען פייערווארקס, און שפערטער און מאי איז דארט געווען די ריזיגע אינטערנעשינאל פעיר.

די אייפעל טורעם איז געבליבן די וועלטס העכסטע טורעם ביז מען האט אין 1930 געענדיגט די קרייסלער בילדינג אין ניו יארק.
אטעטשמענטס
2016-03-31_10.23.27.jpg
2016-03-31_10.24.07.jpg
2016-03-31_10.24.29.jpg
לעצט פארראכטן דורך בן נון אום דאנערשטאג מארטש 31, 2016 10:26 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

א דאנק פאר די שיינע געדאנק.
צוויי הערות:
א) אין וויקיפידיה איז אויך דא יעדן טאג די היסטאריע פונעם טאג, מעגליך קען מען לייכט נעמען פון דארט וואס עס איז אינטערעסאנט פאר אונזער ציבור.
ב) עס איז מער אויסגעהאלטן (להלכה) צו ברענגען לויט די אידישע דאטום, נישט די אלגעמיינע קאלענדער, ווי איינער האט טאקע פריער גוט געשריבן "היינט איז כ"א אדר, די יארצייט פונעם פארפאלק", (עי' רמב"ן פ' בא עה"פ החודש הזה לכם, ועוד).
א דאנק.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28587
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

גוד דזשאב בן נון, טענקס פאר די עפארט
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע:בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

לכאורה האט געשריבן: גוד דזשאב בן נון, טענקס פאר די עפארט
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

פלטיאל האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן: גוד דזשאב בן נון, טענקס פאר די עפארט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

בן נון, הערליך באשריבען דער רעיגען אטענטאט.

יואב, דער סעקרעטערי אוו סטעיט איז געווען אלכסנדר העיג.

ער האט געזאגט:
I am in control here

https://en.wikipedia.org/wiki/Alexander ... ol_here.22

In 1981, following the March 30 assassination attempt on Reagan, Haig asserted before reporters " I am in control here" as a result of Reagan's hospitalization, indicating that, while President Reagan had not "transfer[red] the helm", Haig was in fact directing White House crisis management until Vice President Bush arrived in Washington to assume that role
Constitutionally, gentlemen, you have the President, the Vice President, and the Secretary of State in that order, and should the President decide he wants to transfer the helm to the Vice President, he will do so. He has not done that. As of now, I am in control here, in the White House, pending return of the Vice President and in close touch with him. If something came up, I would check with him, of course

—  Alexander Haig, autobiographical profile in TIME Magazine, April 2, 1984
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
To the Point
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך To the Point »

טריסקער האט געשריבן: לויט מיינע געציילטע ידיעות איז ער למעשה געווען דער איינציגסטער פרעזידענט צו ווערן געשאסן אין איבערלעבן.
אויב נישט ביטע מיר פארעכטן.

(I think Ford also (could be i have a mistake
BE SO POSITIVE THAT NEGATIVE PEOPLE DON'T WANT TO BE AROUND YOU
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שואלכענין האט געשריבן: א דאנק פאר די שיינע געדאנק.
צוויי הערות:
א) אין וויקיפידיה איז אויך דא יעדן טאג די היסטאריע פונעם טאג, מעגליך קען מען לייכט נעמען פון דארט וואס עס איז אינטערעסאנט פאר אונזער ציבור.
ב) עס איז מער אויסגעהאלטן (להלכה) צו ברענגען לויט די אידישע דאטום, נישט די אלגעמיינע קאלענדער, ווי איינער האט טאקע פריער גוט געשריבן "היינט איז כ"א אדר, די יארצייט פונעם פארפאלק", (עי' רמב"ן פ' בא עה"פ החודש הזה לכם, ועוד).
א דאנק.

ווען מען רעד פון יענעם און יענעם צדיק וואס האט אין די טאג געזאגט אז........ קען מען עס ברענגען אויפן אידישען קאלענדער. אבער ווען מען שרייבט איבער רעיגנ׳ס שיסעריי קען מען נישט שרייבן אזוי און מען מוז שרייבן די גויאישע.
אוועטאר
א גוטן
שר האלף
תגובות: 1411
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2016 3:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן »

איך האב גראדע זייער הנאה פון דעם אשכול אבער איך מיין אז סבאלאנגט ענדערש אינטער פארברענגן אדער זכור ימות עולם. יישר כח בן נון
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

לכאורה האט געשריבן: גוד דזשאב בן נון, טענקס פאר די עפארט

זייער געשמאק און צום זאך
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידע ומומחה »

מארגען ווערט 2 יאר זייט viewtopic.php?p=834861#p834861
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

בין איך נייגעריג פון וואו שטאמט די טראדישן פון אפטון פרענקס אפריל 1?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

https://en.wikipedia.org/wiki/April_Fools%27_Day

וויאזוי פלאנסטו בן נון צו פראווען דער מארגענדיגע טאג? האסט עפעס גוטס?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

א גרויסן ישר כח פאר די גוטע ווערטער.

-----
היינט, אפריל 1, איז ווי פארשטענדליך דא אסאך מעשיות אין היסטאריע. פארוואס מען מאכט פרענקס, און אלע פרענקס וואס מען האט אלץ געטון אין היסטאריע.

אבער עס זענען געווען נאך אינטערעסאנטע זאכן אין די טאג וואס קען זיין כדי צו אראפברענגען.

-----
אום אפריל 1 1789 האט די ערשטע קאנגרעס זיך צאמגענומען אין ניו יארק סיטי און אויפגענומען פענסעלוועניע רעפריזענטעטיוו פרעדעריק אוגאסטוס קאנראד מולענבערג אלץ די ערשטע ספיקער פון קאנגרעסס.

-----
אום אפריל 1 1918 האט זיך געגרינדעט די רויעל עיר פארס (RAF) אין ענגלאנד. די אר עי עף איז געווען אפגעטיילט פון די בריטישע ארמיי און נעיווי מיט א אייגענע מיניסטער.

אוגעסט 4 האט ענגלאנד דערקלערט קריג אויף דייטשלאנד, און אפיציעל אנטיילגענומען אין די ערשטע וועלט מלחמה. אין יענע צייט האט די בריטישע RFC און RNAS (די לופט כוחות פון ענגלאנד) אינאיינעם געהאט 155 עירקרעפט און עירשיפן. דורכאויס די קומענדיגע 2 יאר האט דייטשלאנד אנגענומען די אויבן אן אין לופט סטראטאגיע און טענאלאגיע, און ענגלאנד האט געליטן שווערע באמבאדירונג און פארלוסטן פון די דייטשן. דאס האט געברענגט די בריטישע מיליטערישע אנפירערס צו גרינדן א עקסטערע לופט מיניסטערי וואס וועט באמבאדירן דייטשלאנד.

אין אפריל 1 1918 האט מען געגרינדעט די אר עי עף. נאך יענע טאג האט א בריסטאל עף 2 בי פליגער פון די 22טע סקוואדראן דורכגעפירט די ערשטע אפיציעלע מיסיע פאר אר עי עף.

ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט אין נאוועמבער 1918 האט די אר עי עף געהאט א שטארקייט פון 300,00 אפעצירן און מער ווי 22,000 עירקרעפט. זיי זענען געווען פון די שטערקסטע לופט כוחות אויף די וועלט. ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין סעפטעמבער 1939 זענען די אר עי עף כוחות געווען רעדוצירט צו בערך 2,000 עירקרעפט.

אין יוני 1940 זענען די אילעריטע לענדער, איינס ביי איינס, געפאלען צו דייטשלאנד, איבערלאזנדיג ענגלאנד אליינס אנטקעגן די דייטשע מאנסטאר. היטלער ימ"ש האט געפלאנט צו איינעמען ענגלאנד אין יולי 1940 און באפוילן זיין מעכטיגע לופט כוחות -די לופטוואפע- צו חרוב מאכן די ענגלישע פארטס, צו גרייט מאכן צו איינעמען.

די קליינע שוואכע אר עי עף האבן עקשנות׳דיג אפגעהאלטן די דייטשן אין די ערשטע פאר וואכן, ברענגענדיג די דייטשן צו טוישן סטראטאגיע און אנהייבן צו אטאקירן די בריטישע עיר פארס פארן טראכטן פון א אינוואזיע. זיי האבן געהאפט צו חרוב מאכן די אר עי עף דורכאויס די זוממער און אנפאנגן די אינוואזיע אין הערבסט.

אבער דורכאויס די קומענדיגע 3 חדשים האט די אר עי עף ערפאלגרייך אפגעהאלטן די מעכטיגע דייטשע לופט אינוואזיע פארלאזנדיג זיך אויף ראדאר טעכנאלאגיע, מער עירקרעפט, און אויסערגעווענליכע העלדישקייט. פאר יעדע בריטישע פליגער וואס די דייטשן האבן אראפגעשאסן, האט מען חרוב געמאכט צוויי לופטוואפע ערעפלאנען.

אין אקטאבער האט היטלער ימ"ש אפגעשטיפט די אינוואזיע, און אין מאי 1941 האט זיך געענדיגט די ׳בעטעל אף בריטאן׳. די בריטישע פרעימיער מיניסטער ווינסאן טשורטשול האט דאן געזאגט צו די אר עי עף פילאטן "קיינמאל אין די פיעלד פון מענטשליכע קאנפליקט קומט זיך אזוי סאך פאר אזוי ווייניג".

ווען די מלחמה האט זיך געענדיגט אין 1945 זענען די כוחות פון די אר עי עף געווען געשאצט צו כמעט א מיליאן מענטשן. שפעטער האט מען עס רעדוצירט און סטאבילעזירט צו בערך 150,000 מענטשן.

-----
אום אפריל 1 1924 איז אדאלף היטלער ימ"ש געווארן געסענטענסט פאר זיין ראלע אין די "ביר האלל פוטש" וואס איז פארגעקומען אין נאוועמבער 8, 1923. די פארזוך צו איבערווארפן די רעגירונג אין מינכן דורך רעכטע עלעמענטן און דורך די נאצישע קאמפיין איז דורכגעפאלן, און היטלער איז געווארן געטשארטשט אלץ איינע פון די אנפירער. טראץ זיין קאנוויקשן איז ער שוין געווען אינדרויסן פון טורמע נאך פאר די יאר האט זיך געענדיגט. די ארעסט האט שטארק געהויבן זיין פאליטישע אנזעהן און ער איז ארויסגעקומען פון תפיסה שטערקער ווי ער איז אריין.

-----
אין אפריל 1 1946 האט א ערד-ציטערניש אונטער די וואסער נעבן אלאסקא אנגעברענגט א מעכטיגע צונאמי וואס האט געהרגט 159 מענטשן אין האווייאי.

אינמיטן די נאכט האט א 7.4 ערדציטערניש באטראפן די נארט פאסיפיק 13,000 פיס אונטער די וואסער. די ציטערניש האט גורם געווען ריזיגע וואלן פון כמעט 100 פיס זאלן באפאלן האווייאי.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א דאנק אייך בן נון פאר אייערע גוט אראפ געלייגט און פראפעשינאלע רעפארט. געשמאק, און ליינט זיך שנעל און גרינג.

בו נון איז גוטע נייעס; לוקינג פארווערד.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “היסטאריע”