זיך לערנען שפילן א מוזיקאלישע אינסטרומענט
איז דא עפעס אן עצה?
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
חושב מחשבות... האט געשריבן: איך זעה נישט וואס ס'זאל זיין די פראבלעם איך האב א נאנטע חבר וואס האט זיך געלערנט קאלירינעט טאקע אינדערהיים [היינט איז שוין א מומחה ב"ה] און קיינער האט נישט געהאט קיין טענות צו איהם,
ניין, אבער נאכן זעהן די קליפ פונעם קרעטשמע בענד האב איך באקומען גרויס חשק פארן קלארינעט.אויסגערעכנט האט געשריבן:מיטן פלוט ביסטע שוין פארטיג?
העמער זיך נאכפרעגן.פרעג דיך נאך פאר א Clarinet Practice Mute
יענקל פאטאש האט געשריבן: איך האב אויך חשק זיך צו לערנען שפילן אן אינסטראמענט, בפרט יעצט ווען עס קומען די ימי שמחה, איך שטעל זיך פאר אז אמאל איידער די עם פי טרי - סי די - טעיפ ריקארדער - רעקארד פלעיאר - צייטן, איז דערולם שטענדיג ארום געגאנגען מיט די נאז אראפ, חודש אדר האט געמוזט זיין א שטיק עצבות און ווער רעדט נאך פון פורים אן מוזיק? רחמנא יצילנו!
ווייסעך אבער נישט וואס איז דער סדר הלימוד ביי אינסטראמענטן. דארף מען זיך ערשט נעמען א טיטשער צו לערנען שפילן דעם געצייג אדער דארף מען קודם גיין צום ג'ים זיך לערנען מאכן די עקסערסייזעס און פאקסן מיט די קאפ און אקסלען בשעת'ן שפילען. עני העלפ עפרישיעטעד.
מקווה איד האט געשריבן:יענקל פאטאש האט געשריבן: איך האב אויך חשק זיך צו לערנען שפילן אן אינסטראמענט, בפרט יעצט ווען עס קומען די ימי שמחה, איך שטעל זיך פאר אז אמאל איידער די עם פי טרי - סי די - טעיפ ריקארדער - רעקארד פלעיאר - צייטן, איז דערולם שטענדיג ארום געגאנגען מיט די נאז אראפ, חודש אדר האט געמוזט זיין א שטיק עצבות און ווער רעדט נאך פון פורים אן מוזיק? רחמנא יצילנו!
ווייסעך אבער נישט וואס איז דער סדר הלימוד ביי אינסטראמענטן. דארף מען זיך ערשט נעמען א טיטשער צו לערנען שפילן דעם געצייג אדער דארף מען קודם גיין צום ג'ים זיך לערנען מאכן די עקסערסייזעס און פאקסן מיט די קאפ און אקסלען בשעת'ן שפילען. עני העלפ עפרישיעטעד.
זיכער אז זיך לערנען ביי איינעם איז די בעסטע פאר א ביגענער
חלב ישראל האט געשריבן: איך האב מיך געקויפט א tin whistle פון generation whistles מ'קען עס קויפן אויף עמעזאן פאר אונטער צוואנציג דאללער, ס'האט א הערליכע קול, זייער גרינג צו שפילן, כ'אמיך אליינס אויסגעלענט, ווען איך וואלט אוועקגעגעבן מער צייט פאר דעם, וואלט איך היינט שוין געקענט שפילן ווי א פראפעשענעל. ס'איז זייער ענליך צו א קלארינעט ריקארדער (אדער פלוט).
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:חלב ישראל האט געשריבן: איך האב מיך געקויפט א tin whistle פון generation whistles מ'קען עס קויפן אויף עמעזאן פאר אונטער צוואנציג דאללער, ס'האט א הערליכע קול, זייער גרינג צו שפילן, כ'אמיך אליינס אויסגעלענט, ווען איך וואלט אוועקגעגעבן מער צייט פאר דעם, וואלט איך היינט שוין געקענט שפילן ווי א פראפעשענעל. ס'איז זייער ענליך צו א קלארינעט ריקארדער (אדער פלוט).
אברך האט געשריבן: דאס בעסטע איז אז מען גייט אראפ צו א ווייאלין שאפ און מען פרובירט אויס עטליכע ביז מען טרעפט איינס וואס מען איז צופרידן, יעדער האט א אנדערע טעיסט איינער גלייכט מער א טיפע סאונד און א צווייטער מער א קוויטשעדיגע, אויב ביזטו ממש א בעגינער איז בעסער זאלסט מיטנעמען איינעם וואס קען אביסל שפילן ווייל דיין סאונד וועט סייווי נישט טויגן...
אויב דאס איז נישט קיין אפציע באשטעל וואס דו טרעפסט אנליין, געדענק דו ביזט א בעגינער דו ברויכסט נישט עפעס א געוואלדיגע כלי.
http://www.violintutorpro.com/contact/