יציאת מצרים אויף די שפאלטענעס פון אייוועלט - (נמחק)
איר קענט אייך פארשטעלן וויפיל ארבייט די מנהלים האבן געהאט אויף אייוועלט מיטן מעקן אשכולות ביי יציאת מצרים?!
לדוגמא, אפאר פון די אשכולות וואס ליגן פארמעקט אינעם אלטען אייוועלט. (מען האט דאך שוין זינט דאן פאראכטען דעם "מיט גרויס פרייד טוהן מיר מעלדן אז אי"ה גאר בקרוב וועלן מיר צולייגן און איבערבויען דאס גאנצע סייט, מיר וועלן אי"ה מעלדן מער אין די קומענדיגע טעג. דערווייל קענט איר גיין צו די גאר לעבעדיגע פארום'ס"...)
אשכול: וויי געוואלד! - ולא שמעו אל משה!
תוכן האשכול בקיצור:
א גאנצע אשכול מיט לאזונגען אויף די שוואכע מאמינים פארן נישט גלייבן אז משה רבינו קומט קיין וואשינגטאן בשליחות פון הקב"ה.
די ניקים וואס האבן פראבירט ממליץ טוב זיין אויף די "לא שמעו'ניקעס" זענען באוואשען געווארן אלס "מסיע לעוברי עבירה"...
אפאר שטרענגע ניקים האבן געטיילט שפאטישע לאוזונגען אויפן חשבון פון די נייע ניקים וואס רעדן אריין חוות דעתם אינעם שטורמישען אשכול...
גאנצעטע פאשקעווילען אנטקעגן די "עסקנים משה און אהרן" וואס גייען פארהאנדלען מיט די פאליטישענס...
"ווער האט זיי געבעטן רעדן אין נאמען פון גאנץ כלל ישראל??" שרייבט @זנב בן נחש.
"מוחה!!" שרייבט @כרפס.
עד שבאו המנהלים: "ביטע, מחאות איז נישט ערלויבט. מיט אכט, די הנהלה".
ווידער א צווייטע אשכול ליינט זיך: #ברעיקינג: פרעש אין גושן!!!
תוכן האשכול בקיצור:
א גאנצע געטועכץ מיט בילדער און קליפים פון א איינצעלנע פרעש'ל ארומטאנצענדיג אויף א טייג'ל.
די פותח האשכול ברענגט א ק/פ פון וואצעפ: "צפרדעים נראו בגושן בשיכון העברים!!"
משה: "אין צפרדעים בגושן". אבל יש, יש...."
אינעם תגובה ברענגט דער שרייבער פונעם "ניו עיגעפט פאוסט" א לענגערע באהאנדלונג פון א "ערב רב" מיטגליד אז מען האט געפונען פרעש אינעם אידישען קווארטעל אין גושן, און ער ציהט דערפון א מסקנה אז אידן האבן אויך די מכה פון צפרדע און עס איז נישט קיין אות או מופת, נאר א פשוטע "מכת מדינה"...
נאך צוויי פילע בלעטער בעק-ענד-פארטה תגובות וואו חשובע ניקים זענען מבאר מיט מקורות פון ראשונים אז עס איז נישט במציאות בכלל, קומט אפיר א קליפ "אמנון יצחק מתווכח אם מכשף אודות הצפרדע בגושן!"...
אויפן קליפ זעהט מען ווי אמנון יצחק צעקוועטשט א פלעסטיק קאפ אינמיטען די ויכוח.. צום סוף האט זיך דער מכשף מגייר געווען און אמנון יצחק האט אים אנגעטוען ציצית, א קאפל. געטאנצען מיט אים "נ נח נחמ נחמן" און אים געשפיגן אין פנים...
נאך א וואך איז ארויפגעקומען א מודעה: " אינפארמאציע, די אשכול איז פארשפארט ".
וכו' וכו'...
און אזוי קען מען פארציילען און פארציילען...
עכ"פ, צוריק צום נושא האשכול. "יא אייזקרים ביים סדר, אדער נישט?".