אויב גייט מען צוריק גענוג לאנג וועט מען זיך אנשטויסן אין אידן וואס האבן געוואוינט א גאנץ יאר אין די בערג, אין די ת"ר יארן ווען ס'איז געווען גאר שווער אין די סיטי פאר א פרומער איד צו אנגיין צוליב די שמירת שבת נסיונות, האבן אסאך אידן געקליבן צו מופן אזוינע געגענטער ווי די קעטסקילס, אדער גאר אנדערע מרחקים ווי פאוקיפסי אדער אפילו ראטשעסטער און נאך ווייטער, טייל האבן זיך פארדינגען פאר "גוט באזיצער" צו אכטונג געבן אויף זייערע פעלדער, פארם'ס אדער בהמות און פאר דעם באקומען א כאטקע צום וואוינען און נאך אפאר צענט צו קענען קויפן זעמל מיט פוטער, און נאך קענען אוועקלייגן און אפשפארן אויף דער זייט, און מיט די צייט איינגעקויפט אן אייגענע פארם אדער פעלדער און וועלדער, שפעטער ווען די "גרינע" זענען אנגעקומען נאכ'ן קריג האבן פיל פון די "אפסטעיטער" זיך צוריק אריינגעצויגן אין שטאט ווי ס'האט זיך אהערגעשטעלט א שטארקער איבערפלאנץ פון אייראפעיאישער אידישקייט...
טייל זענען פארבליבן און געווארן שטארק מושפע פון די דעמאלסדיגע סביבה, וועלכע איז באשטאנען פון די "בארשט בעלט" וואקאציאנערן...
"בארשט בעלט" די גאנצע גלילות פון די בערג איז געווארן באצייכנט אין די שפעטערע ת"ר יארן ביז אריין אין די תש"ל יארן אלס די "בארשט בעלט", על שם די טויזנטער אידן וועלכע פלעגן קומען דארט אויף אפרוה, בעיקר אין די זומער מאנאטן, אבער אויך אויף א קלענערן מאסשטאב דורך די יאר, און כנראה איז "בארשט" געווען א פאפולערע מאכל / משקה וועלכע פלעגט סערווירט ווערן אין די אידישע האטעלן און קווארטירן, אבער א גרויסער חלק פון די חברה זענען שוין געווען אמעריקאניזירט, און בשעת טייל זענען נאך געווען שומר שבת אדער גאר שומר תורה, זענען די מערהייט געווען פריי אינגאנצן, ווערן צולאזט אין די אמעריקאנער שמעלץ טאפ...
די היסטאריע ווייזט אז פרומע אידן זענען שוין געפארן אין קאנטרי, אדער האטעלן אזוי פרי ווי די שפעטע ת"ר יארן, אשטייגער ווי "צוקער'ס" האטעל אין ראק הילל, אדער האטעל "שלום" אין פערנדעיל, ווי פיל גדולי ישראל ווי אנדערע סתם עמך פלעגן גיין אויך עטליכע וואכן דאטשע, אין דער זעלבער צייט האט שוין געשפרודעלט מיט קאנטריס דורכאויס די מאונטעינס פון וואורטסבארא ביז ליווינגסטאן מענאר...
פון די ערשטע היימישע קעמפס איז באוואוסט "קעמפ בית יעקב" אין פערנדעיל, וועלכע איז נתייסד געווארן אין יאר תש"ד, קעמפ אגודה און קעמפ בנות איז געגרינדעט געווארן בערך שנת תש"א-תש"ה, צעהלימער קעמפ איז אויך געגרינדעט געווארן נישט לאנג דערנאך..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
עס איז אויך געווען א קעמפ מתיבתא א פראיעקט פון תורה ודעת קעמפ מארריס פון ישיבה ומתיבתא ר' חיים בערלין איז נתיסד געווארען אין תש"ו נושא: וויליאמסבורג און איר היסטאריע
בן בוזי האט געשריבן:
מעשה געלעסוויל, א בוך פון ר' פתחי' לאם ווי ער צונעמט דאס אידישע לעבן סטיל אין די קאנטרי שטעט פון אמעריקע, ניו יארק תרפ"ז.
קיקיון האט געשריבן:
עס איז אויך געווען אקעמפ מתיבתא א פראיעקט פון תורה ודעת קעמפ מארריס פון ישיבה ומתיבתא ר' חיים בערלין איז נתיסד געווארען אין תש"ו נושא: וויליאמסבורג און איר היסטאריע
בן בוזי האט געשריבן:
מעשה געלעסוויל, א בוך פון ר' פתחי' לאם ווי ער צונעמט דאס אידישע לעבן סטיל אין די קאנטרי שטעט פון אמעריקע, ניו יארק תרפ"ז.
shalsheles האט געשריבן:
עס איז דא א ביכל פון רב יונה לאנדא דערוועגן.
ווי אזוי הייסט דער בוך?
ערשטע אידישע קהלות פון אמעריקע ארויסגעקומען שנת תשמ״ב. אגב, אין די אורות אויסגאבע דעם חודש תמוז תשע״ח איז דא באשרייבונג איבער די היסטאריע פון די אידישע קעטסקילס ובפרט סוואן לעיק.