-
ציטיר
- 3
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך הרב יואל קליין
»
שוין גע׳חלום׳ט דערפון יארן, און שוין לאנג אפגעגאסן נעגל וואסער.
ס׳איז נישט דאס וואס מיר זוכן. פיריעד ענד אף סטארי.
די קליינע פורים מאבילס זענען ווערט א רעטעך.
די גרעסערע וואס זענען לאנג ווי באסעס און קענען זיך צושפּרייטן / ארויסצוען צו ביידע זייטן איז גאר א צווייטע דערהער. יענץ הייסט א ״פּושער״ און מען דארף האבן געהעריג סי די על. א געלע באס דרייווער מעג עס דרייוון, אבער וואס איז די פּוינט? אונז פארשטייען נישט וויאזוי מען ניצט א פיצקעלע שאוער, טרייפענע עפלייענס וואס זענען אזוי אויך פיצי מיט בעיקר ליווינג רום ספעיס און א יומאנגעס גרויסע בעט.
דארפסט דילן מיט קלין וואסער, גרעי וואסער(סינק), און בלעק וואסער(אפלויף). אלעס אנדערע טאנקן מיט הלכות ווי מ׳מעג עס אויסליידיגן, און די טאנקן דארף זיין ריין, בלא בלא בלא.
נעקסט האסטו צוטאן מיט לעקטער. דארפסט וויסן וויאזוי מען גייט זיך אום מיט א דשענערעטאר, צומאל אנדערע סארט גאז, ווען עס צו ניצן, און ווען צו ניצן די דיעפּ-סייקל בעטעריס. ווען העלפט א סאלער פענעל און ווען נישט. עס דארף זיין געפּארקט אויף א ספעציעלע גראדע פלאץ וואס איז געלעוועלד.
נאכדעם פאנגט זיך אן מיט די קלימאט, ס׳איז צו הייס, צו קאלט, צו טינקל, צו ליכטיג. ס׳איז א פענסי תפיסה
בעיסיקלי, פאר חול המועד צו פארן צו א פארק ווי מ׳וויל פארברענגען איבערנאכט, קענעך אפשר הערן. משע״כ ניצן דאס צו פארן קיין פלארידא און וואוינען דערין א וואך אנשטאט א ווילא, איז ענדערש צו בלייבן אינדערהיים.
די אר ווי׳ס זענען געמאכט צו זיצן דערין און פארברענגען אויף די קאוטשעס, און מען וואטשט טעלעוויזיע. עסן עסט מען אין רעסטאראנטן אדער מאכט מען א גריל אינדרויסן.
פאר א סיבה איז דא געזעצן מיט ספעצילע פארקס ווי מ׳מעג דאס פארקירן. און עס קאסט א הון תועפות.
שוין ביליגער צו רענטן א טרעקטאר פון א טרעילאר (נאר דעם קאפ) און מיט דעם אראפדרייוון קיין פלארידא… טרעילער פלעצער צו פארקירן איבערנאכט איז דא געניג און נאך כמעט ביי יעדע רעסט עריע. און בעק איז דא א געשמאקע בעט מיט פיינע ערקאנדישן/סטיעם און די טרעילאר האט א טאנק מיט הינדרעט גאלאן דיזל געניג און נאך.
↧ איך ברויך א סעילמאן פאר אונזער ביזנעס אין סקייטעק טעלעקאם.
ביטע מיר קאנטאקטן: [email protected]
. לאמיר ביידע מאכן געלט בעזר השם!