נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

נייעס און באריכטן פון ארום די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיליטערישע עקספערט
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 29, 2023 7:51 am
לאקאציע:The Pentagon

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיליטערישע עקספערט »

שווארמאל האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:30 pm
ברדלס האט געשריבן: פרייטאג אפריל 26, 2024 2:05 pm
מיט עטליכע טעג צוריק האט נאסא צום ערשטן מאל אין א לאנגע צייט, צוריק אנגעהויבן באקומען דאטא פון די ווייטסטע ספעיסקראפט Voyager 1, ארויפגעשיקט געווארן 46 יאר צוריק.
דאס מאל איז געווען דאטא איבער איר עקזיסטענץ און צושטאנד, און זיי האבן געפינען אז א געוויסע טשיפ איז ארויס פון דינסט. מען האפט בקרוב צו פאררעכטן דעם פראבלעם און צוריק צו קענען באקומען סייענטיפישע דאטא.
ווי ווייט ארויס האלט שוין דער וואוידזשער? לעצטע מאל ווען כ'האב געליינט דערוועגן אויב געדענק איך גוט איז דאס געווען איבער 14 ביליאן מייל אוועק..!
און די סיגנאלן פונעם וואוידזשער נעמען איבער א טאג צו דעגרייכן אינזער וועלטל!!
איך מיין ער איז בערך 150 מאל אזוי ווייט ווי די זון צו אינזער וועלט

און די סיגנאלן אזוי ווי די זאגסט נעמט א טאג צו גרייכן סיי א מעסעדזש אהין, און א טאג פאר צוריק דאס איז אפילו די סיגנאלן לויפן ווי די ספיד אויף-לייט!
America’s success is that you can talk about its failures, Russians failure is that you can only talk about its success
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ארום 8:45 ניו יארק צייט וועט די ספעיס-עקס Crew Dragon מיט 3 אסטראנאטן דערין פארלאזן די ספעיס סטאנציע ווי ער זיצט שוין באלד צוויי חדשים. בערך א שעה שפעטער וועט ער זיך צוריק באהעפטן צום סטאנציע מיטן פלאן צו פארבלייבן דארט ביז אוגאסט.

דאס איז א ספעציעלע relocating מיסיע ווען די דרעגאן פארלאזט איין באהעפטונג "פארט" און גייט צו א צווייטע ביי אן אנדערע פונקט אינעם סטאנציע. אזא מיסיע פאסירט נישט צו אפט און ווערט געטון צו מאכן פלאץ פאר א פרישע דרעגאן וואס וועט ארויפפארן אין יוני.

די סיבה פונעם טויש איז צוליב די דרעגאן וואס גייט ארויספארן וועט טראגן מיט זיך פרישע סאלאר פאנעלן פּאַרטס און דארף זיך באהעפטן ביי דעם ספעציפישן "פארט" וואס איז נענטער צו וואו ס'דארף אינסטאלירט ווערן, ווי אויך איז גרינגער פאר די קאנאדישער האנט צו ארבעטן פון דארט.
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

תגובה דורך Borrower »

ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:15 am

WOW
איז אזאנס שוין געווען ביפאר ?

Borrower האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 9:01 am

ספעיס עקס Crew Dragon אין 2020 און 2021.
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

היינט איז א גוטע טאג פאר באואינג.

נאך יארן ארבעט, און א שיין ביסל 'דילעיס', וועט היינט די נייע "באואינג סטארליינער" ספעיס שיף די ערשטע מאל ארויפטראגן אסטראנאטן צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע. די לאונטש איז געסקעדזשולט פאר 10:30 ביינאכט ניו יארק צייט, און וועט ווערן ארויפגעפירט דורך א ULA ראקעט.

די סטארליינער איז א שיפל געבויעט פאר טראנספארטאציע צו און פון ספעיס און ענליך צו די ספעיס-עקס דרעגאן איז געבויעט געווארן מיט פאנדינג פון נאסא, זייענדיג די גרעסטע קאסטומער זייערער. אנדערש ווי די דרעגאן וואס איז מער ווייניגער אויטאמאטיש קאנטראלירט מיט די אפציע צו איבערנעמען קאנטראל אין פאל פון אמערדזשענסי, איז די סטארליינער מער ווייניגער קאנטראלירט מיט מעניועל קאנטראל שיפטס אבער קען אויך ווערן געפירט דורכן סיסטעם געוואנדן אינעם קאנטראלער.

די סטארליינער קען ווערן איבערגענוצט נאכן לאנדן און אריבערגיין מינימאלע פאררעכטיגונגען. נאך א ריזיגע חילוק, די סטארליינער קען לאנדן ביידע אויף דער ערד אדער אויפן ים, די דרעגאן קען נאר לאנדן אויפן ים.

IMG-20240506-WA0002.jpg
IMG-20240506-WA0002.jpg (150.67 KiB) געזען 2067 מאל
IMG-20240506-WA0001.jpg
IMG-20240506-WA0001.jpg (32.14 KiB) געזען 2067 מאל
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

דאס פארמאגט פענסטערס?
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5472
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:28 pm
היינט איז א גוטע טאג פאר באואינג.

נאך יארן ארבעט, און א שיין ביסל 'דילעיס', וועט היינט די נייע "באואינג סטארליינער" ספעיס שיף די ערשטע מאל ארויפטראגן אסטראנאטן צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע. די לאונטש איז געסקעדזשולט פאר 10:30 ביינאכט ניו יארק צייט, און וועט ווערן ארויפגעפירט דורך א ULA ראקעט.

די סטארליינער איז א שיפל געבויעט פאר טראנספארטאציע צו און פון ספעיס און ענליך צו די ספעיס-עקס דרעגאן איז געבויעט געווארן מיט פאנדינג פון נאסא, זייענדיג די גרעסטע קאסטומער זייערער. אנדערש ווי די דרעגאן וואס איז מער ווייניגער אויטאמאטיש קאנטראלירט מיט די אפציע צו איבערנעמען קאנטראל אין פאל פון אמערדזשענסי, איז די סטארליינער מער ווייניגער קאנטראלירט מיט מעניועל קאנטראל שיפטס אבער קען אויך ווערן געפירט דורכן סיסטעם געוואנדן אינעם קאנטראלער.

די סטארליינער קען ווערן איבערגענוצט נאכן לאנדן און אריבערגיין מינימאלע פאררעכטיגונגען. נאך א ריזיגע חילוק, די סטארליינער קען לאנדן ביידע אויף דער ערד אדער אויפן ים, די דרעגאן קען נאר לאנדן אויפן ים.

IMG-20240506-WA0002.jpg

IMG-20240506-WA0001.jpg
Wow שכוח.

לאז וויסן וויאזוי עס האטצך אויסגעלאזט.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:16 pm
Wow שכוח.

לאז וויסן וויאזוי עס האטצך אויסגעלאזט.
שוין זייענדיג א פאקטישע רייזע צום ספעיס סטאנציע מיט אסטראנאטן דערין נאך יארן טעסטן און פארבעסערן, איז נישט קיין שאלה בכלל וויאזוי ס'וועט זיך אויסלאזן, אבער מ'וועט פראבירן צו לייגן אן אפדעיט סייווי.

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:51 pm

אה נישט געכאפט דאס.

סאו מיט וואס איז Space-x אזויפיל בעסער אויב באואינג האט די זעלבע זאך?

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:54 pm

וואס מיינסטו צו פרעגן? ספעיס-עקס דרעגאן איז שוין אין באנוץ קרוב צו 5 יאר און מיט זייערע אנדערע פראיעקטן ווי פעלקאן און סטארשיפ האלט ספעיס-עקס אסאך ווייטער ווי באואינג.

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 3:58 pm

איך מיין צו פרעגן, מיט וואס איז די סטארשיפּ אזוי מעכטיג?
נישט אז עס קען לאנדן און מ'קען עס גרונג איבער נוצן?
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:00 pm

איך מיין צו פרעגן, מיט וואס איז די סטארשיפּ אזוי מעכטיג?
נישט אז עס קען לאנדן און מ'קען עס גרונג איבער נוצן?
סאו באואינג איז נאכגעקומען נאך 5 יאר, מיט איינע פון די פראיעקטן...
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5472
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

ברדלס האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:03 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 4:00 pm

איך מיין צו פרעגן, מיט וואס איז די סטארשיפּ אזוי מעכטיג?
נישט אז עס קען לאנדן און מ'קען עס גרונג איבער נוצן?
סאו באואינג איז נאכגעקומען נאך 5 יאר, מיט איינע פון די פראיעקטן...
סטארשיפּ איז נאך נישט גרייט,און עס קוקט אויס ווי עס דארף נאך א שטיק צייט.

בקיצור ס'איז מיר געווען א חידוש, איך נישט געוויסט אז נאך קאמפעניס האבן אזא זאך.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:28 pm
היינט איז א גוטע טאג פאר באואינג.

IMG-20240506-WA0002.jpg

IMG-20240506-WA0001.jpg
איז היינט א גוטע טאג פאר באואינג? כצ'ל

שוין געמיינט אז מקען פייערן... - קען נישט וויסן מיט די חברה - די העטש .. כוויל נישט טראכטן
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:28 pm
היינט איז א גוטע טאג פאר באואינג.

נאך יארן ארבעט, און א שיין ביסל 'דילעיס', וועט היינט די נייע "באואינג סטארליינער" ספעיס שיף די ערשטע מאל ארויפטראגן אסטראנאטן צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע. די לאונטש איז געסקעדזשולט פאר 10:30 ביינאכט ניו יארק צייט, און וועט ווערן ארויפגעפירט דורך א ULA ראקעט.

די סטארליינער איז א שיפל געבויעט פאר טראנספארטאציע צו און פון ספעיס און ענליך צו די ספעיס-עקס דרעגאן איז געבויעט געווארן מיט פאנדינג פון נאסא, זייענדיג די גרעסטע קאסטומער זייערער. אנדערש ווי די דרעגאן וואס איז מער ווייניגער אויטאמאטיש קאנטראלירט מיט די אפציע צו איבערנעמען קאנטראל אין פאל פון אמערדזשענסי, איז די סטארליינער מער ווייניגער קאנטראלירט מיט מעניועל קאנטראל שיפטס אבער קען אויך ווערן געפירט דורכן סיסטעם געוואנדן אינעם קאנטראלער.

די סטארליינער קען ווערן איבערגענוצט נאכן לאנדן און אריבערגיין מינימאלע פאררעכטיגונגען. נאך א ריזיגע חילוק, די סטארליינער קען לאנדן ביידע אויף דער ערד אדער אויפן ים, די דרעגאן קען נאר לאנדן אויפן ים.

IMG-20240506-WA0002.jpg

IMG-20240506-WA0001.jpg
די לאונטש איז געקענסלד פאר היינט צוליב א קליינע פראבלעם מיט די ראקעט. די אסטראנאטן וואס זענען שוין געזיצן איינגעבינדן זענען צוריק ארויס און וועלן צוריקגיין צו זייער סטאנציע.

איי געס ס'איז נישט די טאג פאר באואינג...
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5472
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 10:29 pm
ממה נפשך האט געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 1:28 pm
היינט איז א גוטע טאג פאר באואינג.

נאך יארן ארבעט, און א שיין ביסל 'דילעיס', וועט היינט די נייע "באואינג סטארליינער" ספעיס שיף די ערשטע מאל ארויפטראגן אסטראנאטן צו די אינטערנאציאנאלע ספעיס סטאנציע. די לאונטש איז געסקעדזשולט פאר 10:30 ביינאכט ניו יארק צייט, און וועט ווערן ארויפגעפירט דורך א ULA ראקעט.

די סטארליינער איז א שיפל געבויעט פאר טראנספארטאציע צו און פון ספעיס און ענליך צו די ספעיס-עקס דרעגאן איז געבויעט געווארן מיט פאנדינג פון נאסא, זייענדיג די גרעסטע קאסטומער זייערער. אנדערש ווי די דרעגאן וואס איז מער ווייניגער אויטאמאטיש קאנטראלירט מיט די אפציע צו איבערנעמען קאנטראל אין פאל פון אמערדזשענסי, איז די סטארליינער מער ווייניגער קאנטראלירט מיט מעניועל קאנטראל שיפטס אבער קען אויך ווערן געפירט דורכן סיסטעם געוואנדן אינעם קאנטראלער.

די סטארליינער קען ווערן איבערגענוצט נאכן לאנדן און אריבערגיין מינימאלע פאררעכטיגונגען. נאך א ריזיגע חילוק, די סטארליינער קען לאנדן ביידע אויף דער ערד אדער אויפן ים, די דרעגאן קען נאר לאנדן אויפן ים.

IMG-20240506-WA0002.jpg

IMG-20240506-WA0001.jpg
די לאונטש איז געקענסלד פאר היינט צוליב א קליינע פראבלעם מיט די ראקעט. די אסטראנאטן וואס זענען שוין געזיצן איינגעבינדן זענען צוריק ארויס און וועלן צוריקגיין צו זייער סטאנציע.

איי געס ס'איז נישט די טאג פאר באואינג...
נישט אומזינסט האביך דיר געבעטן אונז צו האלטן אי פארמעקט😀
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

באואינג עקזעקיוטיוו: "דער פראבלעם איז געווען א קליינער און אין פאקט איז שוין פארראכטן, אויב וואלט דאס געווען א סעטעלייט וואלט ער שוין געווען אין ארביט. אבער, פאר אסטראנאטן/מענטשליכע מיסיעס נוצט מען עקסטערע פארזיכערונג מיטלען און איינע דערפון איז נישט צו מאכן קיין שום פאררעכטיגונגען בשעת די אסטראנאטן זיצן שוין אינעם שיף. זיי צוריק ארויסברענגען האט אפעקטיוו אפגערופן די לאונטש פאר היינט."
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

אויפן בילד: די 5'טע ספעיס-עקס סטארשיפ גייט דורך א "סטעטיק פייער" טעסט, דאס איז א טעסט וואו עס ווערן אנגעצינדן אלע 6 מאטארן אויפן שיף פאר א גאר קורצע צייט, ווי צו פארשפילן דאס זיך אפטיילן פונעם ראקעט איינמאל ער איז אויבן ארויס פונעם ערד אטמאספערע און זען אויב דער שיף קען עס פארנעמען. אזא טעסט ווערט אדורך געפירט אויף יעדע נייע ראקעט.

Screenshot_20240511_220708_Chrome.jpg
Screenshot_20240511_220708_Chrome.jpg (230.59 KiB) געזען 941 מאל
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

סתם א שאלה
פארוואס הייסט ראקעט, שיף?
און פארוואס הייסט פליען אין ספעיס, שווימען אין די הויעכע ספערן?
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

האסטו וועסטו האט געשריבן: מוצ"ש מאי 11, 2024 11:14 pm

גוטע שאלה
-
פון גוגל:
ווייל דער עצם געדאנק פון האבן ספעיסשיפן האט עקזיסטירט אין סייענס פיקשן לאנג איידער מ'האט געבויט דער ערשטער עראפלאן. יענע פיקציע שרייבער האבן געניצט די ווארט שיף פאר ספעיס-שיף ווייל דאס איז געווען די נאנסטע און פארגלייך צו פארשטיין וואס איז געווען אויף דער ערד אין יענער צייט זענען געווען שיפן.

לגבי שווימען אין די הויעכע ספערן - כבין בכלל נישט געוואוינט צו הערן אזוי
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

צו באואינג'ס נישט גוטע מזל איז ארויסגעקומען א בריוו פון איינע פון זייערע געוועזענע סופלייערס וואס טענה'ט אז די טעכנישע פראבלעם צוליב וואס מ'האט געקענסעלט די לאונטש לעצטע וואך איז אסאך טיפער ווי מ'מיינט און ס'קען זיך שטארק מעגליך ענדיגן קאטאסטראפיש פאר די אסטראנאטן.

די קאמפעני גערופן ValveTech האט ביז אין 2017 דעזיינט און פאבריצירט וועלווס פאר באואינג'ס פראיעקטן און האט שפעטער זיך צוריבן מיט זיי צוליב געוויסע דיפערענצן וואס האט געפירט אז די צוויי זאלן אפהאקן די שייכות. די קאמפעני ארבעט נאך היינט מיט נאסא אויף געוויסע פראיעקטן.

דאס ארויסקומען יעצט דירעקט אקעגן באואינג, ספעציעל אז די וועלוו פראבלעם איז געווען אויפ'ן ראקעט און נישט אויף באואינג'ס סטארליינער, מאכט פאר געוויסע טראכטן אז ס'איז א פשוט'ע נקמה אקציע.

די יעצטיגע פלאן איז פארן סטארליינער ארויפצוגיין דעם פרייטאג מאי 17, 6 נאכמיטאג.
אוועטאר
האסטו וועסטו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 27, 2021 8:43 pm
לאקאציע:דא

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסטו וועסטו »

Borrower האט געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 2:01 pm
האסטו וועסטו האט געשריבן: מוצ"ש מאי 11, 2024 11:14 pm
סתם א שאלה
פארוואס הייסט ראקעט, שיף?
און פארוואס הייסט פליען אין ספעיס, שווימען אין די הויעכע ספערן?
גוטע שאלה
-
פון גוגל:
ווייל דער עצם געדאנק פון האבן ספעיסשיפן האט עקזיסטירט אין סייענס פיקשן לאנג איידער מ'האט געבויט דער ערשטער עראפלאן. יענע פיקציע שרייבער האבן געניצט די ווארט שיף פאר ספעיס-שיף ווייל דאס איז געווען די נאנסטע און פארגלייך צו פארשטיין וואס איז געווען אויף דער ערד אין יענער צייט זענען געווען שיפן.

לגבי שווימען אין די הויעכע ספערן - כבין בכלל נישט געוואוינט צו הערן אזוי
יישר כח
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

X_Elon_Musk_IFT_4.jpg
X_Elon_Musk_IFT_4.jpg (226.67 KiB) געזען 361 מאל
אוועטאר
Borrower
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4902
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 16, 2020 10:21 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Borrower »

ממה נפשך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 23, 2024 11:41 am
X_Elon_Musk_IFT_4.jpg
6 חדשים געווען געברויכט פארן שאטל - נאך יעדע דזשורני - צו איבער מאכן די היץ באשיצער טיילס. פשי...
ממה נפשך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5013
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: נייעס און אנטוויקלונגען בנוגע ספעיס און העכערע רוימען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

הכל הבל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:05 am
א העליום ארויסרינונג אין די באואינג ספעיס שיף פארשלעפט נאכמער די לאנג ערווארטעטע רייזע וואס אסטראנאטן ווארטן אונטערצונעמען קיין ספעיס
למעשה איז עס געווארן אפגעשטיפט פון מאי 22 צו פארגאנגענעם שבת יוני 1. אבער אין דער לעצטער מינוט נאכאמאל געווארן געשטראנדעט צוליב א טעכנישער פראבלעם אין איינע פון די קאמפיוטער סיסטעמען.

נעמט אין אכט אז די לעצטיגע פראבלעמען איז מערסטנס אויפ'ן ראקעט וואס איז א ULA ראקעט, און עס ווייזט נישט אויף קיינע גרויסע פראבלעמען מיט די סטארליינער אליינס. אבער באואינג'ס שלעכט מזל, דאס יא..

די לאנג-ערווארטעטער-כסדרדיגע-פארשפעטיגטע "באואינג סטארליינער" רייזע איז יעצט געסקעדזשולט אויף מארגן יוני 5, דאס איז איין טאג בעפאר די סטארשיפ טעסט #4 וועט לויט אויסזיכטן פארקומען.
שרייב תגובה

צוריק צו “וועלטליכע נייעס”