שלום עליכם, טייערע אידן. אני הקטן קום אריין דא אויף פראבע, נאכדעם וואס איך פלעג פאר א צייט צוריק אביסל מיטהאלטן די שמועסן. איך זעה אז די קרעטשמע איז זיך בארעך האשעם שיין צעוואקסן, אז די אייגענטומער זענען געווען געצווינגען ארויסצובויען נאך א פליגל און אויסליידיגן די בענק פונעם פאליש. איז לאמיר זעהן וואס דא טוט זיך. אויב וועל איך מיך דא געפינען דאס פלאץ, וועט אי"ה מקוים ווערן דעם פסוק אין דף היומי, זה "הקטן" גדול יהי'.
איך האב געהערט פיינע גריסען אויף די געשמאקע קרעטשמע, נו, לאמיר זיך מאכען אביסעל באקוועם, כאפען א גלעזעל שנאפס,אין א גוט ווארט צו די זייט,אין איך האף צו הנאה האבען.