ציטיר
0
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך איבערגעדרייטע בענקל
»
מיטוואך יולי 05, 2023 8:06 pm
סתם
האט געשריבן: ↑
מיטוואך יולי 05, 2023 5:40 pm
ישעי שלום
האט געשריבן: ↑
מיטוואך יולי 05, 2023 9:45 am
סתם
האט געשריבן: ↑
מיטוואך יולי 05, 2023 7:13 am
קרייסלער
האט געשריבן: ↑
מאנטאג אוגוסט 01, 2022 8:02 am
קרייסלער האט געשריבן:
פאקענאוס ריטריעט גייט נאכאמאל ארויסדינגען די רעזארט אויף די לעצטע וואך פון זוממער מיט א מקוה און מנין אויפן פלאץ בערך טויזענט דאללער פון זונטאג ביז דארנעשטאג אריינגערעכענט עסן, דרייצן הונדערט דאללער פון דארנעשטאג ביז זונטאג מיט עסן עס איז זייער געאייגענט פלאץ מיט א אידנאור וואסער פארק מיט עקסטערע שעות
פון מיין אייגענע עקפיריענס: א איד פון לעיקוואד דינגט אפ אינערהאלב א גרויסע רעזארט עטליכע בנינים עקסלוסיוו פאר אידן, דער איד טוט עס לשם מצוה אז אידן זאלן קענען הנאה האבן פונעם אייבערשטענס הערליכע בריאה אין א רוחניות'דיגע אטמאספערע ער שטעלט צו א ריזיגע שאטער מיט עירקאנדישאן לתורה ולתפילה אויסגעשטאט מיט ספרי קודש וכו', עס איז אפילו געווען א קלענערע שאטער פאר א מנין לעדת הספרדים א קאוויד סטייל מקוה מיט אלע הידורים, א עירוב ארום דעם גאנצן שטח פאריאר האט ער ארויסגעדינגען דריי צו פיר בנינים ביים עק פונעם רעזארט אזוי אז עס איז געווען אפגעזינדערט, יעדע בנין באשטייט פון צוויי שטאק מיט הערליכע לאביס מיט פאטעלן, אזוי אויך איז דא אין יעדע בנין צוויי האלב פארמאכטע גאניקס וואס ווערט באניצט פאר גרעסערע משפחות וואס ווילן עס צוזאמען יעדע סוויט באשטייט פון א קאך, דיינעט, און ליווינג רום וואס ווערט פארוואנדעלט ביינאכט אין א שלאף צומער פאר די קידנער, א הערליכע גרויסע שלאף צימער מיט א גרויסע באדע צוממער מיט א זשעקאזי, און א פארטש מיטן פרייז איז אריינגערעכנט לאנטש און נאכטמאל בהרבחה גדולה און אזוי אויך א ריזיגע חלוקה באקס מיט אלע מאכלי שבת מיט א זעלטענע רייכקייט, אנגעהויבן מיט אלע ערליי קוגלען, דיפס און מאכלי שבת און אפילו לאקס און ספרעדס פאר שלש סעדות בקיצור איר וועט נישט הונגערן אויפן שטח עטוואס אהינצוה צוויי מינוט מיט א קאר איז דא א אינדאור וואסער פארק וואס ווערט ארויסגעדינגען מיט באזינדערע שעות פאר מענער און פרויען, אזי אויך איז דא א גרויסע פלאץ מיט באלאון ריידס, באולינג און נאך פארשידענע אקטיוויטעטן אה כמעט שיעור פארגעסן....די קריסטאל קלארע לופט פון די פאקענאוס בערג איז ממש א ברכה צו מאכן
מאכן זיי דאס יאר אויך?
אזוי האבן זיי געשריבן
וואס איז זייער קאנטאקט אינפא?
קוק אפאר תוגבות צירוק א עד מיט אלע זייער אינפארמאציע פון די יאר
"עקספעקט נישט פון מיר צו טראכטען גראד, איך בין דאך איבערגעדרייט"