מיללער האט געשריבן: זייער גוט הרב שלך, אבער עס פעלט נאכאמאל 16 ציורים פון "ב' יבמין ויבמה אחת"
עס פעלן אויך די ציורים פון יבם אחת וב׳ יבמות וואס שי משנה רעבנו אויס. חלץ בין בתחילה, בין באמצע ובסוף וכו׳. ווי נתן גט, ביאה ומאמר וכו׳
די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד
נאטרוליסט האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: זייער גוט הרב שלך, אבער עס פעלט נאכאמאל 16 ציורים פון "ב' יבמין ויבמה אחת"
עס פעלן אויך די ציורים פון יבם אחת וב׳ יבמות וואס שי משנה רעבנו אויס. חלץ בין בתחילה, בין באמצע ובסוף וכו׳. ווי נתן גט, ביאה ומאמר וכו׳
דרךהמלך האט געשריבן: ווער געדענקט נאך דף י"ח:
איבערגייענדיג די גמרא פון יש זיקה און אין זיקה
פארשטיי איך נישט פארוואס די גמרא איז שקיל וטרי בדעת רב הונא אמר רב, אז ער קריגט אויף ר' יהודה בן בתירה, די גמרא ווייטער ביי די מימרא פון שמואל זאגט דאך אז עס וואלט געווען א הוה אמינא אז אפילו איך האלט יש זיקה מחיים ווערט עס נפקע לאחר מיתה, אויב אזוי זאל איך זאגן אז באמת האלט רב ווי ר' יהודה בן בתירה, ער איז נאר מחדש אז לאחר מיתה ווערט נפקע די זיקה
מיללער האט געשריבן: :wink:נאטרוליסט האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: זייער גוט הרב שלך, אבער עס פעלט נאכאמאל 16 ציורים פון "ב' יבמין ויבמה אחת"
עס פעלן אויך די ציורים פון יבם אחת וב׳ יבמות וואס שי משנה רעבנו אויס. חלץ בין בתחילה, בין באמצע ובסוף וכו׳. ווי נתן גט, ביאה ומאמר וכו׳
דערפאר האב איך געשריבן 'פון כיצד ביז די מחלוקת חכמים ורבי נחמיה'
מיללער האט געשריבן: אינטערעסאנטע באמערקונג - וויאזוי האט איר געטייטשט דאס ווארט "כלום" ביז פרק רבן גמליאל ממס' יבמות, און וויאזוי טייטשט איר עס היינט צוטאגס?
מיללער האט געשריבן: אז מ'לערנט יעצט פאר שבועות די הערליכע סוגיות פון איסור חל על איסור, באיסור מוסיף ואיסור כולל וכו' איז אינטערעסאנט נאכצוזאגן א שיינע חידוש פון רבי יוסף ענגיל זצ"ל בספרו בית האוצר כלל ע"ד.
ר"י ענגיל ברענגט א קשיא פון תוס' מס' חולין קג. בד"ה מר סבר, תוס' פרעגט אויף די גמ' וואס זאגט אז אויב אויף א היכי תמצא קומט איסור אבר מן החי נאך איסור טרפה וואלט עס נישט חל געווען מטעם אאחע"א.
פרעגט תוס' אז,די גמ' גייט אליבא דר' יוחנן וואס האלט במס' שבועות ויומא אז במוסיף וכולל איז איסור יא חל על איסור, און לכאורה איז דאך אבר מן החי אן איסור מוסיף אויף טרפה וייל אמ"ה איז אסור אויך אויף א בן נח.
טוט רבי יוסף ענגיל אויף אן הפלא'דיגער חידוש צו פארענטפערן תוס' קשיא. באזירט אויף א רמב"ם אין פיה"מ אויף מס' חולין, אז,די אלע מצות וואס זענען געווען אסור פאר ב"נ קודם הדיבור, וחזרו ונשנו בסיני, זענען מיר היינט מחויב דערינען נישט מטעם די אריגינעלע איסור פאר נח אדער אדם הראשון, נאר וועגן די חיוב וואס עס שטייט אין די תוה"ק שקיבלנו בהר סיני.
ולפי"ז זאגט ר"י ענגיל, דאס וואס אמ"ה איז אסור פאר א בן נח, האט בכלל נישט קיין שייכות צום איסור אמ"ה פאר א ישראל, עס איז פון צוויי באזונדערע ציוויום, וממילא הייסט דאס בכלל נישט קיין איסור מוסיף, ודו"ק ודפח"ח
עיי"ש מה שכ' בסוגריים מדברי התוס' בסוגיתינו דבמוסיף לא בעי' משם אחד
הבוחר בטוב האט געשריבן: אויבן אויף טראכט איך, ער וויל דאך נישט מקדש זיין בביאה, נאר ער וויל איר קונה זיין בביאת יבמה איז איינמאל ער האט שוין מקיים געווען די מצוה בצרתה איז ביאה שוין נישט קונה, משא"כ מאמר איקידושין וואס איז קונהדארף מען צוקימען צו שיטת ר"ע שאין קידושין תופסין בחייבי לאוין. ויש לעיין
מיללער האט געשריבן: אין די ערשטע משנה בפרק ר"ג, דף נ: ביי די פאל פון שתי יבמות ליבם אחד, זאגט די משנה: בעל ובעל או בעל ועשה מאמרוכו' אין אחר ביאה כלום. ד.ה. ער איז קודם בועל די ערשטע יבמה און דערנאך איז ער בועל איר צרה אדער ער גיט איר א מאמר, איז די צווייטע ביאה און די מאמר גארנישט.
בפשטות שטייט דא אז די צרה דארף ניטאמאל קיין גט, אבער רש"י און די גמרא זאגן נישט פארוואס נישט. ביי חלץ ועשה בה מאמר זאגט די גמ' אז די משנה גייט ווי ר"ע אז אין קידושין תופסין בחייבי לאוין און נאך חליצה איז די די לאו פון כיון שלא בנה שוב לא יבנה, אבער נאך ביאה איז נאר דא אן עשה פון בית אחד הוא בונה ואינו בונה ב' בתים.
לפי"ז דארף מען זאגן אז די משנה נעמט אן ווי שיטת רבי ישבב בדברי ר"ע אז אויך בחייבי עשה איז נישט תופס קידושין, אבער אויב אזוי איז דאס א 'באמבע' חידוש און ראי' צו רבי ישבב, און די גמרא און רש"י מאכן זיך נישט צוטוהן דערפון, והוא פלאי.
אין די משניות פון רבי שמעי' שליט"א האב איך יא געזען אז ער מערקט עס אן און ברענגט עס פון ישרש יעקב, איך האב עס נישט געטראפן דערווייל בפנים אין ישרש יעקב, אבער עס איז א פלא אז ביז צום ישרש יעקב רעדט קיינער נישט דערפון.
קען מען לערנען אן אנדער פשט אין די משנה?
זאל ער קומען האט געשריבן: קען זיין אז מ׳וועט איינזעצן די משנה לפי האמוראים אז ער האט געגעבן דעם מאמר לשם ׳זיקת׳ יבמין מיט/אן א תנאי/כפול?
זאל ער קומען האט געשריבן: נעם אראפ דעם תנאי חלק. ער האט געגעבן דעם מאמר בזיקת יבמין און וועגן דעם איז דער דין ביי די משנה אז די צווייטע דארף נישט אפילו קיין גט.
זאל ער קומען האט געשריבן: קרובות גרושה
קרובות חלוצה - לר״ע מדאורייתא
הבוחר בטוב האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: אינטערעסאנטע באמערקונג - וויאזוי האט איר געטייטשט דאס ווארט "כלום" ביז פרק רבן גמליאל ממס' יבמות, און וויאזוי טייטשט איר עס היינט צוטאגס?
שיינע באמערקונג דא האסטו אן אפהאנדלונג מיט נאך דיגמאות. http://hebrew-academy.org.il/2012/08/08/%D7%9B%D7%9C%D7%95%D7%9D-%D7%95%D7%A9%D7%95%D7%9D-%D7%93%D7%91%D7%A8/