סעלף דיסציפלין, וויאזוי מאכט מען זיך טון זאכן?

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
דאנאלד טראמפ
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 10, 2016 5:14 pm

סעלף דיסציפלין, וויאזוי מאכט מען זיך טון זאכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאנאלד טראמפ »

לאמיר זאגען איינער האט א ציל, און צי אנקומען דארף מען עוסק זיין דערין יעדען טאג אביסל, וויזוי מאכט מען זיך עס טוהן, איינער זאגט מען זאל זיך אליינס באשטראפען ווען מען טוט עס נישט, אבער ס'ארבעט נישט, ווייל סיי מען טוט נישט און סיי מען באשטראפט זיך נישט.... האסטע געהערט א מעשה, איך זאל מיר אליינס באשטראפען... כאילו איך האב נישט וואס צי טאהן... נאר וואס דען, למעשה וויזוי האט מען זיך און די הענט, ויזוי מאנעווירט מען זיך אז מען זאל למעשה יא טוהן וואס מען וויל טוהן ?
אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פערפעקט »

גוטע סאבדזשעקט.

נו וואו זענען אונזערע חכמים?
Definition of perfect: as good as it is possible to be
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

איין עצה טיים מענעדשמענט
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע:קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

יענקל פאטאש האט געשריבן: איין עצה טיים מענעדשמענט

זייער א גוטע געדאנק צו אנהייבן זיך דיסציפלינירן אויף א זאך וואס אויב דאס איז מסודר וועלן אסאך אנדערע זאכן ווערן מסודר אטאמאטיש, די שאלה איז אבער נאכאלץ וויאזוי איז מען בעל הבית אויף זיך צו האבן טיים מענעדזשמענט?

איך פארשטיי נישט די פראבלעם מיט די מהלך פון זיך אליינס באשראפן?

לענ״ד איז די ערשטע סטעפ קלאר צו מאכן ווי וויל איך אנקומען, וואס זענען די זאכן וואס איך וויל טוישן, און די סיבה, פארוואס וויל איך טוישן די זאכן,
חביבי
אוועטאר
יום אחד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יום אחד »

כ'האב אמאל געליינט א בוך(כ'גדענג שוין נישט די נאמען) אז יעדן טאג זאל מען די ערשטע זאך מאכען די 2 veggies

ד''מ ווען א קינד (אדער א טאטע...) באקומט א גוטע נאכטמאל לייגט די מאמע צו 2 וועדזטעבעלס (און א טאץ קולות אז ער זאל עס אויפעסען) א נאריש קינד וועט זיך הארגענען
מיט די מאמע אז ער וויל נישט די וועדזטעבעלס און שלאגט זיך ביז ער באקומט אויך נישט די אייז קרים..
א קלוג אינגעל, די ערשטע זאך שטאפט ער זיך צו די נאז, גיט שנעל א שלונג אראפ די וועדזטעבעלס און אינדזשויט די געבראטען פלייש און אייז קרים.

והנמשל, רוב מענטשען טוען גארנישט א גאנצע טאג ווייל ס'ליגט זיי זאכען אויפן קאפ וואס זיי האבן נישט ליב צו טין און זיי שטופען די זאך און אלעס ווערט מיטגעשלעפט.
די עצה, מ'זאל אראפ שרייבען 2 זאכען א נאכט פריער וואס איז וויכטיג און מ'האט נישט קיין נערווען דערצו און דאס זאל מען טון פאר מ'ליינט אימעילס(און אייוועלט) דערנאך גייט אראפ די שטיין פון קאפ און א גאנצע טאג גייט שוין אלעס פליסיג.
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

דער ערשטער עצה איז עפענען אזא אשכול וואס מען האט שוין געטוהן.;l;p-

א עצה וואס ארבעט איז צו ברעכען דער vicious cycle פון וועלען טוהן און נישט טוהן און וועלען טוהן און נישט טוהן ביז מען גיבט פיינעלי אויף.

יעצט וויאזוי ברעכט מען עס?

איך קען א קלוגע מענעדזער וואס פלעגט טוהן אזוי. ער האט געהאט א ארבעטער וואס פלעגט קומען א סאך שפעט; געדארפט קומען 9 אזייגער און פלעגט יעדען צווייטען טאג קומען נענטער צו 10 און אמאל אפילו שפעטער, אבער קיינמאל נישט אין 9.

דער ארבעטער (א גוטע ארבעטער געווען, נאר זיך נישט געקענט באכלעפטשען); פלעגט בלייבען א שעה שפעט און אמאל אפילו 2 שעה שפעט, אלעס אז דער בעל הבית זאל נישט זיין ברוגז אויף אים.

דער בעל הבית האט דאס אלעס פארשטאנען, אז דער ארבעטער דא איז אין א vicious cycle; ער קומט שפעט וויל ער גייט שפעט, און ער גייט שפעט ווייל ער קומט שפעט. זאגט אים דער בעל הבית (אין איינס אזייגער נאכמיטאג פריינטליכערהייט און ווי א ידיד): טוה מיר א טובה, היינט זאלסטו אהיים גיין פינקטליך 5 אזייגער אפילו ביזט געקומען א שעה שפעט, אבער מארגען בעט איך דיר, קומט ביטע באצייטענס אין 9.

און דער עצה איז געלונגען. טאקע נישט אלעמאל, דער ארבעטער האט זיך נישט געקענט טוישען זיין נאטור, אבער פלעגט פון דענמאלט טאקע קומען אין צייט אפטער, און פארשטייט זיך געהאט א רואיגירער טאג (געשפירט אז דער בעל הבית פארשטייט אים) און געווען מער פראדאקטיוו (און זיך נישט געגעסען דאס גאנצע טאג).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
בעל דעת
שר האלף
תגובות: 1007
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

איך האב געליינט א בוך וואס האט מיר זייער געהאלפען
the motivation switch
געשריבען ביי
AJ Winters
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

נו, על רגל אחת; וואס זאגט ער?

אויב עס פעלט אויס שלש רגלים, אויך גוט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

שמעתי בשם גדול אחד שליט"א ביאור הגמ' מניין שנשבעין לקיים את המצוה, ומקשה הגמ' הרי כבר נשבע ועומד הוא מהר סיני, ומסיק דלזרוזי נפשיה, וידוע הקושיא דמה זירוז נפשיה איכא אם אין השבועה חל ? (עיין בקהילת יעקב מה שתירץ ) .

ואמר לבאר דה"ק: שלא יקבל על עצמו קבלות כשמסופק אם יוכל עמוד בהם - רק מפני שמתלהב כעת או ש'מקוה' שיקיימו , שאז - עם גישה כזאת אין קבלותיו חשובים בעיני עצמו, רק קבלה יהא בעיניו כמו שבועה.

כמו"כ אולי יש לייעץ בנידון דידן, תפסיק לעשות to do lists כשאינך 'בטוח ' שתבצעו.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
yalah
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

אגב, שמך נאה לך. מר. דאנללד טראמפ יכול ללמוד קצת סעלף דיסיפלין. אם לא במעשיו אז בדיבורו ...
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

דאנאלד טראמפ האט געשריבן: לאמיר זאגען איינער האט א ציל, און צי אנקומען דארף מען עוסק זיין דערין יעדען טאג אביסל, וויזוי מאכט מען זיך עס טוהן, איינער זאגט מען זאל זיך אליינס באשטראפען ווען מען טוט עס נישט, אבער ס'ארבעט נישט, ווייל סיי מען טוט נישט און סיי מען באשטראפט זיך נישט.... האסטע געהערט א מעשה, איך זאל מיר אליינס באשטראפען... כאילו איך האב נישט וואס צי טאהן... נאר וואס דען, למעשה וויזוי האט מען זיך און די הענט, ויזוי מאנעווירט מען זיך אז מען זאל למעשה יא טוהן וואס מען וויל טוהן ?

אלס א פירסט סטעפ, וואלט איך ווען געזאגט אז דו זאלסט זיך אראפזעצען מיט א צעטעל און אראפשרייבן אלע סיבות פארוואס דו זאלסט נישטטוען וואס דו ווילסט טוען.

למשל:lol:מר. טראמפ, אז דו האסט געסקעזשועלט יעדען צופרי איבערצוגיין מיט דיין איידעם קושנער ווי אזוי מען גייט היינט בלייבן on massage....:lol:

למעשה וואס זענען די סיבות דוקא עס נישט צו טוען, דארף זיין זייער קלאר און דייטליך. עס קען זיין שכלדיג, געפיליש, און אפילו פיזיש, למשל,

1. שכלדיג- איך האב סך מער עקספיריענס ווי מיין 35 יעריגער איידעם.
2. געפיליש- עס פאסט מיר נישט, מען זאל מיך לערנען ווי א קינד.
3. פיזיש- יעדעם מאל ווען איך זיץ מיט אים, פיל איך נאך 2 מינוט ווי איך טאנץ ארויס פון די הויט. מיין פנים ווערט מיר צוזאמגעצויגן און איך פיל ווי איך פלאץ.

דאס איז די ערשטע סטעפ, דערנאך דארף מען גיין ווייטער, אבער אז מען ווייסט וואס דער צד שכנגד געט עס אביסל א קלארקייט און אביסל מער זעלבסט פארשטאנד וואס דא קומט פאר, און עס מאכט אביסל לייכטער ווי אזוי צוצוטרעטן צו די זאך מיט א יישוב הדעת.

אויב קענסטו געבן א מער ספעציפישע דוגמא וואס דיין ציל איז, קען מען ארויסלאזן קושנער און רעדן מער אקטועלע פוינטס...
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע:קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

Spusmn והיימישע יונגערמאן, זייער שטארקע פוינטס, צוברעכן א סייקל און קענען דעם שונא זענען זייער וויכטיג אנצוקומען צום ציהל,

לענ״ד איז דא א זאך וואס קומט פארדעם, קען דיין ליבהאבער, ווער געוואר וועלכע זאכן דרייוון דיר יא, אין וועלכע זאכן ביסטו יא מצליח, און וואס איז די סוד פארוואס ביסטו דארט יא מצליח, דערנאך קומט די צווייטע סטעפ פון זיך באקענען מיטן שונא, און צוברעכן די סייקל

לאמיר געבן א דוגמא, א יוד קומט יעדן טאג שפעט צום דאווענען, אלעמאל כאפט ער זיך מיט מיט א מנין,

דערווייל האט ער אין זיין קאפ נאר איין וועג וויאזוי ער פיהלט לגבי די זאך פון מיט דאווענען מיטן בעל תפילה פון אדון עולם ביז אדון עולם, און אויב ער איז נישט מצליח מיינט עס אז ער טראכט א נישט גוטע וועג, ער האט בכלל נישט אין באזיץ א אנדערע וועג וויאזוי צו פילן לגבי די זאך, נעוואדע איז ער נישט מצליח, (א גוטע שאלה צו פרעגן א מענטש וואס איז נישט מצליח אין עפעס איז צו פרעגן וואס איז דיין ערשטע מחשבה וואס קומט דיר ארויף ווען דו טראכסט פון די זאך)

אפילו נאכן צוברעכן א סייקל אויב האט מען נישט רעדי א נייע סייקל וועט מען אטאמאטיש צוריק גיין צום אלטן, אויב מען האט נישט א נייע וועג וויאזוי צו טראכטן און פיהלן לגבי א זאך וועט מען אטאמאטיש צוריק פאלן צום אלטן וועג פון פילן לגבי די זאך

כ׳האב גע׳הערט א צייט צוריק פון טוני ראבבינס א מהלך אין פיר סטעפס

1. קלאר מאכן ווי איך וויל אנקומען, און אויפבויען א שטארקע רצון אנצוקומען צום ציהל, און א שטארקע ווייטאג צו בלייבן אזויווי מען איז יעצט, און א התחייבות צו טון וואס עס פעהלט אויס אנצוקומען צום ציהל

2. צוברעכן די אלטע סייקל

3. אויפבויען א נייע סייקל

4. מעינטעינען די נייע סייקל

אויב דר׳עולם איז נייגעריג וועל איך עס בל״נ אויסשמועסן באריכות, און אביסל אויך אויסשמועסן אפאר פרטים פון די מהלך פון NLP אויף וואס די עצה איז געבויעט געווארן

עס איז אויך באקאנט די מהלך פון נאו עקסקיוזעס, יעדע מענטש וואס האט זאכן וואס ער וואלט געוואלט טוישן האט א ליסטע פון מחשבות וואס ער טראכט כסדר כדי זיך גרינגער צו מאכן אויפן הארצן, די עצה איז צו טרעפן די אלע שקרים און זיי אפפרעגן אינגאנצן אזוי וועט מען זיך מוזן טוישן בעל כרחך, ווייל די ווייטאג וועט מאנען און פייניגען,
נישט מורא האבן פון פילן שלעכט, גילטי, ווייל זיי זענען די איינציגסטע געפיהלן וואס קען מאכן א מענטש זיך ארויסרייסן פון די באקוועמע זאנע

אט איז א טיילווייזע ליסטע פון תיריצים וואס מען זאגט זיך אליינס צו צייטווייליג פארטרייבן די שלעכטע געפיהלן,

איך בין אזא מין מענטש
איך גיי מיך נאך איין טאג טוישן
איך קען מיך נישט טוישן
יענער איז שילדיג
עס איז נישט אזוי געפערלעך
איך ווייס נישט וויאזוי זיך צו טוישן
איך האב אנדערע מעלות
איך בין נישט די איינציגסטע מיט די פראבלעם
חביבי
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

ייש"כ ספוסמאן היימישער און חביבי

ס'איז פארשטייט זיך דא פיל צו שרייבן וועגן procrastination.
די פראבלעם איז נאר אז די אלע האבן געווענטליך זייער ליב צו רעדן וועגן טון נאר נישט צו טון

א קליינע הוספה אויף די פריערדערמאנטע עצות:

אנשטאט קלערן: איך מוז טון דאס און דאס.
געוויין זיך צו קלערן: איך וויל טון דאס און דאס.
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
אוועטאר
בוחר בשירי זמרה
שר האלפיים
תגובות: 2629
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוחר בשירי זמרה »

נאך א עצה:

הויב אן וואס דו דארפסט טוהן

נאר פאר 4 מינוט

אזוי טוה, יעדעס מאל דו כאפסט דיך
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

חביבי האט געשריבן: Spusmn והיימישע יונגערמאן, זייער שטארקע פוינטס, צוברעכן א סייקל און קענען דעם שונא זענען זייער וויכטיג אנצוקומען צום ציהל,

לענ״ד איז דא א זאך וואס קומט פארדעם, קען דיין ליבהאבער, ווער געוואר וועלכע זאכן דרייוון דיר יא, אין וועלכע זאכן ביסטו יא מצליח, און וואס איז די סוד פארוואס ביסטו דארט יא מצליח, דערנאך קומט די צווייטע סטעפ פון זיך באקענען מיטן שונא, און צוברעכן די סייקל

אודאי דארף מען קוקען וואס מען וויל יא, און וואס מאטעוועזירט. דאס איז פשוט. אבער אסך מאל פארגעסט מען צו אנאלעזירן די באהאלטענע שוועריגקייטן, און דערנאך ווען עס גייט עפעס נישט ווערט מען צומישט און דיסקארעזשט.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע:קרית יואל

Procratination און ענגזייעטי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

בוחר בשירי זמרה האט געשריבן: ייש"כ ספוסמאן היימישער און חביבי

ס'איז פארשטייט זיך דא פיל צו שרייבן וועגן procrastination.
די פראבלעם איז נאר אז די אלע האבן געווענטליך זייער ליב צו רעדן וועגן טון נאר נישט צו טון

א קליינע הוספה אויף די פריערדערמאנטע עצות:

אנשטאט קלערן: איך מוז טון דאס און דאס.
געוויין זיך צו קלערן: איך וויל טון דאס און דאס.

אההה procrastination איז פון מיינע גאר באליבטע נושאים

פראקרעסטינעישןפאר די וואס קענען נישט קיין עינגליש מיינט אפלייגן זאכן, אפשטיפן וויכטיגע טעסקס, און נאכלויפן די טאג אנשטאט מיטלעבן מיט די טאג,

איין זאך וואס מען דארף זיין געווארנט ווען מען הייבט אן ארבייטן אויף פראקרעסטינאציע... איז מען זאל נישט סערווירן די ענגזייעטי וואס זיצט אונטער די פראבלעם אדער גאר אויפבויען א נייע פראפעקשעניזם,

וואס הייסט?
זייער פשוט א מענטש וואס האט א פראבלעם אז ער ערלעידיגט נישט זיינע זאכן אין צייט (געווענלעך קומט דאס אליינס פון ענגזייעטי אבער נישט אלעמאל) הייבט אן פיהלן אוט אוו קאנטראל, סאו וואס איז יעצט די פראבלעם? די פראבלעם איז אז ער פארגעסט וואס ער וויל ערלעידיגן אין צייט און ער הייבט אן פאוקעסן צו פילןאין קאנטראל פונעם טאג, און פון די לעבן, מ׳דארף אפשר זייןאין קאנטראל פון די טאג אבער פיהלןאין קאנטראל איז שוין א אנדערע זאך, נישט נאר א אנדערע זאך נאר עס טראגט אריין די מענטש אין ענגזייעטי, און אמאל ווען די מענטש זעהט אז ער קומט נישט אן אין ערגעץ דערמיט הייבט ער אן זיך צו צווינגען, באשטראפן, הייבן זיינע חיובים, מגזם זיין די פראבלעם, אלעס ווייל ער ווייסט נישט וואס ער וויל עכט,

די עכטע זאכן וואס ער וויל ערלעידיגן אין צייט זענען רוב מאל אפאר קלייניקייטן, אין וויבאלד די מענטש איז יעצט אנגעצויגן און ער פיהלט נישט גוט פאלגט ער בלינדערהייט די אנגעצויגענע געפיהל און ער פרובירט צו נאכלויפן הונדערט פראצענטיגע שלימות אין זיין טאג, כדי צו פיהלןבעסער, סאו סיי ער פאוקעסט נישט אויפן גאול און סיי ער פיהלט ערגער ווי מער עס געלונגט אים צו מסדר זיין טאג ווייל געפיהלן וואס מען לויפט נאך אויף אזא וועג אנטלויפן פון די מענטש,

סאו די עצה איז אויפגעבן אויף פיהלן גוט, טרעפן די זאכן וואס מען וויל באמת ערלעידיגן אין צייט, און פאוקעסן אויף די וויכטיקייט פון די טעסקס און נישט אויף די וויכטיגקייט פון די גוט פיהלן מיטן טעסק

איך האף אז עס איז גענוג קלאר ארויסגעברענגט, ווייל עס זייער א וויכטיגע זאך לענ״ד נישט צו פארגעסן דערפון

ווי אויך איז דא אמאל דא א מענטש וואס וויל זיך אליינס דיסציפלינירן ווייל א פערפעקשעניסטישע געפיהל טרייבט אים, און דאס אליינס איז גורם אז ער קומט נישט אן זיין ארבייט און זיינע טעסקס ווייל ארבייט קען נישט אלעמאל פיהלן גוט און די מענטש אין אזא פאל לויפט נאך א געפיהל און נישט א זאך וואס ער וויל עררייכן,

די חילוק צווישן די צוויי איז,
אז די ערשטער האט געהאט א גוטע סיבה וואס האט אנגעצינדן זיין ענגזייעטי, נאר איינמאל ר׳ ענגזייעטי/פערפעקשעניזם איז אנגעקומען האט ער איבערגענומען די מאכט און ער האט פארגעסן די סיבה וואס האט אנגעצינדן די ענגזייעטי,

די צווייטער אבער איז פון די ערשטע מינוט געטריבן פון פערפעקשן

דא איז צוטירט א שמועס אין די נושא

שטארק זיך האט געשריבן:
ספיידער האט געשריבן: זייער שיין! כ'האב שטארק הנאה געהאט
מתבונן האט געשריבן:
דער פייט פון OCD / ADHD

דאס זעלבע איז מיט OCD, און ADHD. און אמת'ן אריין האב ביידע עפעס פון ביידע, אין א געוויסע זין. די סיבה פארוואס איינער איז אזוי עקסטרעם און פערפעקט, איז ווייל אן אנדערע כח אין אים שטופט אים צו זיין 'אויס' פערפעקט. און ווען ער איז ממשיך צו זיין זייער פערפעקט, וויל יענע חלק ארויסשפרינגען פון די הויט און האבן fun אויף ווי ווייט מעגליך צו אן עקסטרעם. אבי נישט צו זיין אינטער די אייזערנע גראטעס פונעם 'פערפעקטער' און גארנישט קענען טון נאר אויב ס'איז הונדערט פראצענט.

סיזמער אינטערעסאנט צו הערן א נייע געדאנק אפצולערנען ADHD

ווי איך האב פארשטאנען ביז היינט איז ADHD א קאגנעטיוו פראבלעם אז עס פעלט פון די מענטש די כשרוןפון מצמצם זיין די מוח און פילטערן די אינפארמעישן אזויווי איך האב גע'הערט פון ר' ישעי' וועבער, און ר' ישעי' איז טאקע נישט מייעץ קיין מעדיקעישן אויב ער זעהט אז די ADHD נעמט זיך פון אן אימאושענעל פראבלעם אדער פון די אישיות פון די מענטש

למתבונן ולכל מי שמתבונן...
ריכטיג, פארהאן פעלער אין וועלעכע דעם מענטשנס טבע'דיגע שוועריקייט מיט נעמען אן עול און אחריות (עי די די וכד'). ברענגט אים זיך זעלבסט צו פראסקענען, אזוי צו זאגן... אויף זיינע אומ'שלימות'ער. כמובן מיט הגזמות נוראות. כאילו דער אי-שלימות איז עפעס א ריזן קאטעסטראפע. מיינענדיג אז עס וועט אים גאר מאטיווירן צו טוהן בעסער. ווען למעשה ברענגט ער זיך אריין דורך דעם, אין אן אומגעהוירן אנגעצויגנקייט (או סי די וכד'), וואס קען אנקומען עד כדי כך אזש ביז צום האלטן זיין גייסטיגן זינען פאר'משכונ'ט, סדר היום טאטאל געשטראנדעט. אלעס צוליב פערפעקשאניזם.

אבער עס איז נישט אבסעלוט. צומאל איז עס די נטי' פונעם מענטשליכן עגא, צו ערווארטן פון זיך אומרעאליסטישע הויכן און השלמות, אפילו און אפוועזנהייט פון שוועריקייטן מיט עול און אחריות.

גענומען פון דא
חביבי
פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומער יוד »

לעצטענס געהערט אז די באקאנטע אידישע ביזנעס קאנסאלטענט מוריס שטיין האט א עפפ אויף גוגל פלעי ארויסצוהעלפען מענטשען זיך מסדר צו זיין צו קענען אויספירען זייערע רצונות יעדן טאג. עס דערמאנט דיך יעדע נאכט צו שרייבן 3 רצונות וואס די ווילסט אויספירען מארגען, אין עס דערמאנט דיך אינמיטען טאג אויסצופירען די רצונות אד"ג.
https://play.google.com/store/apps/deta ... yChallenge
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע:ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

שלום עליכם ר' פרומער

דא נעם דער בענקל, שפיר זיך באקוועם!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע:קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

וואס א חילוק האט געשריבן: שלום עליכם ר' פרומער

דא נעם דער בענקל, שפיר זיך באקוועם!
חביבי
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

חביבי האט געשריבן: איין זאך וואס מען דארף זיין געווארנט ווען מען הייבט אן ארבייטן אויף פראקרעסטינאציע... איז מען זאל נישט סערווירן די ענגזייעטי וואס זיצט אונטער די פראבלעם אדער גאר אויפבויען א נייע פראפעקשעניזם,

וואס הייסט?
זייער פשוט א מענטש וואס האט א פראבלעם אז ער ערלעידיגט נישט זיינע זאכן אין צייט (געווענלעך קומט דאס אליינס פון ענגזייעטי אבער נישט אלעמאל) הייבט אן פיהלן אוט אוו קאנטראל, סאו וואס איז יעצט די פראבלעם? די פראבלעם איז אז ער פארגעסט וואס ער וויל ערלעידיגן אין צייט און ער הייבט אן פאוקעסן צו פילןאין קאנטראל פונעם טאג, און פון די לעבן, מ׳דארף אפשר זייןאין קאנטראל פון די טאג אבער פיהלןאין קאנטראל איז שוין א אנדערע זאך, נישט נאר א אנדערע זאך נאר עס טראגט אריין די מענטש אין ענגזייעטי, און אמאל ווען די מענטש זעהט אז ער קומט נישט אן אין ערגעץ דערמיט הייבט ער אן זיך צו צווינגען, באשטראפן, הייבן זיינע חיובים, מגזם זיין די פראבלעם, אלעס ווייל ער ווייסט נישט וואס ער וויל עכט,

די עכטע זאכן וואס ער וויל ערלעידיגן אין צייט זענען רוב מאל אפאר קלייניקייטן, אין וויבאלד די מענטש איז יעצט אנגעצויגן און ער פיהלט נישט גוט פאלגט ער בלינדערהייט די אנגעצויגענע געפיהל און ער פרובירט צו נאכלויפן הונדערט פראצענטיגע שלימות אין זיין טאג, כדי צו פיהלןבעסער, סאו סיי ער פאוקעסט נישט אויפן גאול און סיי ער פיהלט ערגער ווי מער עס געלונגט אים צו מסדר זיין טאג ווייל געפיהלן וואס מען לויפט נאך אויף אזא וועג אנטלויפן פון די מענטש,

סאו די עצה איז אויפגעבן אויף פיהלן גוט, טרעפן די זאכן וואס מען וויל באמת ערלעידיגן אין צייט, און פאוקעסן אויף די וויכטיקייט פון די טעסקס און נישט אויף די וויכטיגקייט פון די גוט פיהלן מיטן טעסק

איך האף אז עס איז גענוג קלאר ארויסגעברענגט, ווייל עס זייער א וויכטיגע זאך לענ״ד נישט צו פארגעסן דערפוןiewtopic.php?p=1256570#p1256570]דא[/url]

שטארקע נקודה. ווען א מענטש פראבירט ארבעטען צו באקומען א געפיל, לויפט דער געפיל אוועק. כך מנהגו של געפיל. (רירן אן דעם נושא פון נישט מישן דעם זיך מיט די געפילן)
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

פרומער יוד האט געשריבן: לעצטענס געהערט אז די באקאנטע אידישע ביזנעס קאנסאלטענט מוריס שטיין האט א עפפ אויף גוגל פלעי ארויסצוהעלפען מענטשען זיך מסדר צו זיין צו קענען אויספירען זייערע רצונות יעדן טאג. עס דערמאנט דיך יעדע נאכט צו שרייבן 3 רצונות וואס די ווילסט אויספירען מארגען, אין עס דערמאנט דיך אינמיטען טאג אויסצופירען די רצונות אד"ג.
https://play.google.com/store/apps/deta ... yChallenge

וואס איז דאס בעסער פון די קאלענדער-רעמיינדער וואס קומט מיט אלע סמארט פאונס?
פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומער יוד »

נאטורליך האט געשריבן:

לויט ווי איך פארשטיי קען מען מאכן א טשעק ווען מען האט אויסגעפירט די רצון אדער קען מען עס מארקן אז עס איז נאכנישט אויסגעפירט אין עס וועט דיר דערמאנען איעדע פאר טעג אויב האסט עס נאכנישט אויסגעפירט.

ווי אויך קען מען עס מארקן אז די דאפסט הילף עס צי קענען אויספירען

אין די קענסט אייביג זעהן וואס איז מארקט אלס נישט אויסגעפירט אין וואס איז מארקט אז די דאפסט הילף.

אויך קענסטו זעהן וויפיל פארצענט האסט אויסגעפירט אד"ג.

די אמת איז אז דעס איז א זאך וואס איך מיטשע מיך שוין לאנג איך פלעג אפשטיפן זאכן וואס איז געווען שווער צי אויספירען סאיז מיר אגאנצע טאג געלעגן אויפן קאפ אין איך האב געהאט א פרעשער אין אזוי האב איך עס געשטיפט ביז סוף טאג אין איך האב עס ערלעדיגט , ביז איך האב איינמאל געהערט א גיטע משל וואס איז מיר אריין אין קאפ.

געווען אמאל א קעניג וואס צוויי שרים האבן זיך פארזינדיקט פאר אים, די קעניג האט האט ארויסגעגבן א פסק אז מען זאל אריינלייגען ביידע אין א קליינע צעל פין ד על ד אין מען זאל אריינלייגען ביי ביידע א לעבעדיגע פראש, אין ער האט זיי געזאגט איך געב ענק 24 שעה אין עטס דארפסט אין די צייט אויפעסן די פראש אויב ביז 24 שעה איז עס נישט אויפגעסן גייט מען ענק הארגענען.

מען האט זיי איינגעשפארט אין די ערשטע שר האט גראד גענימען די פראש ער האט זיך שטארק געקעלט ער האט ציגעשטאפט די נאז ציגעמאכט די אויגן אין ער האט עס געגעבן א כאפ אריין נאך 5 מינוט קלאפט ער ארויס פאר די שומר אין ער וייסט אים אז ער האט שוין גענדיקט אין ער האט אים גראד ארויסגעלאזט.

די צווייטע שר איז אריין אין זיין צעל אין ער האט אנגעהויבן טראכטן רבוש"ע ווי אזוי גיי איך אויפעסן א לעבעדיגע פראש?? ער וויל עס נעמען אין די הענט אבער ער האט זיך פארעקלט אין זיך גענימען ברעכן... אזוי גייט אריבער נאך א שעה אין נאך א שעה איינשלאפען קען ער נישט הינגעריג איז ער אבער ער קען זיך עס נישט זעהן עסן... עס איז שוין איבער 23 שעה די שומר קלאפט אריין די האסט נאך איין שעה די שר הייבט אן צי וויינען ער טרייט נאכאמאל אבער עס גייט נישט נאך דא א האלבע שעה ער קיקט אויפן פראש אין ער נעמט זיך נאכאמאל ברעכן... 15 מינוט גייט אריבער אין די שומר קלאפט אריין ער זאגט אים דעס איז דיין לעצטע טשענס האסט נאך 15 מינוט אויב די עסט עס נישט אויף גייט מיר דיך הארגענען, ער נעמט די פראש אין שוואך פין נישט שלאפן אין פין הינגער מיט טרערן אין די אויגן פאשט ער שטייט אריין די פראש אין די לעצטע מינוט קלאפט ער צים שומר אז ער האט עס אויפגעסן אין ער איז ארויס פין די צעל.

וואס איז די חילוק פין די צווי שרים האט יענער אויסגעפירט בידע האבן געגעסן א לעבעדיגע פראש נאר די ערשטע שר האט עס געגעסן אין 5 מינוט די צווייטע שר האט עס געגעסן גאנצע 24 שעה...!!

די משל איז מיר שטארק אריין אין קאפ אין זייט דעמאלטס האב איך אפגעמאכט אז אלע שווערע זאכן טי איך די ערשטע ערשטע זאך ציפרי גארנישט איז נישט וויכטיגער עס איז געווען אנפאנג שווער אבער די ראאיקייט וואס איך האב געהאט א גאנצע טאג האט מיר געגעבן די קאראש אנציגיין איך האב פליצלינג אנגעהויבן געבן בעסערע סערוויס איך האב מיר בעסער פארשטאנען מיט מיינע ארבייטערס איך בין געווארן א רואיגע מענטש ב"ה.

גאנץ לעצטענס האב איך געהערט פין איינעם פין מוריס שטייןס עפפ איך האב עס קוים גדאונלאד סא איך קען נאכנישט זאגן צי דעס האט געארבעט פאר מיר.

אבער דעס איז איינמאל זיכער אז אסאך אסאך מענטשען מיטשענען זיך מיט די פראבלעם.
אוועטאר
חביבי
שר חמש מאות
תגובות: 670
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2016 1:21 pm
לאקאציע:קרית יואל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חביבי »

או הא... דאס איז א פיינע משל... געוואלטיג, צחקתי מאד

אוקעי גיימער איינשלינגען די פראש... שוין יעצט... צום ווידערזען...
חביבי
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע:בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

פרעש!

לכבוד פרומער וואס איז fresh

ער מאכט זיך א ליסטע פון דריי זאכען וואס ער האט שוין לאננג געוואלט טוהן, און איינע פון זיי איז זיך איין שרייבען דא.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
פרומער יוד
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומער יוד »

SPUSMN האט געשריבן: פרעש!

לכבוד פרומער וואס איז fresh

ער מאכט זיך א ליסטע פון דריי זאכען וואס ער האט שוין לאננג געוואלט טוהן, און איינע פון זיי איז זיך איין שרייבען דא.

:wink::wink::wink:
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”