Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
- אטעטשמענטס
-
- IMG_20240227_140418_941.jpg (78.3 KiB) געזען 5447 מאל
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
בילדער פון AR3590דראטשאק האט געשריבן: ↑ פרייטאג פעברואר 23, 2024 8:26 amאונטערגעשאצט... בלויז 23 שעה נאכן די ערשטע צוויי אויפרייסן האט דער זון לאך AR3590 ארויסגעשיקט אן X6.3 שטורעם, וואס דאס איז דאס שטערקסטע זינט 2017.
ב''ה אז דאסמאל האט דער שטורעם נישט ענטהאלטן די שעדליכע [CME [coronal mass ejection וואס קען פירן צו א כאאס פון שעדיגן טעקנאלאדזשי און אונזער מעגענעטיק פעלד.
אבער עס איז באזארגנט איבער דאס אומסטאבילער מצב דארט אינעם AR3590 און ווער ווייסט וואס עס קאכט זיך דארט אפ און וואס עס ערווארט אונז נאך צו באקומען פון אים.
ווער ברענגט קליפס פון די מעמד...?
פארוואס איז די בוטס שווארץ ?
עס גייט נאר צום שכינותדיגער סטאנציע פונעם ערד קוגל (ISS), דאס נעמט נישט צו לאנג.
פלעגט דאס נישט נעמען אפאר שעה אינגאנצן ?יש הנאה האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 04, 2024 8:14 amעס גייט נאר צום שכינותדיגער סטאנציע פונעם ערד קוגל (ISS), דאס נעמט נישט צו לאנג.
לויט די זייגער ווען עס האט זיך געהויבן (March 3 at 10:53 p.m. ET) און לויטן פלאן ווען דער קעפסול וועט זיך באהעפטן (Tuesday, March 5 at approximately 3:00 a.m. ET) זעט אויס צו זיין דאס גאנצע מעשה פון אכט און צוואנציג שעה מיט רעשט.
ביי א רעיס ווייס איך נישט, אבער אין דורכשניט נעמט עס פארן קראו דרעגאן צווישן 15 און 30 שעה.פאטאקי08 האט געשריבן: ↑ מאנטאג מארטש 04, 2024 8:22 amTravel Time: Traditional Soyuz Capsule: The traditional Russian Soyuz spacecraft takes roughly 6 hours to reach the ISS from launch. SpaceX Crew Dragon: SpaceX's Crew Dragon capsule has achieved much faster journeys, with the record standing at 3 hours and 3 minutes.
דאס וואס דו זעסט דא איז די ספעיס-עקס פאבריצירטע ספעיססוט. דאס איז א גאר פארגעשריטענע ווערסיע פונעם סוט, און נאסא נוצט עס אויף אלע דרעגאן מיסיעס.
New Footage From Starship 2מי הוא זה האט געשריבן: ↑ מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:47 amStatic fire of Super Heavy’s 33 Raptor engines ahead of Flight 3
https://drive.google.com/file/d/1RqhLSq ... sp=sharing
ספעיס עקס דרעגאן האט זיך אפגעטיילט פונעם ISS ספעיס סטאנציע אהיימברענגענדיג 4 אסטראנאטן - בירגער פון 4 אנדערע לענדער - וואס זענען אנגעקומען אהין אין אוגאסט פאר א 6 מאנאט סייענס מיסיע.
https://drive.google.com/file/d/1HX9cqW ... sp=sharingממה נפשך האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 5:21 pmסטארשיפ לאנדונג מעכאניזם.
(איינער קען פאררעכטן?)
https://drive.usercontent.google.com/do ... Q8f07CCUX_
דאס וואס מ'זעט אין דיין ווידעא איז שוין א פאקט. די לינק וואס איך האב געלייגט איז נאך דערווייל א טעאריע.מי הוא זה האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 8:03 pmhttps://drive.google.com/file/d/1HX9cqW ... sp=sharingממה נפשך האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 5:21 pmסטארשיפ לאנדונג מעכאניזם.
(איינער קען פאררעכטן?)
https://drive.usercontent.google.com/do ... Q8f07CCUX_
די FAA האט אפיציעל פארמאכט די אינוועסטיגעשאן אויף די פריערדיגע סטארשיפ טעסט, און מיט דעם געגעבן די אפראוועל פאר די מארגענדיגע דריטע טעסט לאונטש.ממה נפשך האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 4:26 pmדי דריטע ספעיס-עקס סטארשיפ טעסט Starship IFT-3 איז געפלאנט פאר קומענדיגע דאנערשטאג מארטש 14, 8 אזייגער אינדערפרי.
די יעצטיגע מיסיע גייט צווישן אנדערע טעסטן דאס אנצינדן, אויסלעשן און צוריק אנצינדן די "רעפטאר ענדזשין" אין ספעיס, אויסשפילן א "ריפיולינג" סיטואציע צו א צווייטע סטארשיפ, עפענען און צומאכן די קארגא טיר, און צום לעצט צוריק אריינפליען אינעם וועלט'ס אטמאספערע און לאנדן אינעם אינדיען אוישען.
דאס איז אסאך העכערע עקספעקטעישאנס ווי די פריערדיגע צוויי טעסטס, לאמיר זען וויפיל און וואספארא חלקים וועלן זיין סוקסעספול.
Screenshot_20240312-161327.jpg
ישראל_הלוי האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 13, 2024 9:37 am
א ראקעט געמאכט דורך א יאפאנעזער פירמע האט אויפגעריסן סעקונדען נאכן ארויסגעשאסן ווערן היינט מיטוואך, אין א הילכיגע דורכפאל פאר די פירמע'ס פריוו ארויפצושיקן א סאטעלייט אין ספעיס.
די טאקיא-באזירטע ספעיס1 18-מעטער (60-פוס) ראקעט איז ארויסגעשאסן געווארן אין די וואקייאמא געגנט פון מערב יאפאן, טראגנדיג מיט זיך א קליינע רעגירונג'ס טעסט סאטעלייט.
אבער ארום פינף סעקונדעס שפעטער, האט זי אויפגעריסן שיקנדיג ווייסע רויך באלונען ארום די בערגיקע געגנט בשעת אראנדזשע פלאמען פאלן אראפ צו דער ערד.
דער בירגערמייסטער פון קושימאטא, די שטאט פון 15,000 איינוואוינער אין וואקאיאמא וואו דער דורכגעפאלענער פריוו איז פארגעקומען, האט אויסגערופן זיין חידוש און אנטוישונג.
"איך האב נישט גחלומ'ט אויף אזא רעזולטאט," האט ער געזאגט, אבער די שטאט "וועט פארזעצן צו שטיצן ספעיס1, און מיר וועלן פארזעצן צו געבן אונזער הילף אזוי אז דער ערשטער ראקעט זאל האבן א הצלחה,".
ספעיס1 איז געגרינדעט געווארן אין 2018 דורך א מאנשאפט פון יאפאנעזער טעכנאלאגישע פירמעס, אריינגערעכנט קענאן עלעקטראניקס, IHI, קאנסטרוקציע פירמע שימיזו און די רעגירונג-געפירטע דעוועלאפמענט באנק פון יאפאן.
ווידיאו
https://www.dropbox.com/scl/fi/5naqxejz ... i9uj0&dl=0
אפגעשטיפט צו 9:10, צו געבן גענוג צייט פאר שיפן אינעם אינדיען אוישען צו מאכן פלאץ פארן פלאטשקע.ממה נפשך האט געשריבן: ↑ מיטוואך מארטש 13, 2024 6:22 pmדי FAA האט אפיציעל פארמאכט די אינוועסטיגעשאן אויף די פריערדיגע סטארשיפ טעסט, און מיט דעם געגעבן די אפראוועל פאר די מארגענדיגע דריטע טעסט לאונטש.ממה נפשך האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 12, 2024 4:26 pmדי דריטע ספעיס-עקס סטארשיפ טעסט Starship IFT-3 איז געפלאנט פאר קומענדיגע דאנערשטאג מארטש 14, 8 אזייגער אינדערפרי.
די יעצטיגע מיסיע גייט צווישן אנדערע טעסטן דאס אנצינדן, אויסלעשן און צוריק אנצינדן די "רעפטאר ענדזשין" אין ספעיס, אויסשפילן א "ריפיולינג" סיטואציע צו א צווייטע סטארשיפ, עפענען און צומאכן די קארגא טיר, און צום לעצט צוריק אריינפליען אינעם וועלט'ס אטמאספערע און לאנדן אינעם אינדיען אוישען.
דאס איז אסאך העכערע עקספעקטעישאנס ווי די פריערדיגע צוויי טעסטס, לאמיר זען וויפיל און וואספארא חלקים וועלן זיין סוקסעספול.
Screenshot_20240312-161327.jpg
לויטן יעצטיגן פלאן איז די סקעדזשועל ערגעץ צווישן 8 און 9:50 אינדערפרי נוי יארק צייט, געוואנדן אין די וועטער אויסקוק אין טעקסעס.