רבי שלום ווידער מנירעדהאז זצ"ל הי”ד - בעל משמיע שלום - ט”ז סיון תש”ד
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 3#p1091723
רבי שלום איז געווען א תלמיד פון הייליגען ייטב לב און שפעטער געווען פון די מקורבים ביי בנו ומ"מ מרן הקדושת יו"ט, ביז ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין נירעדהאז.
ׁׁ(כ'האב געהערט אז אין די שטאט נירעדהאז זעלבסט איז געווען א סיגוטער שטיבל, און ווען דער עצי החיים זצ"ל האט זיך ביים ערשטן וועלט קריג אויפגעהאלטן אין נירעדהאז האט ער דארט געדאוונט, און ער איז נישט געווען אזוי שוה בשוה מיטן נירעדהאזער רב, איז יש דברים בגו?)
על כל פנים, וואס עס ברענגט מיך צו עפענען דעם אשכול איז געווען דאס טרעפן א בריוו בכת"י פון זיין זון ומ"מ רבי שלמה דוב ווידער מנירעדהאז, עס איז משמע אז רבי שלמה דוב האט נאך משמש געווען ברבנות על מקום אביו אין נירעדהאז (ווען איז רבי שלום אוועק?) און נאך די קריג איז ער געווען פון די רבנים אין די די. פי. לאגערן זייענדיג משמש ברבנות אינעם ווינדסהיים לאגער, פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאנטריאל.
האט זיך רבי שלמה דוב ווידער שפעטער באזעצט אין ניו יארק אדער ער איז געבליבן אין מאנטריאל?
אויך די וואלטער משפחה זענען אייניקלעך פון רבי שלום ווידער, קיין איינער אויסרעכענען די קינדער און איידימער וכו'?
די בריוו פון רבי שלמה דוב ווידער געשריבן תשי"א אין מאנטריאל, די בריוו איז אדרעסירט צום זשאונט בעטנדיג א סעט ש"ס נאכדעם וואס ער האט געהערט אז זיי פארטיילן שס'ן פאר רבנים:
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _01057.pdf
די בריוו אויף ענגליש:
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _01172.pdf
מיט ווייטאג זאגט די זשאונט אפ פון צו שענקען א ש"ס, זאגנדיג אז די שס'ן זענען נאר פארטיילט געווארן פאר ישיבות און אינסטיטוציעס נישט פאר קיין יחידים:
http://search.archives.jdc.org/multimed ... _01122.pdf