וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5323
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פארשטייט זיך, אבער ס'איז נישט קיין עכטער טייטש.

די פראבלעם איז אויך אז נישט אייביג קען מען עס נוצן, און ס'איז צו א גאנגבאר ווארט מ'זאל עס אייביג דארפן אויסקרויזן. צב"ש "אריינבעקן דעם קאר", אויב זאגסטו "אריינגעפארן ריקוועגס אינעם דרייוועי" ווערט עס אומגעלומפערט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

Borrower האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 3:05 pm
פארן ריקוועגס / צוריקוועגס
*ריקווערטס.
אדער: הינטערוויילעכץ.
אדער פשוט: פארן אויף צוריק.

בעסער?
אז דו ווערסט פארלוירן, שפיר דיך נישט געטראפן...
קרעדיט: @הודונאנאש
אוועטאר
ביבליאגראף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 7:16 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביבליאגראף »

שיגרא דלישנא צו זאגן: צוריק-צו-וועגס.
מסתמא א צאמשטעל פון צוריק-וועגס מיט ריקצו-וועגס. ("ריקצו" מעג זיין א ווארט פונקט ווי ארויפצו, אראפצו, אהינצו)
אוועטאר
איך הייק
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 22, 2023 7:21 pm
לאקאציע:הויעך אויף די בערג צווישן די ביימער

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך הייק »

ווי אזוי זאגט מען orbit אויף אידיש?
טייערע אידן אין אמעריקע גייטס הייקן וועט אייך גיט זיין....

מיין באזיך אויפן עיר פארס 1

אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4253
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

איך הייק האט געשריבן: מאנטאג יולי 08, 2024 11:25 pm
ווי אזוי זאגט מען orbit אויף אידיש?
אָרביט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 3:07 am

דאס איז די ווארט?
וואס מיינט עס ?

איך הייק האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:08 am

יא, דאס ווארט איז די זעלבע אין אידיש. שטאמט פון לאטייניש.

איך הייק האט געשריבן: דינסטאג יולי 09, 2024 4:08 am
וואס מיינט עס ?
The word "orbit" has a few different meanings depending on context:

Astronomy: The curved path of a celestial object or spacecraft around a star, planet, or moon due to gravitational attraction.

Physics: The path followed by an electron or other charged particle in an atom around the nucleus.

Figurative or metaphorical: To be in someone's "orbit" can mean to be closely associated with them or under their influence, often in a figurative sense of social or professional circles.

Spacecraft: The path or trajectory followed by a spacecraft around a celestial body, such as a planet or moon.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

taste
נישט פארזוכן אדער קאסטן, פשוט טעיסטן.

פארוואס פרעג איך, ווייל איך האב געזען אין אן אלט ספר'ל וואס רעדט איבער די פינף חושים, רעכנט ער אויס "שמעקן מיט די נאז און שמעקן מיט די מויל"

איז מיר געווען אינטראסאנט וויאזוי מען זאגט דאס טאקע
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובה דורך איינס »

שמעקן מיטן מויל?
איי וואס איז בעסער וואס מען נוצט ״פילן מיטן מויל״? פילן איז חוש המישוש…

אינטערסאנט אז פאר אזא בעיסיק זאך איז נישטא קיין געהעריגע איבערטייטש.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:28 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2513
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

שליח ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:12 pm
taste
נישט פארזוכן אדער קאסטן, פשוט טעיסטן.

פארוואס פרעג איך, ווייל איך האב געזען אין אן אלט ספר'ל וואס רעדט איבער די פינף חושים, רעכנט ער אויס "שמעקן מיט די נאז און שמעקן מיט די מויל"

איז מיר געווען אינטראסאנט וויאזוי מען זאגט דאס טאקע
ווען מ'רעכנט אויס די חושים קען מען פשוט זאגן 'טעם' (די פינעף חושים זענען: זע-קראפט, הער-קראפט, שמעק, טעם, פילן.)

אויב ווילסט דווקא בלויז אידיש דאן 'געשמאק'.

עס הערט זיך אביסל מאדנע צווישן די אנדערע, ווייל 'פילן', 'שמעקן', 'זען' איז דער פעולה פון נוצן דער חוש בעת וואס 'טעם' איז א דעסקריפציע פונעם חוש זעלבסט.

אבער ריכטיג עכט איז צו נוצן אין אזא פאל דער נאמען פונעם חוש, און נישט דער טאט פון נוצן דער חוש. דער שאלה איז מער וויאזוי צו שרייבן 'פילן' אלץ חוש. דאס חוש פון 'פיל'?
איינס האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 10:27 pm
שמעקן מיטן מויל?
איי וואס איז בעסער וואס מען נוצט ״פילן מיטן מויל״? פילן איז חוש המישוש…

אינטערסאנט אז פאר אזא בעיסיק זאך איז נישטא קיין געהעריגע איבערטייטש.
'שפירן מיט די מויל' שטימט יא בעסער ווי 'פילן'.
לעצט פארראכטן דורך קנאפער ידען אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 8:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חברונער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:11 pm
שליח ?
שליח.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:12 pm
taste
נישט פארזוכן אדער קאסטן, פשוט טעיסטן.

פארוואס פרעג איך, ווייל איך האב געזען אין אן אלט ספר'ל וואס רעדט איבער די פינף חושים, רעכנט ער אויס "שמעקן מיט די נאז און שמעקן מיט די מויל"

איז מיר געווען אינטראסאנט וויאזוי מען זאגט דאס טאקע
איך זע אז גוגל געבט ״געשמאק״.
אריינטראכטנדיג איז ער לכאורה גערעכט. אין איבערטייטש פון טעיסטי אדער טעים פון לשון קודש וועט עס זיין אין אידיש געשמאק. סאו לכאורה טעם/טעיסט איז געשמאק.
די שאלה איז פארוואס האט זיך למעשה אנטוויקלט אז געשמאק איז געווארן א ווארט נאר צו זאגן אז סהאט זיך געפילט גוט מיטן מויל (און בלשון מושאל אויף יעדע זאך וואס איז גוט געווען אזוי ווי טעיסטי נוצט מען אויך פאר עניטינג וואס איז טעיסטי…)

וואספארא געשמאק פילט די עסן. (גייט נאך אריבער)
די עסן געשמאקט זיך זייער געשמאקעדיג (מממ…)
(אבער שטעל זיך פאר) די עסן געשמאקט עקלדיג…

או יאמר אז דער שם דבר איז ״שמאקן״ (להבדיל פון שמעקן)
סאו
וואספארא שמאק שמאקט די עסן.
די עסן שמאקט זייער געשמאק (אדער שמאקעדיג)
די עסן שמאקט עקלדיג…
לעצט פארראכטן דורך איינס אום דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:19 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:11 am
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 9:12 pm
taste
נישט פארזוכן אדער קאסטן, פשוט טעיסטן.

פארוואס פרעג איך, ווייל איך האב געזען אין אן אלט ספר'ל וואס רעדט איבער די פינף חושים, רעכנט ער אויס "שמעקן מיט די נאז און שמעקן מיט די מויל"

איז מיר געווען אינטראסאנט וויאזוי מען זאגט דאס טאקע
איך זע אז גוגל געבט ״געשמאק״.
אריינטראכטנדיג איז ער לכאורה גערעכט. אין איבערטייטש פון טעיסטי אדער טעים פון לשון קודש וועט עס זיין אין אידיש געשמאק. סאו לכאורה טעם/טעיסט איז געשמאק.
די שאלה איז פארוואס האט זיך למעשה אנטוויקלט אז געשמאק איז געווארן א ווארט נאר צו זאגן אז סהאט זיך געפילט גוט מיטן מויל (און בלשון מושאל אויף יעדע זאך וואס איז גוט געווען אזוי ווי טעיסטי נוצט מען אויך פאר עניטינג וואס איז טעיסטי…)

וואספארא געשמאק פילט די עסן. (גייט נאך אריבער)
די עסן געשמאקט זיך זייער גוט געשמאקעדיג (מממ…)
(אבער שטעל זיך פאר) די עסן געשמאקט עקלדיג…
ווי געשריבן, אין דער טאט-ווארט סיטואציע איז 'שפירט' ווארשיינליך די מערסטע פאסיג.

אבער אויב מ'וויל גיין מיט 'געשמאק' קען מען דרייען דעם זאץ, לדוגמא 'די עסן האט א נישט גוטע געשמאק' (וועלכע גייט אריבער בערך ווי 'וואספארא געשמאק פילט די עסן'), אדער גאר 'די עסן איז נישט געשמאק'.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שפירט איז פונקט ווי פילט. סאיז אמת אז מען נוצט דעם ווארט אבער סאיז לכאורה נאר ווייל טעיסט האט נישט קיין איבערטייטש.

גערעכט אז מקען נוצן געשמאק און עס דרייען אין לשון קודש קען מען אויך נוצן האוכל לא מרגיש טעים אדער האוכל מרגיש לא טעים.
כאפ איך יעצט אז אין לשון קודש זאגט מען אויך נישט האכול טועם מגעיל נאר מען נוצט שפירן האכול מרגיש.
איך מיין אבער אז אין ענגליש זאגט מען יא די פוד טעיסט גראליק..

עניוועי די שאלה צי למעשה איז אויסגעהאלטן דער סטעיטמענט ״די עסן געשמאקט עקלדיג״.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

איינס האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 9:26 am
שפירט איז פונקט ווי פילט. סאיז אמת אז מען נוצט דעם ווארט אבער סאיז לכאורה נאר ווייל טעיסט האט נישט קיין איבערטייטש.

גערעכט אז מקען נוצן געשמאק און עס דרייען אין לשון קודש קען מען אויך נוצן האוכל לא מרגיש טעים אדער האוכל מרגיש לא טעים.
כאפ איך יעצט אז אין לשון קודש זאגט מען אויך נישט האכול טועם מגעיל נאר מען נוצט שפירן האכול מרגיש.
איך מיין אבער אז אין ענגליש זאגט מען יא די פוד טעיסט גראליק..

עניוועי די שאלה צי למעשה איז אויסגעהאלטן דער סטעיטמענט ״די עסן געשמאקט עקלדיג״.
שפירן איז פונקט ווי פילן? איי וואלד נאט סעי סאו. פילן איז מישוש (און איינמאל מ'האט פילן ספעציש פאר מישוש דארף מען נישט נוצן שפירן דערפאר) בעת וואס שפירן איז ברייטער און מיינט מיט אנדערע חושים ('שפירט א שלעכטע גראך'...).

'געשמאקט' איז לכאורה נישט אויסגעהאלטן ווייל מ'געפינט נישט דער ווארט אלץ פעולה.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

איינס האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 10:27 pm
שמעקן מיטן מויל?
איי וואס איז בעסער וואס מען נוצט ״פילן מיטן מויל״? פילן איז חוש המישוש…

אינטערסאנט אז פאר אזא בעיסיק זאך איז נישטא קיין געהעריגע איבערטייטש.
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, איך רעדט פון גאראן אלט ספר'ל (483 יאר אלט), וואס ניצט "שמעקן מיט דעם מונדא (=מויל)"
Screenshot 2024-07-11 134641.jpg
Screenshot 2024-07-11 134641.jpg (34.92 KiB) געזען 165 מאל
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

https://en.wiktionary.org/wiki/schmecken#German

אין דייטש איז schmecken געהעריג טעיסטן.
riechen אזויווי גערוך, איז שמעקן. #מעלות_אלערט: ריח
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 19167
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 1:50 pm
איינס האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 10:27 pm
שמעקן מיטן מויל?
איי וואס איז בעסער וואס מען נוצט ״פילן מיטן מויל״? פילן איז חוש המישוש…

אינטערסאנט אז פאר אזא בעיסיק זאך איז נישטא קיין געהעריגע איבערטייטש.
האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, איך רעדט פון גאראן אלט ספר'ל (483 יאר אלט), וואס ניצט "שמעקן מיט דעם מונדא (=מויל)"
Screenshot 2024-07-11 134641.jpg
איך האב פארשטאנען סאיז מיר נאר אינטערסאנט פארוואס האט ער גענומען שמעקן ענדערש ווי פילן אדער ווי קנאפער זאגט שפירן.

ווען מען ניצט שפירן פאר די אנדער חושים מאכט עס סענס מה שאין כן שמעקן
שפירן מיט די הענט (פילן)
שפירן מיט די נאז (שמעקן)
שפירן מיט די מויל (געשמאקן?)
שפירן מיט די אויגן (זען. דא איז עס שוין אביסל אףף)
שפירן מיט די אויער (הערן. אינגאצן אףף)

שמעקן מיט די אויער, מויל, אויג, הענט. איז אינגאנצן נישט צום זאך.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שווערמער
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ביבליאגראף האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 04, 2024 6:02 pm
שיגרא דלישנא צו זאגן: צוריק-צו-וועגס.
מסתמא א צאמשטעל פון צוריק-וועגס מיט ריקצו-וועגס. ("ריקצו" מעג זיין א ווארט פונקט ווי ארויפצו, אראפצו, אהינצו)
איך פארשטייט נישט דעם קאנצן פלאנטער, צוריק צו וועגס איז א כשר ווארט און שוין.
ע"פ אנאלאגיע מיט ארויפצו, קומט צוריקצו, נישט ריקצו
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:32 pm
צ/ק
סגולה
סגולה.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
פראקטיש
שר ששת אלפים
תגובות: 6087
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:41 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:32 pm
צ/ק
סגולה
סגולה.
און אין ענגליש segilah הא?

טייטש מיר איבער די ווארט, קנאפער...

איך פלאג צו פארשטיין די חילוק צווישן א סגולה סתם און א סגולה בדוק ומנוסה, איך קלער אז די טייטש דערפון קען מיר העלפן אנטשיידן מיין אסתפקתא
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7211
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אדער אפשר ערגעצוואו עפעס א צויבערקראפט...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 35000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:45 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:41 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 11, 2024 11:32 pm
צ/ק
סגולה
סגולה.
און אין ענגליש segilah הא?

טייטש מיר איבער די ווארט, קנאפער...

איך פלאג צו פארשטיין די חילוק צווישן א סגולה סתם און א סגולה בדוק ומנוסה, איך קלער אז די טייטש דערפון קען מיר העלפן אנטשיידן מיין אסתפקתא
דו ביסט ווייזט אויס שטעקן געבליבן מיט די וואס האלטן אז אידיש מוז דוקא זיין איר אייגענע שפראך און יעדע ווארט פון א צווייטע שפראך מוז האבן אין איר א בלויז-אידיש אפטייטש...

סגולה, פונקט ווי פילע טויזענטע לשון הקודש ווערטער, זענען אריין אלץ חלק פון דער באנוצטער אידישער לעקסיקאן. סגולה איז טייטש סגולה.

אויף ענגליש איז עס א remedy.

אן אויספרובירטע סגולה (בדוק ומנוסה) באדייט אז דער סגולה (remedy) איז אויסגעפראווט געווארן און געווען א הילף/ישועה/רפואה פאר דער זאך וואס מען האט פרובירט אז עס זאל זיין א סגולה פאר.
בילד
מ'זעמיר אויף ברעיק פאר א וויילע (זעט דערוועגן דא ). אי"ה צום ווידערזען!

ביטע מיר נישט קאנטעקטן אויף סיי וואספארא וועג. אן אויסנאם איז טעקניקעל אירע וואס העלפן אנדערע און דארף הילף דערמיט
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”