מי יודע האט געשריבן:HelpMe האט געשריבן: דא האט איר די סיבות פארוואס אין סיגוט איז געווען די מנהגנישט צו גיין צו קיין מאמעס ציון אין טאג פונעם יארצייט
הרבנית חנה ע"ה אשת הישמח משה ליגט אין אוהעל, און בנה ר' אלעזר ניסן אזוי אויך נכדה הייטב לב פלעגן נישט קומען צו פארן ביום היארצייט.
נפטרה בר"ח ניסן
הרבנית רחל ע"ה אשת הייטב לב ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה הקדושת יו"ט וואס האט געוואוינט אין סיגוט, און אזוי אויך די אנדערע קינדער, זענען נישט ארויף ביום פטירתה צו איר קבר.
נפטרה בחול המועד
הרבנית חנה ע"ה אשת הקדושת יו"ט זי"ע ליגט אין סיגוט אין אוהל, און בנה דער עצי חיים פלעגט נישט ארויפגיין צו איר קבר ביום היארצייט, אפילו ער האט געוואוינט אין סיגוט, בעיר מנוחת כבודה. (אזוי האט נכדו הברך משה מסאטמאר ז"ל געזאגט פאר זיינע אייניקלעך לבית מייזליש, בני בתו הרבנית חי' ע"ה, געהערט פון אירע קינדער)
אויך רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז קיינמאל נישט געקומען צו פארן אין איר יום היארצייט, ווען ער האט געוואוינט אין אורשיווא און קראלי אדער סאטמאר.
נפטרה בחודש ניסן
הרבנית ברכה סימה ע"ה אשת העצי חיים זי"ע
נפטרה בחודש ניסן
אין סיגעט איז געווען דער מנהג אז ניסן גייט מען נישט אויפן ציון אפילו ביום היארצייט? א פלא אז כ"ו ניסן גייט מען יא
א פלא אויף וועם?
אפילו די ביזט גערעכט!
כי אתההשם באש הצתה ובאש אתה עתיד לבנותה!