רעפובליקאנער קאנווענשען-קליוולאנד אהייא- 2016

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע:ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
נעכטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

וואס א חילוק האט געשריבן: איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

שוין געפרעגט דאס זעלבע. ווארט נישט אויף א תשובה...
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וואס א חילוק האט געשריבן: איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!

ווילסט הערן מיין מיינונג (אלס טראמפיסט)?

די אלע שמיץ וואס מ'פארקויפט דיר אויף טראמפ איז הוילע הבלים, ווייל מ'קען טרעפן אויף יעדע מענטש זאכן וואס ער האט געטוהן נישט ריכטיג, און אויף מיר און דיר אויך. גלייך ווען טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט האבן אלע ווארטזאגער געשריגן אז ער איז א קלאון, א משוגענער, א ראסיסט א.א.וו. נאך פאר זיי האבן אים געגעבן א שאנס צו מאכן זיין קעיס.

אויב די באטראכסט דעם מענטש מיט א ציווילע בליק מיט אן אמת, זעהסטו א מענטש מיט פרינציפן, מיט וועליוס, א קאמאן סענס מיינונג, און אן אינספייערער. אלע מענטשען וואס דרייען זיך ארום אים קוקן אים ארויף און זאגן אז זיי האבן זיך געלערנט גוטע זאכן פון אים. אוודאי איז דא זאכן וואס איך וואלט געוואלט ער זאל טוהן אנדערש, אבער סאיז מינדערוויכטיג אקעגן זיינע מעלות.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
DNC216
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 05, 2016 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DNC216 »

טראמפ רייסט אראפ טעד קרוז יעצט ביים באדאנקען די וואלענטירס פון די קאווענשען
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אמביציע האט געשריבן: זאכליך איך בין א רעפאבליקאנער וואו קימט דא אריין אנטי טראמפ,
די ווייסט פארוואס איך בין אנטי טראמפ? פארוואס?? ווייל ער איז נישט קיין רעפאבליקאנער, דעץ איט.

אהא, און קלינטאן איז יא א ריפאבליקאנער?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

א דוגמא פון קריטיג, פלעין ווייל מ'האט פיינט טראמפ.

היטלער דרשה
viewtopic.php?p=1264549#p1264549

פאאראטן די פארטיי
viewtopic.php?p=1264547#p1264547

ווייל ער האט גערעדט אפאר מינוט לענגער ווי געווענדליך איז ער ווי פידעל קאסטרא
viewtopic.php?p=1264487#p1264487
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
פער בריסטאו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4716
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 13, 2013 8:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פער בריסטאו »

DNC216 האט געשריבן: טראמפ רייסט אראפ טעד קרוז יעצט ביים באדאנקען די וואלענטירס פון די קאווענשען

פענס רייסט זיך פאר געלעכטער
טענק יו פאר טשוזינג מעריאַט האוטעל
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8978
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע:אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

DNC216 האט געשריבן: טראמפ רייסט אראפ טעד קרוז יעצט ביים באדאנקען די וואלענטירס פון די קאווענשען

ער זאגט אז ער דארף נישט זיין אינדארסמענט. און אפילו ער גייט אים אינדארסן גייט ער עס נישט אננעמען...
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע:ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

זאכליך האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן: איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!

ווילסט הערן מיין מיינונג (אלס טראמפיסט)?

די אלע שמיץ וואס מ'פארקויפט דיר אויף טראמפ איז הוילע הבלים, ווייל מ'קען טרעפן אויף יעדע מענטש זאכן וואס ער האט געטוהן נישט ריכטיג, און אויף מיר און דיר אויך. גלייך ווען טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט האבן אלע ווארטזאגער געשריגן אז ער איז א קלאון, א משוגענער, א ראסיסט א.א.וו. נאך פאר זיי האבן אים געגעבן א שאנס צו מאכן זיין קעיס.

אויב די באטראכסט דעם מענטש מיט א ציווילע בליק מיט אן אמת, זעהסטו א מענטש מיט פרינציפן, מיט וועליוס, א קאמאן סענס מיינונג, און אן אינספייערער. אלע מענטשען וואס דרייען זיך ארום אים קוקן אים ארויף און זאגן אז זיי האבן זיך געלערנט גוטע זאכן פון אים. אוודאי איז דא זאכן וואס איך וואלט געוואלט ער זאל טוהן אנדערש, אבער סאיז מינדערוויכטיג אקעגן זיינע מעלות.

קען אויך אן אנטי טראמפער ענטפערן זיין בליק?
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
קיטשי
שר האלף
תגובות: 1623
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע:אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיטשי »

בן נון האט געשריבן: קודם, א גרויסן דאנק ותיק. איך האב אמת׳דיג הנאה געהאט!

---
יעצט, אביסל בעקגראונד. איך פאריף זיך אלץ א שטארקע אנטי-קלינטאן. און אויב איך גיי שטימען, גייט עס זיין פאר טראמפ, מיט א גרויסע נאוז קליפ.

---
די היינט נאכטיגע ספיטש פון טראמפ איז געווען א היט.

ער האט שטארק אראפגעריסן אבאמא און קלינטאן, אבער נישט קינדעריש און טשעפעדיג, נאר אויף אמתע און שרעקעדיגע אישוס (זי וויל אריינברענגען מער רעפיודשיס!!!!!)

ער האט זייער שטארק קאנעקטעד מיט די עוורידש אמעריקאנער. כמעט יעדער (אויסער די נעווער טראמפ) האט עט ליסט איינמאל געדארפט צושאקלן מיטן קאפ און מיטשטומען מיט אים.

דאס אז ער האט נישט ארויסגעשטעלט א פלאן איז טאקע א פראבלעם.

אבער איך גלייב אז די עוורידש אמעריקאנער איז גענוג צושאקלט געווארן פון די רעדע.

צו עס וועט אים העלפן? וויל וועיט ענד סי. אין די היי יעריגע עלעקשאנס זענען שוין צופיל מענטשן געווען א פאאל מיטן פאראויסזאגן זאכן. איך ווייס נישט וויאזוי מענטשן האבן נאך גאטס צו פאראויסזאגן עפעס.

--
די אלע נארישע קריטיק

-די לענגסטע
-די שווארצסטע
-טעלעפראמפער
-און איך געדענק שוין נישט וואס נאך

זענען נישט ווערט די צייט און טינט צו אפענטפערן.

אויב דו זעהסט איינעם נוצן דאס פאר קריטיק דארפסטו רחמנות האבן אויף יענעם פארן נישט טרעפן עפעס זאכליכע קריטיק.

נישט גיסן זאלץ אויף יענעמס וואונדן.

איגנארירן איז די בעסטע.

Agree with every word
פאר דו דרוקסט שיק מאך זיכער אז דו טוסט נישט וויי קיין אנדערע איד.
אוועטאר
טרעפיק
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טרעפיק »

איך האב נישט אויסגעהערט די דרשה איך אראפגעלליגט נאך די ערשטע צוויי מינוט אבער מיינע פילינגס איז אזוי
אנגעהויבן האט ער מיט זיין פארשטינקענע גאוה עס יוזשויעל
ער האט אנגעהויבן מיט קריים וואס ער גייט זיין די קאנדידאט פון law & osder וואס דאס איז נאך א ראי' אויף זיין דיקטאטארשאפט דא האב איך אראפגעהאקט די פאון
ספעסיפיקס האט ער כמעט נישט געזאגט
וויפיל מאל האט ער דערמאנט די קאנסטיטושן חוץ זיינע זעלבסט ווירדן ? וואס זענען זיינע קאנסטיטושענאל ווירדן וואס לאזט אונז אידן זיין אין א פרייע לאנד
ותיק האסט פארגעסן צו שרייבן זיינע עקלדיגע גאווה ווי nobody knows the system better then me I ALONE CAN FIX IT פוי פוי

עס איז ענדערש צו האבן קרימינעל קלינטען מיט א רעפאבליקאנער סאנאט מיט טעד קרוז ווי דיקטעיטער טראמפ וואס זיין פארטיי איז צו שוואך אקעגין איהם
שקר אין לו רגלים
if you need to vote for your enemy vote for somebody you can oppose
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

@טרעפיק, ביזט אפשר א ליבעראלער?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
נעכטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

טרעפיק האט געשריבן: איך האב נישט אויסגעהערט די דרשה איך אראפגעלליגט נאך די ערשטע צוויי מינוט אבער מיינע פילינגס איז אזוי

אקעי
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
ויתן לך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5363
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע:ביים סידור'ל פאר הבדלה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ויתן לך »

טרעפיק האט געשריבן: nobody knows the system better then me פוי פוי

דו ווייסט פון וועלכע סיסטעם ער האט דעמאלטס גערעדט?
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

אקעי, ווי האלט מען דא אויפן וועלט.

טראמפ האט נאך גרויס בעטעניש אקצעפטירט די נאמענאציע פון די רופאבליקאנער פארטיי, שאקינג! נעתר לבקשתינו.

די וואס קענען אים פון דער נאנט זענען אין טיפן שאק, 70 יאר וואס דער מענטש שטייט אוועק פון יעדעס ביסל כבוד און פובליסעטי, זיי האבן געמיינט זיכער אז ער גייט עס אפזאגן, און יעצט וואט עי שאק.

ליצנות אין א זייט געלייגט. למעשה האט טראמפ נעכטן נאכט דערליווערט א קנאקעדיגע רעדע.

נישט אז עס איז געווען די רעדע פונעם יאר הונדערט, עס איז ניטאמאל געווען די בעסטע רעדע פונעם קאנוועשאן זעלבסט, אבער דאך, ווערטער האבן געקלעבט איינס צום צווייטן, שורות זענען געווען מסודר, מען האט געקענט יעצט איינמאל פארשטיין די המשך הדברים פון איין סענטענס צום צווייטן.

זיין קעיס קעגען הילערי האט ער גוט געמאכט, אבער פארפעלט צו זאגן וואס זיינע פלענער זענען. ווען איך זאג פארפעלט, מיין איך צו זאגן, ער האט געזאגט איך גיי זאגן מיינע פלענער, אבער ער האט נישט געזאגט וואס ער גייט טון אויסצופירן זיינע פלענער.

הגם א קאנדידאט ברויך נישט פונקטליך זאגן וויאזוי ער גייט מאכן זיין פאלעסי ארבעטן, איז אבער אנדערש ווען עמיצער זאגט " פאלעטישאנ'ס ווילן מען זאל גלייבן זייערע הבטחות, איך זאג גלייבטס מיין סוקסעס", און אין די זעלבע צייט זאל ער בלויז זיין ביזי מיט הבטחות.

אבער דאס איז באמת א קליינע פראבלעם. אווער אלל איז עס געווען א פיינע ספיטש.

וואס א גוטע רעדע שרייבער קען מאכן פון א קלאון. איך האף נאר אז מען האט אים שיין באצאלט.

אצינד ווען די רעפובליקאנער קאנוועשאן מיט אירע קאנטערווערסיעס איז שוין פאראיבער, מיט נישט,עפעס אויסערגעוונליכע סוקסעס, איז די אויגן פון די פאליטשע וועלט געוואנדן קיין פענסליוועניע, ווי דער קומענדיגע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן מרת קלינטאן יר"ה וועט אקצעפטירן די נאמענעשאן פון די דעמאקראטישע פארטיי.

עס איז ערווארטעט אז צווישן אנדערע וועלן אויפטרעטן געווזענע פרעזידענט ביל קלינטאן, און דער ארכי שונא פון טראמפ-פרעזידענט אבאמא.

די צוויי זענען געבוירענע רעדנערס, זיי וועלן מאכן שחיטה מונחת אויף דעם רויטן אקס, ויה"ר שחפץ ה' בידם יצליח.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 15595
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

דעיוויד דיוק איז געווארן אזוי 'אינספייערד' פון טראמפ'ס נעכטיגע רעדע https://twitter.com/PoliticalLine/statu ... 5223638016
אז ער האט געמאלדן עטליכע מינוט צוריק אז ער לויפט פאר יונייטעד סטעיטס סענאטאר אין לואיזיאנע
https://twitter.com/DrDavidDuke/status/ ... 4410160130
ביידען האט אינדארסירט זיין וויצע פאר פרעזידענט - טראמפ האט געוואלט הרג'נען זיין
העריס ~ וואלץ 2024

רוסיש-אוקראינער קריג גלאָסאַר

וואס איז געשען מיט סיליקאן וואלי באנק
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע:אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

העיקר שכחתי, א הערצליכן דאנק פאר די מייסטערהאפטיגע שריפט שטעלער @ ותיק פאר'ן אזוי באגאבט דעקן די נאכט.

טענקס.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

טרענד אויף טוויטער.

#TrumpSpeechInFourWords
https://twitter.com/hashtag/TrumpSpeechInFourWords
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

בוידעם האט געשריבן: וואס א גוטע רעדע שרייבער קען מאכן פון א קלאון. איך האף נאר אז מען האט אים שיין באצאלט.

ווי האט דער שרייבער פין דע ארט אוו דע דיעל געזאגט
“I put lipstick on a pig,”
נעכטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן: דעיוויד דיוק איז געווארן אזוי 'אינספייערד' פון טראמפ'ס נעכטיגע רעדע https://twitter.com/PoliticalLine/statu ... 5223638016
אז ער האט געמאלדן עטליכע מינוט צוריק אז ער לויפט פאר יונייטעד סטעיטס סענאטאר אין לואיזיאנע
https://twitter.com/DrDavidDuke/status/ ... 4410160130

האט גארנישט מיט טראמפ'ס רעדע. ער פלאנט שוין א שטיק צייט צו לויפן
http://newobserveronline.com/david-duke-run-office/
געשריבן דורך: נעכטן
נעכטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

יש ברירה האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן: וואס א גוטע רעדע שרייבער קען מאכן פון א קלאון. איך האף נאר אז מען האט אים שיין באצאלט.

ווי האט דער שרייבער פין דע ארט אוו דע דיעל געזאגט
“I put lipstick on a pig,”

Next week they'll put real lipstick on a pig'te
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

זאכליך האט געשריבן:
וואס א חילוק האט געשריבן: איך האב געהערט טראמפס קינדער רעדן ביי די קאנווענשן

איינער קען מסביר זיין ווי אזוי ס'איז מעגליך אז טראמפס קינדער אלע איינס ביי איינס זענען נארמאלע באזעסענע מענטשן, (חתונה געהאט וכדו') נאכדעם וואס זיי זענען אויפגעוואקסן ביי אזא (אין בעסטן פאל) אינטערעסאנטע מענטש??

נאכדערצו וואס ער איז א ביליאנער, וואס רוב קינדער פון עלטערן מיט אסאך געלט קוקן אויס זייער ווייט פון זיי!!

ווילסט הערן מיין מיינונג (אלס טראמפיסט)?

די אלע שמיץ וואס מ'פארקויפט דיר אויף טראמפ איז הוילע הבלים, ווייל מ'קען טרעפן אויף יעדע מענטש זאכן וואס ער האט געטוהן נישט ריכטיג, און אויף מיר און דיר אויך. גלייך ווען טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט האבן אלע ווארטזאגער געשריגן אז ער איז א קלאון, א משוגענער, א ראסיסט א.א.וו. נאך פאר זיי האבן אים געגעבן א שאנס צו מאכן זיין קעיס.

אויב די באטראכסט דעם מענטש מיט א ציווילע בליק מיט אן אמת, זעהסטו א מענטש מיט פרינציפן, מיט וועליוס, א קאמאן סענס מיינונג, און אן אינספייערער. אלע מענטשען וואס דרייען זיך ארום אים קוקן אים ארויף און זאגן אז זיי האבן זיך געלערנט גוטע זאכן פון אים. אוודאי איז דא זאכן וואס איך וואלט געוואלט ער זאל טוהן אנדערש, אבער סאיז מינדערוויכטיג אקעגן זיינע מעלות.

זעט אויס אז דו קענסט נישט טראמפ פון פארדעם.
טראמפ איז אלס געווען און געהייסן א קריאזע פאבליסעטי זיכער, און גאר א מאדנע פארשוין, און דערפאר האט מען געלאכט פון אים פון די ערשטע מינוט
קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1879
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאליפארניע »

אבאמא האלט יעצט א פרעס קאנפרענס וועגן די נעכטיגע טראמפ ספיטש.

#דעמעדש קאנטראל
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

ברענגט ארויס עטליכע פין די פארפירערישע סטאטיסטיקס וואס יענער האט אפגעליינט פונעם פראמפטער

נישט אז עס גייט אויסמאכן
נעכטן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3061
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

אבאמא איז נישט פארפירערש. אבאמא איז דער מקור האמת...
געשריבן דורך: נעכטן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”