ס'איז דא א געוואלד פון טולס וואס מ'קען טוהן טוען איינער וויל אויפגעבן זיין פרוקרעסטינעשאן. די ארבעט איז אבער אנצוקומען ביז אהין, וואס דאס פארלאנגט שוין א פערזענליכע אפשאצונג פון איינער מיט א גוטע פארשטאנד צו די זאכען מבחין צו זיין וואס די פראבלעם איז טאקע און וואו אזוי צו גיין ווייטער און נישט סתם אפאר שיינע טולס.
סעלף דיסציפלין, וויאזוי מאכט מען זיך טון זאכן?
חיזוק ועידוד אין אלע מצבים
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact
מענשן פרעגן אסאך מאל זייער פשוטה שאלות; וואו אזוי לייג איך מיין קינדער שלאפען אין צייט, וואו אזוי קען איך אויפהערן מקנא זיין מיין אינגערע ברודער, אא'וו. און די מענטש ערווארט א פשוט'ע תירוץ. דאס איז וואס איך שרייב אז מ'דארף א אפשאצונג, די תירוצים אויף די שאלות קומט נישט קיינמאל על רגל אחת, מ'דארף אייביג ארויסהאבען די גאנצע מצב גוט צו קענען גועידען וואו אזוי צוצוגיין צום פראבלעם.
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2825
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע:בין שמים לארץ
שלוה האט געשריבן: מענשן פרעגן אסאך מאל זייער פשוטה שאלות; וואו אזוי לייג איך מיין קינדער שלאפען אין צייט, וואו אזוי קען איך אויפהערן מקנא זיין מיין אינגערע ברודער, אא'וו. און די מענטש ערווארט א פשוט'ע תירוץ. דאס איז וואס איך שרייב אז מ'דארף א אפשאצונג, די תירוצים אויף די שאלות קומט נישט קיינמאל על רגל אחת, מ'דארף אייביג ארויסהאבען די גאנצע מצב גוט צו קענען גועידען וואו אזוי צוצוגיין צום פראבלעם.
אסאך מאל קען געשען דאס פארקערטע אויך, אז מכח זיך דרייען אין די פארפעשענעל וועלט קען מען אמאל אריינפאלן אין א געוויסע צמצום אז יעדע ווארט אין יעדע אפרעדניש מיינט עפעס טיפערס, וואס נישט אייביג איז דאס ריכטיג, און ס׳קען פארדרייען סיי דעם משפיע [קרי-פסיכילאג] און סייי די מקבל [קרי-פאציענט]
די משפיע כפשוטו ווייל ער אליין קען אריינפאלן אין אנקוקען זאכן ארויס פון פארפארציע, און די מקבל קען צומאל שפירן אז יעדע קלייניקייט איז א בער, וואס כמובן איז נישט די געוואונטשענסטע זאך אז א מענטש זאל זיך אנקוקען וי א פעליער, און יעדע זאך פון זיין לעבן באהאלט אונטער זיך פארדארבענע פיש זאפט, תחתיה תעמוד הבהרת.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
זייער ריכטיג, דאס איז א באקאנטע זאך אין די פראפעסיאנאלע וועלט אז מ'פעסאלעדשייזט מענטשען שנעל און מ'דארף שטארק אויפפאסען אויף דעם. וואס איך מיין בעיקר דא איז אז די וואס טוהן מיט מענטשען דארפען וויסען נישט צו ווערן איבערגענומען פון די פרעשור וואס מענטשן לייגען צו באקומען א ''קוויבק פיקס'' - א טול, ווייל דאס איז נישט די ארבעט וואס פעלט געווענליך אויס.
- וויל זיין גוט
- שר האלף
- תגובות: 1072
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
חושב מחשבות... האט געשריבן:שלוה האט געשריבן: מענשן פרעגן אסאך מאל זייער פשוטה שאלות; וואו אזוי לייג איך מיין קינדער שלאפען אין צייט, וואו אזוי קען איך אויפהערן מקנא זיין מיין אינגערע ברודער, אא'וו. און די מענטש ערווארט א פשוט'ע תירוץ. דאס איז וואס איך שרייב אז מ'דארף א אפשאצונג, די תירוצים אויף די שאלות קומט נישט קיינמאל על רגל אחת, מ'דארף אייביג ארויסהאבען די גאנצע מצב גוט צו קענען גועידען וואו אזוי צוצוגיין צום פראבלעם.
אסאך מאל קען געשען דאס פארקערטע אויך, אז מכח זיך דרייען אין די פארפעשענעל וועלט קען מען אמאל אריינפאלן אין א געוויסע צמצום אז יעדע ווארט אין יעדע אפרעדניש מיינט עפעס טיפערס, וואס נישט אייביג איז דאס ריכטיג, און ס׳קען פארדרייען סיי דעם משפיע [קרי-פסיכילאג] און סייי די מקבל [קרי-פאציענט]
די משפיע כפשוטו ווייל ער אליין קען אריינפאלן אין אנקוקען זאכן ארויס פון פארפארציע, און די מקבל קען צומאל שפירן אז יעדע קלייניקייט איז א בער, וואס כמובן איז נישט די געוואונטשענסטע זאך אז א מענטש זאל זיך אנקוקען וי א פעליער, און יעדע זאך פון זיין לעבן באהאלט אונטער זיך פארדארבענע פיש זאפט, תחתיה תעמוד הבהרת.
דערמאנט מיר דער מגיד שיעור, וואס ווען איינער האט אים געפרעגט פשוט וואס תוספות קשיא איז, האט ער באלד אנגעפאנגען מסביר זיין, אז דאס איז טאקע דער 'פני יהושע'ס קשיא', און מאריך געווען אין דעם, און דער בחור ווייסט עד היום נישט וואס דער מגיד שיעור האט געוואלט פון אים.
אם לא עכשיו אימתי
אן עצה געזוכט
שרייבט מיר א תלמיד ווי פאלגענד:
[quote="
ווי איר ווייסט בין איך א מגיד שיעור, און איך פלאג מיך מיט א גרויסן פראבלעם, נעמליך, אז איך בין פויל זיך פארצוקוקן די לימודים,
מיין גוטע קאפ ערלויבט מיר עס דורכצוגיין בדיעבד, אבער ווי פארשטענדליך האט עס זייער א נישט גוטן אפעקט,
איך האב שוין געטון [ער רעכנט אויס א ליסטע]....... און פראבירט..... אזוי ווי איר האט מיר גע'עצה'ט, ס'האט געהאלפן, אבער בכלל נישט אויף לאנג.
אוודאי איז דער פראבלעם נישט אזוי שטענדיג נאר מפעם לפעם, אבער איך זיך אן עצה וואס זאל טוישן מיין מהלך בכלליות, נישט נאר 'שטופ שלעפ'.
די גורם פון מיין פוילקייט איז פשוט ווייל איך enjoy מער צו טון אנדערע ענטערטעינמענט זאכן ווי איידער זיך פארקוקן
ן[/quote]
אויב איינער קען ברענגען א עצה/ בוך /פראגראם
אוודאי אויב איינער קען מיטטיילן פערזענליכע סוקסעעס געשיכטעס אין די ליניעס , וואס האט אים שוין געהאלפן אדער ער קען פערזענליך איינעם וואס איז געהאלפן געווארן, וועט עס זיין א גרויסע הילף

יאך בין געשלאגן מיט פראקרעסטענאציע, אבער נאך ווי. יארן לאנג וואס עס פלעגט מיר פלאגן.
די נקודה איז אזוי. די ערשטע זאך איז וואס האט מיר געהאלפן איז:
סעלף עקסעפטענס. נעמליך, איך האב א שוועריקייט מיט דעם און אזוי בין איך. איך האב ביי מיר מודה געווען אז איך האב עס. און אזויווי ביי אדיקשען איז דא די כלל אז you are powerless איבער עס, אזוי אויך דא.
יעצט, איך הער שוין דיינע ברומערייען. וואס הייסט איך האב נישט קיין בחירה דערויף?
די תירוץ איז ניין דו האסט נישט קיין בחירה.
נא וויאזוי שפירט זיך עס אצינד אז דו ווייסט אז מארגן ווען דו גייסט זיך וועלן פאר קוקן און די געפיל וועט שלעפן צו אן אינטערעסאנטע זאך, דו ביסט א בן חורין דו קענסט אהינגיין צו די אינטערעסאנטע זאך און הנאה האבן ווי לאנג דו ווילסט. קאמיש?...
איי וועסטו יעצט קומען מיט א טענה הרב ממש אזוי האסטעך מיר אויסגענארט. האסט מיר פארקויפט די ברוקלין בריק. געזאגט האסון מיר אז איך קען רואיגערהייט לאזן מיינע געפילן מיר פירן ביי די נאז, און ענדזשויען וויפל איך וויל, און דא בין איך געקומען צום שיעור און שיעור נישט געווארן אפגעזאגט פון פאסטן מחמת...
וועל איך דיר ענטפערן. א מענטש האט חסרונות!! א מענטש האט שוואכקייטן, א מענטש קומט מיט פראבלעמען. נישט אייביג האט מען די מוט.
כל זמן א מענטש איז בדעה אז ער איז געבוירן געווארן פערפעקט, ער איז ׳מחיוב׳ צו קענען האבן געדולד יעדן מינוט, און ביי יעדע פראיעקט וואס ער וויל נאר אונטערנעמען, דאן איז די רעזולטאט קלאר: ביטערניש, עסעניש, צובראכענקייט, אומעטיג.
אויב א מענטש קען אבער איינזעהן אז ער האט נישט קיין בחירה אויף זיינע שוואכקייטן, וואס הייסט, ער קען נישט ׳אויסרייסן׳ זיינע נטיות, ער קען עס נאר בייגן אויף די גוטע וועג דעמאלטס לעבט מען רואיג און מען איז גרייט אויף א טזשאלענדזש.
יעצט, אויף למעשה.
נעם א פאפיר און שרייב אראפ די אויסגאבע וואס דו דארפסט טוהן.
מאך א קאלום דערנעבן, און שרייב די גוטע רעזולטאטן וואס וועלן ארויסקומען פון עס טוהן. דאן, מאך נאך א קאלום און שרייב אריין די רעזולטאט וואס וועט זיין אויב דו וועסט עס נישט טוהן. מאך זיכער אריינצולייגן פעפער און זאלץ; אויב איך גיי נישט זיין פארגעקוקט גיי איך האבן בזיונות עצומות! דער בחור וועט מיך פרעגן, און יענער וועט מיר געבן אזא אומבאקוועמע געפיל, וכו׳.
די אויפטוה דערפון איז, אז מען זעט ׳לייוו׳ פאר די אויגן וואס ס׳גייט געשען אויב מען גייט פראקעסטנירן.
נאך אן עצה וואס איך האב געטון איז איך האב מיך געגעבן א קנס למשל איך העל נישט מעגן נוצן מיין קאר פאר א טאג אויב איך טוה נישט יענץ און יענץ. עס מוז נישט דוקא זיין א גרויסע זאך, נאר א זאך וואס ס׳וועט דיר קענען געבן א מאטיוואציע.
בברכת צלח ורכב. פידבעק עקסעפטעד

- א ווייסע ארבעטער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3143
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:21 am
Re: סעלף דיסציפלין, וויאזוי מאכט מען זיך טון זאכן?
נאך איינער מיט עצות אויף די "כ'וועל עס באלד טון" סינדראם?
אין גלייב אינ'עם אויבערשטן. ער איז מיין באשעפער.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.
לאו דוקא השם אדער גא-ט.