שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

אלעס איבער חינוך הילדים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
קליינע טאטע'לע
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 4:36 pm

שיקן בחורים לערנען קיין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע'לע »

קודם כל שלום עליכם צו אלע חשובע ניקס...
איך האב געוואלט ארויפברענגען א נושא וואס איך מיין עס איז דא זייער אסאך חלוקי דיעות און סברות אין דעם.... די נושא איז... "שיקען בחורים לערנען קיין ארץ ישראל"...

מצד אחד איידילט עס אויס א בחור, ער ווערט א מענטש, אבער אסאך מאל און זייער אסאך מאל קומט דער בחור אן קיין ארץ ישראל און ער פאנגט אן צו "ענדזשויען לייף"... ווער רעדט נאך אין מירע ישיבה...

נאכאמאל, הכל מודים אז א בחור וואס זיצט און הארעוועט על התורה ועבודה, א בעל אחריות, איז פשוט אז עס איז א גוטע זאך, אבער חוץ פון דער "גוטע בחור" איז עס כדאי צו נישט????

(איך האף אז דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם אשכול...)
משה'לע ביסט נאך צו קליין... אבער טאטי ביסט אויך א קליינע טאטע'לע!
אוועטאר
רביש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 01, 2015 4:21 pm
לאקאציע:איינגעזינקען אין מחשבות...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רביש »

אוי אוי אוי.... האסטו אנגערירט א שווערע נקודה....

אז מ'רעדט שוין וויל איך דיר מסביר זיין ווי אזוי עס זעט אויס א טאג ביי א "מירע בחור":
דער בחור דומט אן אין עירפארט מיט זיין טאטע אין מאמע באגלייט מיט ווייטאגליכע טרערן מיט שמחה אריינגעמישט אז "דער קליינער יואלישל גייט שוין אין ישיבה אין ארצשרול" און די מאמע לייגט נאך צו א קיש פון ביידע זייטן און שיקט אים מיט אפאר דאללער ער זאל ח"ו נישט הונגערן... און מיט דעם טאטענס געלט און מיט די באבעס געלט און מיט די שליח מצוה געלט וואס ער האט באקומען פון א גאר נאנטער פעטער, געזעגענט ער זיך מיט א שיינע סכום געלט אין זאגט פארן טאטן "טאטי איך דארף לויפען" און אין קאפ האט ער די מחשבה אז זיינע חברים האבן אים אנגעזאגט אז ס'לוינט זיך צו קויפען ביי דיוטי פרי אביסל צוגרעטלעך... אויב ס'וועט צונוצט קומען... אבער נאכן זיך איינקויפן אפאר קארטען'ס לויפט ער און ער זוכט ווי איז די סמאקינג איריע איך מיז כאפען איינס פאר איך גיי ארויף אויפן פלעין מ'קען דאך נישט אזוי איך גיי זיצן 12 שעה אויף איין פלאץ!!! מ'קען דאך פלאצן!!! בקיצור ער ענדיגט די ציגערעטל גייט צו זיין געיט גרייט זיך אויף די לאנגע נסיעה... דער חכם איז נאכאמאל בודק צו ער האט זיין פאספארט... יא ס'איז מסודר, ס'איז אלעס דא די גאם צו קייען אויפן וועג, די MP3, און און ער נעמט ארויס די צעטליך וואס ער האט דארט, די דירה אדרעס, זיין קאזין פון ארץ ישראל'ס נאמבער און נאך א קליין צעטיל וואס שטייט און גרויסע ווערטער "לוי יצחק בן שרה סאשא" וואס די פארנאטישע מאמע האט אריינגעלייגט... ער טראכט ער וויל עס אוועק ווארפן אבער דאך וואס קען עס שאטן.. "קען יו פליז גאו" הערט ער ווי איינער שרייט אים פון אונטער אים, "אם סארי" זאגט ער און פארט ווייטער געבט זיין פאספארט און בארדינג פאס און גייט ארויף... אזוי זאגענדיג א קאפיטל תהלים אז מ'זאל אים נישט זעצן לעבן א פרוי... און אזוי דאווענענדיג קומט ער אן צו זיין פלאץ און ער זעט ווי נישט מער און נישט ווייניגער זיצט א פרוי פונקט לעבן זיין פלאץ... "אוי! באשעפער כ'האב דיר געבעטן!!" בקיצור טראכטענדיג וואס צו טון באגעגענט ער זיך מיט א ים פון מענטשען וואס שרייען אז זיי ווילן אריבערגיין, איז קודם לייגט ער ארויף די פעקלעך און גייט צו די סטוערט "מעיבי יו קען טשעינג מיי פלעיס" פרעגט ער.. "נאו סיר יו גאטטע וועיט טיל עווערי באדי איז סיטינג דען אייל טריי" ביז ער האט זיך שוין ענדליך מסדר געווען נעמט ער ארויס זיין קאמערע.. (אויב ס'איז די ערשטע מאל וואס ער פליט..) אזוי אן קיין נערווען נעמט ער זיין גאם און מ'לאזט זיך ארויס אויפן לאנגען וועג... לאמיר נישט מאריך זיין ווי אזוי די וועג האט אויסגעקוקט.. ווי ער האט זיך מתגבר געווען און ער האט נישט געקוקט אויף קיין מאוויס... נאר אדורך געבליקט אויף די אנדערע סיט... בקיצור ער קומט אן ביז ער איז זיך מסדר ער זעצט זיך אריין אין א קאר סערוויס און פאנגט אן צו צוקראצן די טריפענע שפראך... "איי וואנט ללכת לרחוב מלכי ישראל"... בקיצור ער קומט אן... לאמיר נישט מאריך זיין וואס עס גייט פאר די ערשטע פאר שעה.. אבער נאכדעם לאזט ער זיך ארויס צו א לאנגע וועג צום כותל המערבי... ער קומט אן מיט מחשבות פון געגועים וויפיל יאר ער טראכט שוין אויף דעם טאג... די אלע רדיפות פון חדר און די סאפסעטאט איז געווען ווערט אן צוקומען צום היינטיגען טאג ער כאפט שוין אויך אריין קבר רחל און מערת המכפלה... וכו...

אבער נאכדעם פאנגט זיך אן סדר היום ער קומט אריין אין ישיבה... אדער בית ישעיה אדער בית שלום אדער מרכזי... טרעפט זיך מיט די נייער חברותא וואס זיין טאטע האט אים ערלעדיגט... פאנגט אן א ווארעמער שמועס אבער ער האט אים געמוזט שנעל אפלאזן ווייל ער האט געטראפן נאך אפאר טייערע חברים פון חדר און ישיבה קטנה... בקיצור די ערשטע וואך איז אריבער מ'פאנגט אן די "מירע סדר היום" (איך בעט איבער.. נישט גאנץ מירע ישיבה.. 30 פראצענט...) 2 אזייגער ביינאכט גייט מען שלאפען מ'שטייט אויף נישט פאר אכט שעה שפעטער.. און נאכדעם דרייט מען זיך א האלבע שעה אין בעט ביז מ'איז ענדליך מחליט אז ס'איז נישט קיין תכלית אזוי און ער איז זיך מתגבר כארי און שפרינגט ארויס פון בעט... ער גייט נעמט א קאווע און דירה און גייט ארויס אויף א ציגרעטעל... נאך א צוואנציג מינוט קלאץ אויף יעדע אדוירך-גייער... לויפט ער אריין כאפט די האנטוך און לויפט אין מקווה... נאך א הייסע געשמאקע שאוער גייט ער ארויס אויף א "ציגרעטיל און א קאווע" ווייל נאכן מקווה האט עס א אנדערע טעם... און נאכדעם גייט ער צו די שטיבלעך... דרייט זיך א האלבע שעה ביז ער מאכט אפ וועלעכע שטיבל צו דאווענען... און כאפט א שמועסל מיט אפאר חברים אזוי אנגעטון די חאלאט האלב וועגס גרייט אנצוטון תפילין... ענדליך לייגט ער שוין תפילין... די דאווענען נעמט בערך 25 מינוט מיט דרייסיג סקונדעס... נעמט אראפ די תפילין גייט אין דירה גרייט אן פרישטאג, און גייט ארויס כאפן א "ציגרעטיל"... ביז ער קוקט אויפן זייגער און זעט אז ס'איז שוין צוועלף אזייגער!!!! וויאזוי קען זיין??!!?? בקיצור זאל זיין אזוי אבער יעצט קען מען נישט אריינגיין אין ישיבה.. גייט ער זיכען וואס צו טון.. רופט קול מבשר... דעת הקהל... וכו... ער קומט אן צו לאנטש איז ער נישט הינגעריג ווייל ער האט יעצט גענדיגט עסן ביז פיר אזייגער איז די ערשטע מאל ער גייט אריין אין היכל הישיבה און גייט ארויס אויף א ציגערעטיל...

פארשטייסט....
רבי"ש איז ר"ת ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי - ר' ש'למה ב'ן י'צחק - ר' י'שראל ב'על ש'ם...

בדרכם נלך...
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שוין געווען אמאל א אשכול דערוועגן והמלקטים ילקטו
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

טייערע אידן, עס איז דא א מנהג ביי מאנכע אז ווען מ'רעדט פון עפעס א נושא וואס שמעקט נישט, אדער אז ער האסט שוין אמאל געהערט דערפון אויף עפעס אן אופן, סטעמפל'ט מען אפ א מציאות, און דער מציאות בלייבט אפילו אויב עס שטימט נישט מיט'ן פאקט. איז קודם כל דארף מען וויסן, יעדע זאך האט מעלות און חסרונות, עס איז דא פארוועם זאכן זענען מער געמאכט ווי פאר אנדערע מ'דארף האבן די קאפ אויפן פלאץ, וויסן די מציאות צו וואו מ'שיקט, וויסן די מציאות פון די אייגענע בחור, מאכן די סך הכל, און לויט דעם אפמאכן מה לעשות.

איינער פון די מיר'ע משגיחים האט זיך אויסגעדרוקט אז די אלע טאטע'ס וואס האבן מורא צו שיקן קיין ארץ ישראל, זייערע קינדער וואלטן געהאט די גרעסטע תכלית דארט, ליידער א שיין חלק פון די וואס שיקן מיט א רואיגקייט וואלטן זיך געדארפט צוריקהאלטן... ודפח"ח. ואסביר, א בחור וואס האלט ביים לערנען מער ווייניגער, און ער האט שכל זיך נישט צו פארפאטשקענען, וועט בדרך הטבע מצליח זיין. ווידער א בחור וואס איז שוין געפלויגן פון דריי ישיבות מ'האט נישט קיין צווייטע ברירה חוץ מיר, אזא איינער איז נישטא קיין סיבה פארוואס ער זאל יא מצליח זיין. למעשה דער פיינער בחור קומט א סך מאל נישט אהן דארט מחמת די שלעכטע שמועות וואס די טאטע הערט און דער שוואכערער ער קומט דארט אהן, ער פאלט פון זיין שוואכע מדריגה, און אלע יאכנעס אין די טריי סטעיט עריע באקומען נאך א לעבעדיגע ביישפיל פון א בחור וואס איז געפאלן אין ארץ ישראל.

יעצט וועל איך זאגן דא די סדר היום פון 98 פראצענט בחורים וואס האבן מצליח געווען אין ניו יארק פאר זיי זענען געגאנגען אין די מיר, והבוחר יבחר.

7:00 די וועקער זייגער קלינגט, מ'דארף שוין אויפשטיין, באלד הויבט זיך שוין אהן סדר, מ'דרוקט סנוז 2 פעמים איינמאל קארפאס אין זאלץ וואסער (נד"נ) און די צווייטע מאל שטייט מען אויף, 8'טע גייט ער אין דושינסקי מקוה, עפ"י רוב נאך א ציגארעטל מיט א קאווע (ה"י), 8:30 שטעלט ער זיך דאווענען, 9:15 לויפט ער מיט די גשמה אין די פיס כאפן א פרישטאג אין בית ישעיהו אדער אין פרעסטעראנט, און... אופס! ס'שוין 9:31, איינער האט שוין תופס מקום געווען במקום שאין בע"ח לגבות את פלאצו.

עס הויבט זיך אהן א דין תוירע, אויף די זייגער פון ביהמ"ד איז שוין געווען נאך ניין דרייסיג, דאס מיינט אז מיודענו האט פארלוירן זיין מקום מנוחה אויפן טאג, ווידער אויפן סעלולער (כשר'ע) פונעם בחור איז נאך געווען ניין דרייסיג מיט פיר אין פיפציג סקונדעס. ס'טוצעך אויף שטענדער'ס אין אויף בענק, דער טענה'ט אז די סעלפאון איז פונקטליך, ער ווייסט נאכצוזאגן עפעס וועגן סעטאלייט, א זאך צו וואס אונזער חצי טשאלמי חצי ליטוואק פארשטייט נישט, ווידער דער טשאלמי טענה'ט אז הכל תלוי בחפצת השעון של ההיכל ולא בשעון של הגברא.

נאך א אויסשוויצנדע קאמף טרעט דער טשאלמי אפ פון דארט, נאכאלעם די מערעקאנע פארשטייען צו פאליטיק, דער בחור זעצט זיך אראפ און הויבט אהן איבער'לערנען די שיעור פון ר' אשר אדער פון אויערבאך מיט א פלייס, ער ליגט ראשו ורובו ושטענדרו אין לערנען אזש די שרפים קוקן צו פונדערזייט און זאגן לאבינו שבשמים "קוק ווי דיינע קינדער לערנען דיין תורה"!

ביי לאנטש כאפט ער אריין א שטיקל דרימעלע אדער לערנט ער עפעס א זייטיגע לימוד אדער שטיפט ער סתם די צייט (רח"ל נאר אין חו"ל מעג מען).

נאכמיטאג קומט מען עפ"י רוב אהן אין צייט אזוי אז עס איז נישט דא קיין דיני תורה אויף די מקומות מושבותיהם, מ'האקט אריין תוספות נאך תוספות ביז זעקס אזייגער ווען ר' אשר גיבט זיין טעגליכע שיעור אין בית שלום אינטן. ביים שיעור זעהט מען באשיינפערליך אז לא אלמן ישראל, און לא אלמן וויליאמסבורג וקרית יואל, אז אידישע קינדער זענען זיך מוסר נפש א שעה צייט טעגליך פאר לימוד התורה, מ'שטייט אין די דורכגענג, אינדרויסן, אויף די טרעפ, מיט גמרות אין די האנט און מ'שרייבט אזוי ווי די אינספעקטאר'ס אין מחנה רב טוב, אבער ראו מה בינם להם.

נאכן שיעור עסט מען נאכטמאל און א שעה שפעטער איז מען ווידער ביי די גמרא מיט א פרישקייט.

ווי נענטער עס קומט צו שבת וועבן זיך די פלענער מער און מער ביי וועלכע גדול גייט מען פארברענגען דעם שבת קודש, מ'גייט דאווענען ביי צדיקים, משפיעים, מ'עסט סעודות ביי גרויסע אידן, מ'הערט דברי תורה וחיזוק בכל הענינים, זאכן וואס דער אמעריקאנער בחור קען נאר חלום'ן דערפון, ווער רעדט נאך פון די טישן מ'כאפט אזויפיל אריין יעדע שבת, דער פארט קיין בני ברק דער גייט קיין מירון מתפלל זיין על ציון התנה אלוקי, מ'איז פארנומען כמעט נאר מיט רוחניות א גאנצן טאג!

אשריכם ישראל!
משיח האט פארוועם צו קומען!

יעצט טייערע בחור, איך ווייס אז ווען דו קומסט אהיים בין הזמנים איז מען דיר נישט מחשיב, ס'דא די וואס קוקן דיך אראפ, דא די וואס האלטן אז דו שטיפסט די צייט ווייט פון זייערע יאכנישע אויגן, אבער בחור טייערער חזק ואמץ! שרעק דיך נישט פון זיי! זיי זענען אומוואוסנדע פארפיטע מענטשן דורך אפאר בייעסד רשעים וואס פארדרייען א קאפ! זיי שטאלץ! זיי קענען זיך פארשטעקן פאר דיר!
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

@מה פתאום גאר גוט אראפגעלייגט, יעדעס איינציגע ווארט איז אמת ויציב.
אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע:ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער צו »

אסאך בחורים זענען אין אנפאנג ווי מה פתאום לייגט עס אראפ אבער נאך א שטיק צייט קילט זיך אפ די ברען אין פון דעלמסט השם ישמרינו ,הכלל עס ווענט זיך ווער איז דער מדובר
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.
אוועטאר
קליינע טאטע'לע
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע'לע »

טריסקער האט געשריבן: @מה פתאום גאר גוט אראפגעלייגט, יעדעס איינציגע ווארט איז אמת ויציב.

מה פתאום... אלעס איז אמת ויציב... נאר איין טעות... האסט געשריבן אז 98% פון מיר זענען אזוי ווי די שרייבסט.. דאס איז נישט אינגאנצן אמת...

70% פון מיר איז טאקע אזוי ווי די שרייבסט... אבער 30% איז נישט אזוי נאר אזוי ווי שוין מבואר למעלה (רח"ל) דורך הרב רביש...

אין טאקע די 70% איז אשרי חלקם!!!

(ציווישן מיר אין דיר מ'קען זען א חילוק ציווישן דער פון די 70% צו דער פון די 30%...)
משה'לע ביסט נאך צו קליין... אבער טאטי ביסט אויך א קליינע טאטע'לע!
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

מה פתאום??? האט געשריבן: יעצט וועל איך זאגן דא די סדר היום פון 98 פראצענט בחורים וואס האבן מצליח געווען אין ניו יארק פאר זיי זענען געגאנגען אין די מיר , והבוחר יבחר.

Mbasar
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 12:46 am
לאקאציע:not on my android

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Mbasar »

מה פתאום??? האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן: יעצט וועל איך זאגן דא די סדר היום פון 98 פראצענט בחורים וואס האבן מצליח געווען אין ניו יארק פאר זיי זענען געגאנגען אין די מיר , והבוחר יבחר.

אוי ווייסטי וואס די רעדסט!
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 766
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

גראדע האבן מיר געהערט פון אפאר אידן וואס טוען אין שידוכים אז פארהאנען מענטשן וואס ווילן נישט קיין אמעריקאנעם בחור וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל.
צו ער שטייגט דארט אדער פאלט איז זיי נישט קיין נפקא מינה להלכה, עס איז וואס רוב טון דארט אין די פרייע צייט למעשה.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך ווייס גראדע א שיינע פאר אידן וואס זוכן דייקא יא א גוטע מירע בחור, ער האט די ברייטקייט וואס א"י ברענגט מיט זיך, די ברייטקייט אין לערנען און אין מהלכי עבודה און נאך, ואין להאריך בפשוטות.

ווער רעדט נאך פון א בריסקע בחור, ס'איז א גאנצע קונץ צו האבן א בריסק'ע בחור פאר אן איידעם.
אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3958
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע:אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גראם מיט טעם »

נכד האט געשריבן: גראדע האבן מיר געהערט פון אפאר אידן וואס טוען אין שידוכים אז פארהאנען מענטשן וואס ווילן נישט קיין אמעריקאנעם בחור וואס האט געלערנט אין ארץ ישראל.
צו ער שטייגט דארט אדער פאלט איז זיי נישט קיין נפקא מינה להלכה, עס איז וואס רוב טון דארט אין די פרייע צייט למעשה.

די אידען שיקען מן הסתם נישט די אייגענע בחורים לערנען אויף א"י, סאו איי געס די וואס שיקען יא נעמען איידימער וואס האבען יא געלערנט דארט.

#נישט יעדער קען לערנען אין קווינס אדער קעי.דזשעי.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דאס איז זיכער אז אויב לערנט מען פלייסיג קען מען אויסשטייגן אין אמעריקע אויך

דאס איז זיכער אז אפילו א בחור וואס איז מצליח מיינט נאכנישט אז ס'גייט אזוי בלייבן ווען ער גייט זיין ווייט פון זיינע עלטערן און אלע באקאנטע-נאך אלעם איז א ער נאר 16-17 יאר אלט, און ער איז נאך ווייט פון אויפגעבויעט

לאמער אננעמען אז 90% בחורים -וואס האבן מצליח געווען פארדעם- שטייגן אין א"י, און נאר 10% פאלן ח"ו,

לוינט זיך איינצושטעלן א בחור'ס עתיד אפילו פאר א 10% ספק(און אפילו ווייניגער) כדי ער זאל זיך "משלים זיין" און "ברייט ווערן" מיט די בריסקע תורות??

[איך מיין נישט אוועקצומאכן קיינעם -נאר ארויסברענגען די פוינט]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן: דאס איז זיכער אז אויב לערנט מען פלייסיג קען מען אויסשטייגן אין אמעריקע אויך

דאס איז זיכער אז אפילו א בחור וואס איז מצליח מיינט נאכנישט אז ס'גייט אזוי בלייבן ווען ער גייט זיין ווייט פון זיינע עלטערן און אלע באקאנטע-נאך אלעם איז א ער נאר 16-17 יאר אלט, און ער איז נאך ווייט פון אויפגעבויעט

לאמער אננעמען אז 90% בחורים -וואס האבן מצליח געווען פארדעם- שטייגן אין א"י, און נאר 10% פאלן ח"ו,

לוינט זיך איינצושטעלן א בחור'ס עתיד אפילו פאר א 10% ספק(און אפילו ווייניגער) כדי ער זאל זיך "משלים זיין" און "ברייט ווערן" מיט די בריסקע תורות??

[איך מיין נישט אוועקצומאכן קיינעם -נאר ארויסברענגען די פוינט]

א גראם מיט טעם האט געשריבן: #נישט יעדער קען לערנען אין קווינס אדער קעי.דזשעי.

דאס איז איין ענטפער, איך האב נאך, אבער איך האב אויך א דעפיציט אין געדולד יעצט זיך צו טענה'ן. העמיר צוריק קומען נעקסט טיים.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6347
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

נישט געענטפערט אויף מייןטענה בכלל
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

מה פתאום??? האט געשריבן:

נאך א אויסשוויצנדע קאמף טרעט דער טשאלמי אפ פון דארט, נאכאלעם די מערעקאנע פארשטייען צו פאליטיק, דער בחור זעצט זיך אראפ און הויבט אהן איבער'לערנען די שיעור פון ר' אשר אדער פון אויערבאך מיט א פלייס, ער ליגט ראשו ורובו ושטענדרו אין לערנען אזש די שרפים קוקן צו פונדערזייט און זאגן לאבינו שבשמים "קוק ווי דיינע קינדער לערנען דיין תורה"!

ווער איז עס דער אויערבאך?
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

וויל זיין גוט האט געשריבן:

א חסיד'ישע למדן, א מיועד להיות כוכב...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מה פתאום??? האט געשריבן: איך ווייס גראדע א שיינע פאר אידן וואס זוכן דייקא יא א גוטע מירע בחור, ער האט די ברייטקייט וואס א"י ברענגט מיט זיך, די ברייטקייט אין לערנען און אין מהלכי עבודה און נאך, ואין להאריך בפשוטות..

יא יא מען ווערט אזוי ברייט אז מען פיט פשוט נישט אריין אין אזא ברייטקייט אזש מ'פלאצט... והבן כי עמוק הוא
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

מה פתאום??? האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:

נאך א אויסשוויצנדע קאמף טרעט דער טשאלמי אפ פון דארט, נאכאלעם די מערעקאנע פארשטייען צו פאליטיק, דער בחור זעצט זיך אראפ און הויבט אהן איבער'לערנען די שיעור פון ר' אשר אדער פון אויערבאך מיט א פלייס, ער ליגט ראשו ורובו ושטענדרו אין לערנען אזש די שרפים קוקן צו פונדערזייט און זאגן לאבינו שבשמים "קוק ווי דיינע קינדער לערנען דיין תורה"!

ווער איז עס דער אויערבאך?

א חסיד'ישע למדן, א מיועד להיות כוכב...

ר"ת מילך... אז מ'האלט עס אין פרידזש (ודי) מה טוב, אבער אז נישט.....
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

טריסקער, צו טיף פאר מיר.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

כ'האב אביסל מורא צו מפרש זיין, אבער כ'וועל מסביר זיין אויפן עק לאקש וואס אויפן שפיץ גאפל...

א מיועד להיות כוכב דארף מען האלטן קאלט, ד.ה. אז ער זאל נישט ווילדעווען און מאכן מחאות כדי צו זיך פאמפען און זיך הייבן דורך דערנידערן יענעם, והמבין יבין...
טיכטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

שיקן א בחור לערנען אין ארץ ישראל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיכטיגער »

יעצט און טעג וואס אין אסאך ישיבות איז דא ביהז"מ, און מ'גרייט זיך אן אויפן נייעם זמן, וואלט געווען א געדאנק צו ארויף ברענגן די נושא אויב מ'זאל שיקן א בחור וואס איז שוין אין די יאר'ן און די באשערטע איז נאכנישט אנגעקומען צו לערנען קיין א"י צו איינע פון די ישיבות וואס איז געאייגנט פאר דעי עידש בחורים און אזוי ארום זאל ער זיך פלוצלינג פון די עלטסטע בחור שפירן ווי פון די יונגערע, אדער זאל ער ווייטער קוועטשן די באנק און די ישיבה וואס ער איז געווען ביז יעצט, ווייל זיין טאטע איז איינגערעדט אז נאר אין א"י טוט ער וואס ער וויל?!

ווארט צו הערן קאמענטאר'ן!!!
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2965
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע:וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

.
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

יהיה כן האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן: איך ווייס גראדע א שיינע פאר אידן וואס זוכן דייקא יא א גוטע מירע בחור, ער האט די ברייטקייט וואס א"י ברענגט מיט זיך, די ברייטקייט אין לערנען און אין מהלכי עבודה און נאך, ואין להאריך בפשוטות..

יא יא מען ווערט אזוי ברייט אז מען פיט פשוט נישט אריין אין אזא ברייטקייט אזש מ'פלאצט... והבן כי עמוק הוא

געקאסט א שמייכל, בד"וו ראביי פתאום, איר פירט אויס אייער אנאליז מיט א חיזוק פאר די לומדי ארצינו הק' אז מען קוקט זיי אראפ וכו', אין מיינער צייט איזעס גראדע געווען פארקערט, די בחורים פון אר"י וואס זענען געקומען פראווען בין הזמנים אונטער די מאמעס פארטוך, האבן זיך עפעס געשפירט משכמם ולמעלה.... אלס געקוקט פון אויבן אראפ אויף דעי פאנאטישע וויליאמסבאאאארגע.....
אוועטאר
קליינע טאטע'לע
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 4:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טאטע'לע »

קע"ה אזוי פיל שטייט שוין איבער דעם....

איך זעה אז דער עוילעם וויל וויסן באמת וואס צו טון... יא שיקן אדער נישט שיקן....
אבער אזוי ווי אסאך וואס האבן געשיקט (בעיקר אין מיר...) האבן חרטה געהאט... און קיינער וויל נישט רעדן פון פארווייטאגטע מצבים...

חברה קומטס אלע נענטער... קומטס אלע אהער דא.... בין איך גערעכט?!
משה'לע ביסט נאך צו קליין... אבער טאטי ביסט אויך א קליינע טאטע'לע!
שרייב תגובה

צוריק צו “חנוך לנער”