אלעס איבער Node.js

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

אלעס איבער Node.js

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

אזוי ווי איך זעה אז עס איז נאכנישט פארהאן קיין אשכול פאר NodeJS, האב איך געטראכט איך וועל עפענען אן אשכול איבער דעם, אבער קודם א קורצע איבערזיכט איבער וואס איז דאס NodeJS,. איז אזוי:

NodeJS איז א סערווער-זייט שפראך, (אזוי ווי Apache, IIS, TOM, נאר אנשטאט PHP שרייבט מען JavaScript), און מען קען זייער גרינג און שנעל אויפסעטן דערמיט HTTP סערווערס. כאטש Node אליינס איז נישט געשריבן אין JavaScript (נאר געשריבן אין סי), קען מען אבער צולייגן אייגן געמאכטע מאדעלס געשריבן אין דזשאווא-סקריפט. און מען קען אויך נוצן אנדערע מאדעלס דורכן עס אינסטאלירן מיט NPM און עס שפעטער ריקווייערן אין די קאוד.

די מעלה פון נאוד העכער פי. העיטש. פי. איז פולפאכיג, די ערשטע זאך וואס איך גלייך עס מער, איז צוליב דעם וואס איך גלייך בעסער דזשאווא-סקריפט איבער פי. העיטש. פי., דערצו אויב נוצט מען דזשאווא-סקריפט אין די קלייענט-זייט (ווער נוצט נישט?), איז דאך ממש א גן עדן צו נוצן די זעלבע שפראך פאר בעק-ענד און פראנט-ענד. און נאך פארשידענע בענעפיטן.

אינעם קומענדיגן הודעה וועל איך אי"ה שרייבן אן עקזעמפל פון א פשוט'ע נאוד דזשעי-עס סערווער.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

פארוואס זאל עס נישט ארבעטען אויף שעירד האוסטינג?
איז דאס די איינציגסטע שפראך וואס ארבעט נישט אויף שעירד האוסטינג?
אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1230
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש פעברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע:אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טויגליכער איד »

אויף א לאקאל האסט ארבעט עס יא?
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: https://toiglicher.com/
שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

ביי AWS דארף עס צו ארבעטן, ריכטיג?

פון מיין עקספיריענס, איךהאב אמאל אויפגעסעט א נאוד סערווער מיט א פרי AWS אקאאונט, און עס האט פיין געארבעט.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

עין טובה האט געשריבן:
פארוואס זאל עס נישט ארבעטען אויף שעירד האוסטינג?
איז דאס די איינציגסטע שפראך וואס ארבעט נישט אויף שעירד האוסטינג?
זעה וואס עס שטייט דא
דאנקע שיין
שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

הבהרה:
אזוי ווי איך בין נישט באקאנט מיט די אוידיענץ צו וועלכע איך שרייב, בין איך נישט זיכער אויף וועלכע לעוועל צו שרייבן, עס איז מעגליך אז עס איז צו פשוט אדער צו הויעך. ביטע מיר אויפמערקן אויב איינער טראכט אז איך דארף מער אדער ווייניגער עלאבערירן.


ווי אזוי אינסטאלירט מען נאוד?

דאס ווענדט זיך לכאורה אין וועלכע אפערעיטינג סיסטעם איר זענט. צוליב דעם וואס עס זענען פארהאן פארשידענע אפערעיטינג סיסטעמ'ס, וועל איך רעדן נאר איבער Windows, און אויב וועט זיך אויספעלן, וועט מען שפעטער שרייבן וואס טוהט מען מיט אנדערע אפערעיטינג סיסטעמס.

די ערשטע זאך וואס איהר ווילט טוהן, איז זיכער מאכן אז נאוד איז נאכנישט אינסטאלירט, ווייל טאמער עס איז אינסטאלירט, קענט איר גיין צו סטעפ 2.

כדי צו בודק זיין אויב נאוד איז שוין אינסטאלירט, דאן מאכט אויף דעם קאממאנד פראמפט, און לייגט אריין node . און קוקט וואס איז די רעזולטאט, אויב איז דער ענטפער אז נאוד איז נישט אנערקענט אלס א קאממאנד. דעמאלס מיינט עס אז נאוד איז נאכנישט אינסטאלירט, און מיר גייען עס דארפן אינסטאלירן.


אויב באקומט איר נישט אזא מעסעדזש, דאן מיינט עס אז נאוד איז יא אינסטאלירט, אבער מאכט זיכער אז איר האט א מער לעצטערע ווערסיע פון נאוד, דעריבער לייגטס אריין node -v , דאן וועט איר קענען זעהן וועלכע ווערסיע עס איז אינסטאלירט אין אייער ענווייערמענט. און אויב פעלט זיך אויס קענט איר עס אפדעיטן צו א לעצטערע ווערסיע.


אויב איז נאוד נישט אינסטאלירט, גייען מיר עס יעצט אינסטאלירן.

די ערשטע זאך וואס מיר דארפן טוהן איז עס דאונלאדן, דאס קען מען טוהן דא .

איינמאל עס איז געדאונלאדעד, מאכן מיר אויף דעם פייל, מיר אקצעפטירן זייערע טערמס, און מיר פאלגן נאך די אינסטראקשנס, און מיר ענדיגן עס.

געענדיג אינסטאלירן. יעצט לאמיר זיכער מאכן אז עס איז טאקע געווארן ריכטיג אינסטאלירד. לאמיר אויפמאכן די קאממאנד פראמפט, און ווידער אריינלייגן node אדער node -v , טאמער די סיסטעם אנערקענט נישט דעם קאממאנד, מיינט עס אז עפעס איז געגאנגען שלעכט. אדערווייז, סוקסעס!

המשך יבוא, געוואנדן אין די אינטערעסע...
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4401
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע:עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

זייער זייער גוט געשריבן, די אוידיענץ דא איז געמישט פון פשוט און הויעך מיט אלעס אינצווישן. איר האט אנגעכאפט זייער א גוטע טרעק לענ"ד.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלפיים
תגובות: 2301
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

מה פתאום??? האט געשריבן: זייער זייער גוט געשריבן, די אוידיענץ דא איז געמישט פון פשוט און הויעך מיט אלעס אינצווישן. איר האט אנגעכאפט זייער א גוטע טרעק לענ"ד.

מיין ארעמע מיינונג איז מסכים לכל הנ''ל
יהי רצון מלפניך ה' אלהי ואלהי אבותי שיהא לבי נכון ומסור בידי שלא אשכחך.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מה פתאום??? האט געשריבן: זייער זייער גוט געשריבן, די אוידיענץ דא איז געמישט פון פשוט און הויעך מיט אלעס אינצווישן. איר האט אנגעכאפט זייער א גוטע טרעק לענ"ד.

כנ"ל
א גרויסן ישר כח דערצו
מיר ווארטן אויפן המשך;l;p-
שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

סטעפ 2 – שרייבן די סקריפט פארן סערווער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »


הקדמה: איך וועל ערקלערן די קאוד וואס איך נוץ, אבער איך לייג א הנחה אז דער לייענער האט שוין א באקאנטשאפט מיט סקריפטינג שפראכן אין אלגעמיין און דזשאווא-סקריפט בפרט, איך וועל נישט אראפגיין ביזן ערקלערן די סאמע יסודות פון אבדזשעקט-ארייענטעד פראגראמינג, (אפשר אין אן אנדער געלעגנהייט, מערצאשעם).


אלזא, נאוד איז שוין אינסטאלירט אין אונזער סיסטעם, יעצט איז צייט צו טוהן צו דער זאך און שרייבן די נויטיגע סקריפט פאר א וועב סערווער.

איבערראשנד איז צו אויסגעפונען אז עס פאדערט נישט מער ווי געציילטע ליניעס פון קאוד, און דאס איז די גאנצע וואס מען דארף כדי צו אהערשטעלן א סערווער.

אלזא, לאמיר נעמען א טעקסט-עדיטער (וועלכע איהר גלייכט), און אריינפעיסטן די פאלגענדע ליניעס פון קאוד:

קאוד: וועל אויס אלע

 var http = require("http");

http.createServer(function(request,response){
    response.writeHeader(200, {"Content-Type": "text/plain"});
    response.write("Hello World");
    response.end();
}).listen(80);


בעפאר מיר גייען ווייטער, איז וויכטיג צו פארשטיין וואס מיר טוהן דא, דאס איז דאך אונזער מטרה דא צו פארשטיין וואס נאוד איז. איז אזוי:

אין ליין 1, רופן מיר א נאוד פונקציע require, וואס דאס לאודט אריין יעדע מאדאועל אדער פעקעדזש וואס איז אוועילעבל (איך וועל שפעטער מער מאריך זיין איבער מאדאועלס און פעקעדזשעס).
די require פונקציע נעמט א פאראמעטער מיט א סטרינג פון די נאמען פון די מאדאועל וואס מ'וויל אריינלאודן. (אין אונזער פאל - http איז א מאדאועל וואס איז שוין מיטגעקומען ווען מיר האבן אינסטאלירט נאוד).

די פונקציע געבט צוריק אן אביעקט וואס מיר שטעלן אריין אין א וואריעיבל וואס מיר וועלן רופן http . סא, וואס איז יעצט געשעהן איז, אז דער וואריעיבל http איז אן אביעקט.

דאן אין ליין 2, רופן מיר איינע פון די מעטאדן וואס געהערן צו דעם http אביעקט, מיטן נאמען createServer, וואס דאס איז א פונקציע צו באשאפן א נייע סערווער.

אין דעם פונקציע לייגן מיר אריין א קאלבעק-פונקציע, מיט צוויי פאראמעטערס, איינס פאר ריקוועסט, און איינס פאר רינספאנס.

אינעם קאלבעק-פונקציע רופן מיר דרייי פארשידענע מעטאדן וואס געהערן צום ריספאנס אביעקט. דאס ערשטע מעטאד איז צו שרייבן די העדאר אינפארמאציע, די צווייטע מעטאד איז צו שרייבן די טעקסט, די דריטע איז צו ענדיגן דעם ריספאנס.

די פונקציע געבט צוריק א סערווער אביעקט, וואס אויף דעם רופן מיר אין די לעצטע ליניע א מעטאד listen , און מיר לייגן אריין דערין די פארט נומער, וואו דער סערווער זאל צוהערן צו ריקוועסטס. (איהר קענט קלויבן וועלכע נומער איהר ווילט, איך האב עס געלאזט אויף 80, וואס איז די דיפאלט).
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1671
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע:געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

קלאר, רייך און ציענד! קענען מיר קוים ווארטן אויפן קומענדיגן שיעור.
דער מחבר פון א ניגון איז בעה"ב וויאזוי די ניגון גייט און אויף וועלכע ווערטער, ווילסט אנדערש? מאך דיין אייגענע קאמפאזיציע
~ דער וואס איז דיין חבר ווילאנג דו האסט די זעלבע מיינונג ווי אים, איז קיין חבר ~
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

דוד משה האט געשריבן: קלאר, רייך און ציענד! קענען מיר קוים ווארטן אויפן קומענדיגן שיעור.

ישר כחכם!

אויב איך מעג פרעגן א פראגע אין דזשאווא סקריפט בכלל
איך זעה אזא זאך ווי א קאלבעק פונקשען וואס איז נישטא אין C# שפראך אויף וויפיל איך ווייס
וויאזוי ארבעט דאס?
איז דאס א פאנקשען וואס מען דעקלערט אדער מען רופט?
וויאזוי ארבעטן די פאראמעטערס פון אזא פאנקשען?
די createServer פונקשען איז דערקלערט געווארן מיט א פאראמעטער טייפ וואס רופט זיך קאללבעק פונקשען?
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

קאלבעק-פונקציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

קאלבעק-פונקציעס איז זייער נוצבאר אין דזשאווא סקריפט, ווייל מען קען אריינפאסן א פאנקשן אלס אן ארגומענט אין א פונקציע.

די פאראמעטערס פון דעם פאנקשן, זענען לויט וואס מ'גייט אריינפעסן די ארגומענט ווען מ'רופט די קאלבעק-פונקציע אין די קאנטעקסט פון אן אנדער פונקציע. לאמיר געבן א דוגמא וואס רעדט מער ווי טויזנט ווערטער:

קאוד: וועל אויס אלע

 function func(callback){
   var argument = 'Hello worls!';
   callback(argument);
};

func(function(param){
   console.log(param);
});


דא קענט איהר זעהן ווי אין די ערשטע פונקציע רופן מיר די קאלבעק-פונקציע און מיר פעסן אריין די ארגומענט (העלאו ווארלד).

איך האף אז איך בין גענוג קלאר.
שומע כעונה
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 10, 2016 9:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שומע כעונה »

בד"וו, ביסטו זיכער אז מען קען עס נישט טוהן מיט C#?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

סי שארפ קאלבעק פאנקשענס הייסן דעלעגאטן.
https://msdn.microsoft.com/en-us/library/ms173171(VS.80 ).aspx
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

זייער גוט געשריבן, האלט אן ווייטער. מיר ווארטן צו זעהן געשריבן וואס מער.
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

נישט גענוג קלאר
לאמיר דיר פרעגן, די ווארט callback איז א ספעשל ווארט אין javascript?
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

צווייטע שאלה
וואס איז די מעלה פון אריינפעסן א פונקשען?
פארוואס קען מען נישט גיין נארמאל?
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

דאס וואס קאלבעק טוט איז סופפארטעד ביי אסאך שפראכן אפשר מיט אנדערע נעמען און וועגן, ווי אויך איז די סינטעקס און לימיטעישענס אדערש.
זיי מסביר דיין צווייטע שאלה, וואס הייסט גיין נארמאל? מיר העלן פרובירן אייך צו ענטפערן בעז"ה
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

milech fried האט געשריבן: נישט גענוג קלאר
לאמיר דיר פרעגן, די ווארט callback איז א ספעשל ווארט אין javascript?

milech fried האט געשריבן: נישט גענוג קלאר
לאמיר דיר פרעגן, די ווארט callback איז א ספעשל ווארט אין javascript?

בכלל נישט. callback פאנקשענס האבן שוין עקזעסטירט אין עסעמבלי און דערנאך אין סי. די געדאנק פון א קאלבעק פאנקשען איז אז אסאך מאל וויל מען אז געוויסע קאוד זאל ווערן עקסעקיוטעד בלויז נאך וואס געוויסע אנדערע קאוד ווערט עקזעקיוטעד. צב"ש (איך בין נישט זיכער וועלכע שפראך דו קענסט, וועלעך נוצן א ביישפיל פון jQuery) ווען מ'נוצט א פאנקשען צו מאכן א געוויסע אפעקט (אדער ענימעשאן) אין jQuery, וויל מען אפט אז ווען די אפעקט איז געענדיגט, זאל אן אנדערער פאנקשען ווערן עקסעקיוטעד. קען מען אריינלייגן די פאנקשען אין א וועריעבל, און אריינשיקן דעם וועריעבל אינעם פאנקשן וועלכע מאכט דעם אפעקט, און ווען דער אפעקט פאנקשען איז פערטיג מיטן אפעקט, עקסעקיוט עס די קאלבעק פאנקשן וועלכע מ'האט אריינגעשיקט.

אט איז א פשוט'ע עקזעמפל אין דזשאוואסקריפט (גענומען פון וויקיפידיע מיט טיילווייזע שינוים):

קאוד: וועל אויס אלע

 function  execute(x, y, callbackFunction) {
    return callbackFunction(x, y);
}

function product(x, y) {
    return x * y;
}

function sum(x, y) {
    return x + y;
}

alert(execute(5, 15, product));

alert(execute(5, 15, sum));


קאלבעק פאנקשענס זענען היינט אוועילעבל אין רוב מאדערנע שפראכן אונטער פארשידענע נעמען און פארמען א שטייגער ווי אנינאמעס פאנקשענס, לעמבדעס, ועוד.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע:127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

ירוחם האט געשריבן:
קאלבעק פאנקשענס זענען היינט אוועילעבל אין רוב מאדערנע שפראכן אונטער פארשידענע נעמען און פארמען א שטייגער ווי אנינאמעס פאנקשענס, לעמבדעס, ועוד.


אנאנימאס פאנקשען האט גארנישט מיט א קאלבעק פאנקשען

קארעקט מי איף איים ראנג
אוועטאר
milech fried
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2016 9:59 am
לאקאציע:checkmate in 1
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך milech fried »

צום ערשט א ריזיגן ישר כח פארן ענטפערן, מיט יעדע תגובה ווערט עס קלארער...
מיין שאלה איז געווען צו די ווארט callback איז א Reserved_word
וואס לכאורה זעהט אויס פון אייערע ענטפערס אז נישט

מיין לענגוויטש איז C#
און VBA
לעצט פארראכטן דורך milech fried אום זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:47 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וויאזוי צו שפילן שאך

Even the laziest King flees wildly in the face of a double check!” (Aaron Nimzowitsch)
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

ממש א מחיה צו זען וויאזוי אידישע פראגראמערס רעדן געשמאק.
איך האלט שוין לאנג מען דארף מאכן א היימישן ווינקל פאר היימישע פראגראמעס, אויף א שטייגער ווי א חסידישע ווערסיע פונעם סטעק-אווערפלאו
עניוועי.
איך ווארף סתם אריין א פראגע וואס האט באמת גארנישט מיט די גאנצע דיסקוסיע. אפשר קען מיר עמיצער ראטן איבערדעם, עס איז א יסודות'דיגע אינפראסטרוקטור פראגע.
עמיצער האט מיך געבעטן א אינווענטארי פראגראם, עס האט אייטעמס און סוב-אייטעמס, און די סוב-אייטעמס דארפן נאכמאכן דעם ביהעיוויאר פון די אייטעמס זעלבסט, סיי בנוגע דעם סטאק לעוול, און איבער אלערליי אינווענטארי באוועגונגען. נישט אויף א 1-1 באזיס, נאר געוואנדן לויט וויפיל פונעם סוב-אייטעם שטעלט צוזאם א גאנצער אייטעם.
איך האב פרובירט זיך צוזאמצוקראצן סאלושענס געשריבן אסאך ספוגעטי קאוד ווי מען זאגט.
מיין פראגע איז, איז עפעס דא אין סיקוועל סערווער, א יסודות'דיגער וועג וויאזוי צו באהאנדלען אזא סארט פראבלעם. ביטע שיין. ענטפערן. שכוח
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13960
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

לאמיר נאר רעדן פון QTY יעצט
וואס מיינסטו מיט

קאוד: וועל אויס אלע

 די סוב-אייטעמס דארפן נאכמאכן דעם ביהעיוויאר פון די אייטעמס זעלבס 

קענסט מיר ענטפערן אויף די פאר פראגעס?
איין אייטעם
וואס דאס איז? און וואס/פארוואס ער האט סוב אייטעמס? און וויפיל סוב אייטעמס האט עס?
וויפיל איז אדער ווילסטו זאל זיין די QTY וואס איז יעצט אויף די אייטעם? און וויפיל ווילסטו/איז די QTY פון די סוב אייטעמס?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

עין טובה האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:
קאלבעק פאנקשענס זענען היינט אוועילעבל אין רוב מאדערנע שפראכן אונטער פארשידענע נעמען און פארמען א שטייגער ווי אנינאמעס פאנקשענס, לעמבדעס, ועוד.


אנאנימאס פאנקשען האט גארנישט מיט א קאלבעק פאנקשען

קארעקט מי איף איים ראנג

אין דזשאוואסקריפט, ריכטיג.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
שרייב תגובה

צוריק צו “דעוועלאפערס ווינקל”