שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן: אן עצה וואס ניצט מיר זייער גוט, און ב"ה די לעצטע 8 יאר איז עס אויסטערליש ווירקזאם, אבער עס איז בלויז פאר אזעלכע וואס האבן די זעלבע נאטור ווי מיר.
איך קען ממש נישט שלאפן רואיג ווען דער זייגער גראגערט, איינמאל כ'וועק מיר אויף און ער גייט מיר אויף די נערוון, דארף איך אבער ארויסקומען פון בעט.
דערפאר לייג איך מיין זייגער אויפן גרויסן שאפע ביים אנדערן עק צימער, און איך קריך ארויס פון בעט עס אויסצולעשן. איינמאל כ'בין שוין אינדערויסן פון בעט פארשטייסטו שוין אליין אז דער טאג הייבט זיך אהן...
איר קענט לאכן, אבער פאר מיר איז עס ממש א ישועה גדולה...
עורו ישינים משינתכם!!!
בדוק ומנוסה