Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען
ראקעט לאנדונג
די "ראקעט בוסטער" לאנדונג איז געווען מער ענליך צו די לאנדונג פונעם פעלקאן 9 ראקעט וואס ווערט כסדר גענוצט דורך די קאמפעני, דאס איז מערסטענס קאנטראלירט דורך 4 Grid fins, אזעלכע אייזערנע הענטלעך וואס באוועגן זיך דורך קאמפיוטערס צו מאנעוורירן דעם ראקעט. יעדע פון די 4 האבן א זעלבסשטענדיגע מאטאר וואס קען עס מאנעוורירן ווי עס דארף. אינטערסאנט איז, מאסק האט אמאל געזאגט אז דאס זענען טעסלע קאר מאטארן אריינגעלייגט צו קאנטראלירן די "גריד פינס".
(איין אינצעלנע "גריד פין" וועגט בערך 300 פונט אויפן פעלקאן 9 און איבער 6000 פונט אויפן סטארשיפ ראקעט בוסטער... דאס איז 20x)
צום סוף גלייך בעפארן לאנדן צינדט ער אן א חלק פון די אריגינעלע ראקעט מאטארן מיט וואס ער איז ארויסגעפארן צו פארשטייטערן דעם לאנדונג און עווענטועל לאנדעט ער אויפן ציל מיט א רואיגקייט. דא אבער זייענדיג 3 מאל די גרויסקייט, איז נישט אזוי פשוט מאכן קאפי/פעיסט דעם לאנדונג, און דאס האט טאקע פאסירט ביים פריערדיגן 3'טן טעסט אז די בוסטער האט אריינגעקראכט אינעם וואסער אן קאנטראל.
איינע פון די גרעסטע חילוקים צווישן די אקטיווע פעלקאן 9 ראקעטן און די נייעם ראקעט בוסטער, איז ווי געשריבן נאכן ערשטן טעסט אז זיי האבן געטוישט צו א "האַט סטעידזשינג סעפערעישאן", צו דעם האבן זיי (ביים 3'טן טעסט) צוגעלייגט א "רינג" וואס טיילט אפ צווישן די ראקעט אינעם שיף אז די אפטיילונג זאל צוגיין רואיגער און נישט שעדיגן קיינע פון די צוויי, די שיף אדער דעם ראקעט. דאס האט אבער צוגעברענגט אז דער ראקעט האט צובאקומען אסאך וואג, באשולדיגנדיג די צוגעלייגטע וואג אינעם פריערדיגן אומקאנטראלירטער לאנדונג.
דאסמאל האט ספעיס עקס אין א אומערווארטעטן טויש אפגעטיילט און אוועקגעווארפן דעם גאנצן רינג פונעם ראקעט אויבן אין ספעיס אראפצונעמען די וואג בעפארן לאנדן און ווי באריכטעט איז עס געגאנגען געשמירט ווען ער האט רואיגערהייט געלאנדעט אין וואסער. אינעם צוקונפט איז געפלאנט טוישונגען נישט צו דארפן אוועקווארפן דעם רינג בעפאר יעדע לאנדונג.
אינעם בילד: די "רינג" אויבן אויף וואס די סטארשיפ זיצט איז איבער א שטאק הויעך מיט אסאך לעכער אז די אפטיילונג זאל גיין כשורה. מערקט די "גריד פינס" ביי די זייט פונעם ראקעט.
סטארשיפ לאנדונג
דער שיף אליינס האט אינגאנצן אן אנדערע סארט לאנדונג, ווי געשריבן אויבן נוצט ער 4 פליגעלעך זיך צו קאנטראלירן און לאנדן אויפן בויך און ממש אין די לעצטע סעקונדעס גיבט ער זיך א גראד אויס און לאנדעט שטייענדיגערהייט. דאס איז מער ווייניגער געגאנגען ווי געפלאנט, אויסער אז בשעת'ן לאנדן אויפן בויך האט איינע פון די פליגלעך נישט געקענט אויסהאלטן די היץ און האט אנגעהויבן צו צעפאלן. מ'הערט אויפן רעקארדירונג פונעם לייוו זיך רישן אויף אן אויפרייס מיט פארענטפערן דעם אז די עיקר איז שוין אדורך בלא בלא בלא, למעשה אבער אומערווארטעטערהייט האט ער ווייטער קאנטראלירט דעם לאנדונג און דער שיף האט זיך אויסגעגראד אין די לעצטע סעקונדעס און געלאנדעט ווי געפלאנט.
נאך א קלייניגקייט וואס איז געווען אנזעבאר ביי דעם טעסט איז געווען אז ס'האט געפעלט צוויי איינצעלנע "היעט שיעלד טיילס" פונעם סטארשיפ נאך בעפאר ער איז ארויפגעפלויגן, דאס זענען די שווארצע סערעמיק טיילס וואס האלטן אפ די היץ נישט צו שעדיגן דעם שיף בשעת'ן לאנדן. דאס איז געווען צוליב אן עקסטערן טעסט וואו זיי האבן געמאסטן מיט ספעציעלע סענסארס ווי שטארק הייס די שיף ווערט אן קיין טיילס בכלל, עס צו קענען נוצן שפעטער אלס אינפארמאציע.
אינעם בילד: די ראקעט בוסטער ביים סוקסעספול לאנדן אינעם וואסער מיט א פלאטשקע. ספעיס עקס האט באוויזן צו לאנדן צוויי פריש געבויעטע מאנסטער געביידעס צום ערשטן מאל.
ס'ווערט באריכטעט אז דאסמאל וועט נישט זיין קיין FAA אינוועסטיגעשאן צוליב וואס זאכן זענען מער ווייניגער געגאנגען ווי געפלאנט אן קיין סכנה צו קיין שום ארומיגע. דאס מיינט לכאורה אז קומענדיגע טעסטס וועלן פארקומען שנעלער אן קיין ציטערנישן.