ריין כשר געלט

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

ריין כשר געלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

צוויי שאלות וואס איז מיר שוין געווען נוגע וואלט איך געוואלט הערן די חוות דעת דא פון די יודעי דת ודין פארשטיט זיך להלכה ולא למעשה
שאלה א'
אז מיין חבר דערציילט מיר אז ער זוכט א מארגעדש, אין איינער האט אים געזאגט אז חזקאלאוויטש למשל איז זייער גוט, אדער ער זאגט מיר סתם אז ער פלאנט צו גיין צו יענעם, מעג איך אים זאגן ער זאל מיא לאזן מאכן די ערשטע קאל צו יענעם פאר דיר, אזוי אז איך זאל קענען בעטן א קאמישאן וואס ער איז גרייט צו געבן אויב איך ברענג א קאסטעמער מעג מען דאס טוען? אויב נישט אין א פאל ער זאגט מיר סתם אז ער גייט גיין צו חזקאלאוויטש, אין איך זאג אים אז יענער איז טאקע מורא'דיג גוט, אין איך געב אים די גוטע געפיל יענעם צו ניצן, מעג איך יא?
שאלה ב'
מיין חבר דערציילט מיר ער זוכט א מארגעדש, איך זאג אים גיי צו חזקאלאוויטש, אין למעשה יענער ווערט פארנומען מיט אנדערע זאכן, אין צוויי וואכן שפעטער דערמאנט ער זיך אז ער דארף א מארגעדש אין ער זעט א עד פין א קאמפעני למשל CTY מארגעדשעס, ער קאלט זיי, למעשה CTY איז חזקאלאוויטש, מעג איך בעטן מיין קאמישאן עס קען דאך זיין אז ווען ער האט געקאלט זיי איז ער נאכנישט געווען באשלאסן צו יענעם ניצן נאר ווען יענער האט אויפגעהויבן אין ער האט געזען אז עס איז חזקאלאוויטש אין ווייל איך האב אים צווי וואכן צירוק געזאגט ווי גוט אין פארלעסליך יענער איז, איז ער געבליבן דארט?
מיין שאלה איז נישט אין דין תורה ווען חזקאלאוויטש וויל נישט געבן, נאר ווען חזקאלאוויטש ווייסט נישט מיין זייט אין ער איז גרייט צו גערן געבן מעג איך עס בעטן, אז נישט, אויב ער קומט געבן מעג איך עס נעמען
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב נאך נישט געלערענט קיין חושן משפט

מסברא איז שאלה א אן איסור
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

די ערשטע שאלה איז לכאורה געהעריג אונאה און איז אסור
די צווייטע שאלה דאכט זיך, אז עס קען זיין א ספק, און אויב אזוי איז דער כלל אז המוציא מחבירו עליו הראיה, אז דער וואס וויל באקומען די קאמישאן דארף איבערצייגן אז יענער איז געקומען צו אים צוליב וואס ער האט אים צוגערעדט
אם לא עכשיו אימתי
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

וויל זיין גוט האט געשריבן: די ערשטע שאלה איז לכאורה געהעריג אונאה און איז אסור
די צווייטע שאלה דאכט זיך, אז עס קען זיין א ספק, און אויב אזוי איז דער כלל אז המוציא מחבירו עליו הראיה, אז דער וואס וויל באקומען די קאמישאן דארף איבערצייגן אז יענער איז געקומען צו אים צוליב וואס ער האט אים צוגערעדט

לגבי שאלה א' איז עס ליידער א זאך מצוי בכל יום אז מען טוט אזוי אין פארדעם האב איך עס ארויף געברענגט עס איז א נארמאלע זאך היינט צו זאגן פאר איינער וואס גייט סיי ווי זאג אים איך האב דיר געשיקט,
פארדעם הא איך געשריבען
פרידן האט געשריבן: מיין שאלה איז נישט אין דין תורה ווען חזקאלאוויטש וויל נישט געבן, נאר ווען חזקאלאוויטש ווייסט נישט מיין זייט אין ער איז גרייט צו גערן געבן מעג איך עס בעטן, אז נישט, אויב ער קומט געבן מעג איך עס נעמען
אוועטאר
שאינו יודע
שר שבעת אלפים
תגובות: 7200
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

אלס טעות עכו״ם אפשר
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

שאינו יודע האט געשריבן: אלס טעות עכו״ם אפשר

איך רעדט פין יודן
מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מלה בסלע ודי לחכימא »

אזוי ווי די פרעגסט להלכה ולא למעשה ערלויב איך מיך צו זאגן אז עס איז מעגליך אז שאלה א זאל זיין מותר וויבאלד/אויב ער וואלט אים געקענט צו רעדן צו גיין צו א צווייטען, דאס הייסט עס איז מעגליך אז חאסקאלאוויטש איז גרייט צו צאלן געלט אז מען זאל נישט פראבירען צו איבערעדן צו גיין צו א צוויטער, אבער פשטות קען דער היתר נאר זיין אויף א חלק פון די געלט נישט אויף די גאנצע וואס ער צאלט פאר איינער וואס ברענגט אים איינעם.
למעשה איך רעד כסדר צו אנגענומענע גרויסע חושן משפט דינים און אויב די ווילסט און עס איז דיר נוגע קען איך פראבירען עס אריינצווארפן אין די שמועס און הערן זייער מייניג.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן: אזוי ווי די פרעגסט להלכה ולא למעשה ערלויב איך מיך צו זאגן אז עס איז מעגליך אז שאלה א זאל זיין מותר וויבאלד/אויב ער וואלט אים געקענט צו רעדן צו גיין צו א צווייטען, דאס הייסט עס איז מעגליך אז חאסקאלאוויטש איז גרייט צו צאלן געלט אז מען זאל נישט פראבירען צו איבערעדן צו גיין צו א צוויטער, אבער פשטות קען דער היתר נאר זיין אויף א חלק פון די געלט נישט אויף די גאנצע וואס ער צאלט פאר איינער וואס ברענגט אים איינעם.
למעשה איך רעד כסדר צו אנגענומענע גרויסע חושן משפט דינים און אויב די ווילסט און עס איז דיר נוגע קען איך פראבירען עס אריינצווארפן אין די שמועס און הערן זייער מייניג.

אדרבא סאיז מיר נוגע שאלה א' האב איך געהאט די ברירה דעי וואך, (נישט לגבי א מארגעדש לגבי א אנדערע זאך) אבער איך האב עס נישט געטון
אין שאלה ב' איז אויך א מעשה שהיה (אויך נישט לגבי מארגעדשעס) אין ביז דערווייל האב איך נישט געבעטן, איך האב זייער ליב אייגן געלט נישט יענעמס
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן: אזוי ווי די פרעגסט להלכה ולא למעשה ערלויב איך מיך צו זאגן אז עס איז מעגליך אז שאלה א זאל זיין מותר וויבאלד/אויב ער וואלט אים געקענט צו רעדן צו גיין צו א צווייטען, דאס הייסט עס איז מעגליך אז חאסקאלאוויטש איז גרייט צו צאלן געלט אז מען זאל נישט פראבירען צו איבערעדן צו גיין צו א צוויטער, אבער פשטות קען דער היתר נאר זיין אויף א חלק פון די געלט נישט אויף די גאנצע וואס ער צאלט פאר איינער וואס ברענגט אים איינעם.
למעשה איך רעד כסדר צו אנגענומענע גרויסע חושן משפט דינים און אויב די ווילסט און עס איז דיר נוגע קען איך פראבירען עס אריינצווארפן אין די שמועס און הערן זייער מייניג.

דו דערמאנסט מיר פון יענעם וואס האט געזאגט אז ער האט ערלעדיגט יענעם שידוך, וואס האסטו געטוהן פרעגט מען אים.
ענטפערט ער: וואס הייסט? איך האב נישט צושטערט, כאטש איך האב געוואוסט פאראויס.
ביי א יעדע שידוך וואלט איין צד געקענט באשטיין צו צאלן לא יחרוץ געלט אז איינער וואס וויל קאליע מאכן, זאל צומאכן דאס מויל, אדער איז דער שדכן גרייט צו באצאלן, אויב אזוי קומט זיך אים טאקע די קאמישאן?
אם לא עכשיו אימתי
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”