איטשע האט געשריבן: שמעתי אז אחד מבני משפחת רפאפורט האט גענומען א דנ״א, טעסט, אז ס׳איז צוריקגעקומען אז ער איז נישט פון די משפחה
אקעי, דאס איז נאך בחסד.. איך ווייס פון א פאל וואס א כהן האט גענומען א טעסט און יא! עס איז צוריקגעקומען אז דער האט נישט די DNA פון די כהנים.. (כ'געדענק נישט די נעמען דערפון..) און שוין... דא קומט שוין אריין די הלכה חלק, מעג ער אויסלייזן א בכור? מעג ער עולה זיין כהן? מעג ער זיך מטמא זיין? מעג ער חתונה האבן מיט א גרושה? די שאלות זענען שוין פארגעקומען... להלכה למעשה אויפן שפיץ גאפל איז מען נישט מיקל אז מען איז נישט א כהן, אבער יא מחמיר אויף די אנדערע זייט ביי עטליכע ענינים.
בקיצור א כהן וואס וויל זיין אויף די זיכערע זייט זאל דאס נישט נעמען.. כ'מיין אז רובא דרובא דיינים זאגן אז מען זאל נישט נעמען.