פון אלץ און אלעמען

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חוץ פון דעם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 28, 2017 10:23 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוץ פון דעם »

איך פארשטיי נישט די גאנצע מעשה!
מען קען נישט מאכ'ן א נארמאלע גרעניץ געיט?
איז דאס די איינציגסטע פלאץ וואס איז אויפען צוווישן דרום אין צפון?
וואס איז די הלכה אויב איינער האט א פוס דא אין א פוס דארט?
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

פון די בעסטע אשכולות אויפן וועלטל, wow!!!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

אמביציע האט געשריבן:
jsaoverview.jpg
די גרעניץ, מערקט די אויסגערעכענטע געביידע'ס וואו די צוויי זייטן פארהאנדלן,
צווישן די געביידע'ס איז פארהאט א קליין שטיק צעמענט וואס דאס איז וואס טיילט אפ צווישן צפון און דרום
jsaoverview.jpg (276.04 KiB) געזעהן 510 מאל

די בילד שטומט נישט מען זעהט נישט קיין זעלנער
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער

בקיצור א באזיך ביים גרעניץ איז זייער אינטערעסאנט און דערמאטיש, אימהיימליך און שרעקעדיגע, מ'ווייסט אז מ'קען דא פארכאפט ווערן און די ערגסטע שלאכטן און היסטאריע.

לאמיר גיין ווייטער און שרייבן אביסל פון דעם פרעדיגער פירער ''קים יונג איל''

אנציגרייטן דעם קומענדיגע פירער האט זיין פאטער קים איל סאנג געלאזט אויפבאקן א פראפעגאנדע וואו כאילו זיין זין איז עפעס אן איבערמענטשליכער פערזאן, פארוואס ער האט דאס געדארפט טאן איז זייער פשוט, ווייל זיין זין קים יונג איל איז געווען א נער פונעם ערשטן קלאס, ער האט נישט געהאט קיין ברעקל כאריזמע, אנגעצויגן איז ער געווען אייביג, נישט געהאט קיין שום אייגנשאפטן וואס זאל צוען צו עם עפעס נאכפאלגער. אויב איז דער טאטע געווען א כריזמאטישער איז דער זין געווען אן אנגעגעסענער, אויב איז דער טאטע געווען א העלד צוליב דעם וואס ער האט געפייט א גורילע קריג מיט יאפאן איז דער זין געווען א גארנישט מיט גארנישט, נישט געווען קיין העלד נישט זיך געשלאגן פארן לאנד נישט געגרינדעט דאס לאנד. און טאקע צוליב דעם האט קים איל סאנג געוויסט אז ער מיז דעם עולם דא אריין באקן עפעס פארוואס צו זיין געטריי דעם קומענדיגע פירער

קים איל סאנג איז יא געווען א קליגער כיטערער פירער (אבער אכזר איז ער געווען א שרעקליכער)און ער האט געזען וואס קען דא פאסירן האט ער צום אלעם ערשט באפוילן די פראפעגאנדע מיניסטארן צו פאברעצירן א ליגענט וואס זאל דעם קים יונג איל ארויף ברענגען אויף אן איבערנאטירליכער פלאטפארמע ביים פאלק,

דעי חברה האבן נישט צו שווער געדארפט ארבעטן צו טרעפן עפעס ווייל ס'האט זיך נאר געוואנדן און זיי און קיינער קען דאס נישט אפפרעגן און קיינער האט נישט קיין אנדערע מיינונג וואו דאס וואס מ'זאגט זיי, זיי זענען דאך פארשלאסן פון די איבריגע וועלט,
זיי זענען אויפגעקומען מיט אזא געדאנק, צום אלעם ערשט דארף מען פארן פאלק אריינפרעדיגן דעם מורעדיגער פאסירונגען וואס זענען פארגעקומען ווען קים יאנג איל איז געבוירן געווארן , געווען איז דאס און יאר 1942 ווען אויף די בארג ''בעקדו'' האט זיך באוויזן א דאפעלטע רעגן בויגן און א שטארקע שטערן האט זיך גענימען צו שיינען פון הימל, און דאס אלעס איז געשען צוליב דעם וואס דאן איז אויף דעם בארג געבוירן געווארן דעם פירער'ס זין קין יונג איל, אונעם גאנצן לאנד האבן מענטשן גענאסן פון א פרילינג וועטער כאטש ס'איז דאן געווען אינמיטן ווינטער, און גלייך ווען קים יונג איל איז געבוירן געווארן האט זיך אראפ געלאזט א פיינער וועטער און אלע ביימער האבן זיך גענימען צו שפראצן, קיינער האט נישט געוויסט וואס ס'גייט פאר, אבער נאך עטליכע טעג ווען ס'האט זיך פארשפרייט די מורעדיגע נייעס אז קים איל סאנג האט געבוירן א קינד האבן שוין אלע פארשטאנען וואס דא איז געשען'' דאס איז וויאזוי דעי ליגענט גייט

יעצט לאמיר זען ווי איז ער טאקע געבוירן געווארן? קים יונג איל איז געבוירן געווארן אין רוסלאנד און א קאריע רעפיוזשי קעמפ, וואו קים איל סאנג האט זיך דאן אויפגעהאלטן און איז געווען אינטער די זיכערהייט פון די סעוויעטישער פארבאנד, און ער איז אויך נישט געבוירן געווארן און יאר 1942 נאר מיט א יאר פריער,

וואס מאכט די זאך נאך מער אינטרעסאנט איז אז קים יונג איל וואס האט פיין געוויסט אז די גאנצע געשיכטע איז אויסגעזויגן פון פינגער ארויס האט מיטגעשפילט דעם שפיל, די רייז וואס ער האט געגעסן האט מען געדארפט פלאנצן דארט אויף יענעם בארג וואו ער איז אנגעבליך געבורן געווארן און וואו אויך פלעגט ער פיל מאל אהין פארן זיך באקענען מיט זיין נישט געשטויגענע געבורט ארט

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

יא איך האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
jsaoverview.jpg
די גרעניץ, מערקט די אויסגערעכענטע געביידע'ס וואו די צוויי זייטן פארהאנדלן,
צווישן די געביידע'ס איז פארהאט א קליין שטיק צעמענט וואס דאס איז וואס טיילט אפ צווישן צפון און דרום
jsaoverview.jpg (276.04 KiB) געזעהן 510 מאל

די בילד שטומט נישט מען זעהט נישט קיין זעלנער

קוק ווייטער ארויף אויף די בילד וועסטו זען וואו ס'שפאנען עטליכע צפון זעלנער מיט פעסטע טריט...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

קים יונג איל ביי א באזיך אויף די בארג וואו ער איז נישט געבוירן געווארן

דער איז דאך געווען אזא פאני פערזאן אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן...
קים יונג איל ביי א באזיך אויף די בארג וואו ער איז נישט געבוירן געווארן

דער איז דאך געווען אזא פאני פערזאן אז ס'לאזט זיך נישט גלייבן...
Kim_51341669.jpg (702.34 KiB) געזען 2603 מאל
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אזאנע פראפעגאנדע בילדער הענגן איבער גאנץ צפון קאריע

א געמאלן פראפעגאנדע בילד ווי קים יונג איל שטייט מיט זיין פאטער קים איל סאנג אויפן בארג וואו ער איז נישט געבוירן געווארן

מערקט וואו קים איל סאנג ווייזט פאר זיין זין וואו ער איז באמת געבוירן געווארן...

mou_2092081b.jpg (26.96 KiB) געזען 2596 מאל

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

נאך א פראפעגאנדע בילד פון דעם ליגענט
א געמאלן בילד פון דעם בארג וואו שיין ס'זעט אויס ווען אויף דעם איז ארויף געלייגט א בילד פון דעם בעל המעשה אליין...
נאך א פראפעגאנדע בילד פון דעם ליגענט
א געמאלן בילד פון דעם בארג וואו שיין ס'זעט אויס ווען אויף דעם איז ארויף געלייגט א בילד פון דעם בעל המעשה אליין...
kim-jong-il.jpg (25.42 KiB) געזען 2592 מאל
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע:אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

א באזונדערע ייש"כ פאר יעדן תגובה! ווי זאגט דא יאסעלע, פון די בעסטע אשכולות אויפן וועלטל!
דער קים פינק פאנג איל דער פאטער פונעם היינטיגן קים האט געהאט די משוגענע תאוות הרציחה פונעם זון? שיסן א מענטש מיט אנטי עירקרעפט מיסילס? אדער געהאט מער די תאוות השררה און פשוט אפגערוימט קעגנער?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

משה כספי האט געשריבן: א באזונדערע ייש"כ פאר יעדן תגובה! ווי זאגט דא יאסעלע, פון די בעסטע אשכולות אויפן וועלטל!
דער קים פינק פאנג איל דער פאטער פונעם היינטיגן קים האט געהאט די משוגענע תאוות הרציחה פונעם זון? שיסן א מענטש מיט אנטי עירקרעפט מיסילס? אדער געהאט מער די תאוות השררה און פשוט אפגערוימט קעגנער?

קים יונג איל איז געווען ממש די זעלבע וואו דעם היינטיגער, א שלעכטער מענטש מיט אלע שמאלץ, דער זיידע קים איל סאנג איז געווען מער איינער מיט תאוות השררה אבער אויך געניג אכזר
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10864
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הרב אמביציע קודם באמת א דאנק א גאר רייכע און שיינע אשכול הגם נישט פון אזא שיינע נושא (א גאר אנגעווייטיגטע).
אבער אפשר בוסטו מסביר וואס איז דאס גאנצע פשט פון די גרעניץ דארט פארוואס בויען זיי נישט קיין געהעריגע וואנט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.

לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

eller האט געשריבן: הרב אמביציע קודם באמת א דאנק א גאר רייכע און שיינע אשכול הגם נישט פון אזא שיינע נושא (א גאר אנגעווייטיגטע).
אבער אפשר בוסטו מסביר וואס איז דאס גאנצע פשט פון די גרעניץ דארט פארוואס בויען זיי נישט קיין געהעריגע וואנט ?

איבער די גאנצע גרעניץ איז יא דא א וואנט, נאר דא איז נישט דא. פארוואס ווייס איך נישט, איך מיין אז דאס האט עפעס מיט דעם אז דא פארהאנדעלט מען אויב די ביידע זייטן ווילן רעדן אדער די un וויל עפעס רעדן מיט צפון, בקיצור איך ווייס נישט פינקטלעך
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10864
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע:דאנקט השי"ת

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

אמביציע האט געשריבן:
eller האט געשריבן: הרב אמביציע קודם באמת א דאנק א גאר רייכע און שיינע אשכול הגם נישט פון אזא שיינע נושא (א גאר אנגעווייטיגטע).
אבער אפשר בוסטו מסביר וואס איז דאס גאנצע פשט פון די גרעניץ דארט פארוואס בויען זיי נישט קיין געהעריגע וואנט ?

איבער די גאנצע גרעניץ איז יא דא א וואנט, נאר דא איז נישט דא. פארוואס ווייס איך נישט, איך מיין אז דאס האט עפעס מיט דעם אז דא פארהאנדעלט מען אויב די ביידע זייטן ווילן רעדן אדער די un וויל עפעס רעדן מיט צפון, בקיצור איך ווייס נישט פינקטלעך

פארשטייט זיך איך פרעג פון דעם אזא מאדנע זאך דאס.
פון די צפון חברה פארשטיי איך נאך אפשר אבער די דרום זענען דאך יא נערמאל וואס איז פשט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.

לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

eller האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
eller האט געשריבן: הרב אמביציע קודם באמת א דאנק א גאר רייכע און שיינע אשכול הגם נישט פון אזא שיינע נושא (א גאר אנגעווייטיגטע).
אבער אפשר בוסטו מסביר וואס איז דאס גאנצע פשט פון די גרעניץ דארט פארוואס בויען זיי נישט קיין געהעריגע וואנט ?

איבער די גאנצע גרעניץ איז יא דא א וואנט, נאר דא איז נישט דא. פארוואס ווייס איך נישט, איך מיין אז דאס האט עפעס מיט דעם אז דא פארהאנדעלט מען אויב די ביידע זייטן ווילן רעדן אדער די un וויל עפעס רעדן מיט צפון, בקיצור איך ווייס נישט פינקטלעך

פארשטייט זיך איך פרעג פון דעם אזא מאדנע זאך דאס.
פון די צפון חברה פארשטיי איך נאך אפשר אבער די דרום זענען דאך יא נערמאל וואס איז פשט ?

ווייס איך נישט
אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע:אינעם קרעטשמע

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעזעלע »

אפשר נערישע קשיא, אבער פאר א נערישע לאנד ווי נ"ק איז עס גוט, פארוואס מאכט נישט דרום, ריזיגע סקריןס וואס זאל ווייזען פאר די צופנער פאלק, עכ"פ פאר די סאלדאטן ווי פריי די וועלט איז ?
צפון האט דאך אויך, הויך הילכערס, וואס דארפן צו אריין שרייען אין דרום.
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

גלעזעלע האט געשריבן: אפשר נערישע קשיא, אבער פאר א נערישע לאנד ווי נ"ק איז עס גוט, פארוואס מאכט נישט דרום, ריזיגע סקריןס וואס זאל ווייזען פאר די צופנער פאלק, עכ"פ פאר די סאלדאטן ווי פריי די וועלט איז ?
צפון האט דאך אויך, הויך הילכערס, וואס דארפן צו אריין שרייען אין דרום.

זיי האבן גרויסע ספיקער'ס ביים גרעניץ און זיי האבן דאס אנגעצינדן מיט עטליכע יאר צוריק ווען צפון האט געזאגט אז זיי האבן אנטוויקלט עפעס א געוויסע מיסל, דאן איז די מצב געווארן גאר אנגעצויגן און צפון האט געסטראשעט מיטן ערגסטן
אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע:אינעם קרעטשמע

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעזעלע »

אז סארבעט יא אזוי גוט, זאל מען אים געבען אביסל. איך גלייב נישט אז ער גייט מאכן א מלחמה וועגען דעם!
סאנקציעס ארבעט נישט מיט אים.
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות
אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע:אינעם קרעטשמע

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלעזעלע »

נאך יעדע מיסל טעסט, איסביסלע פרייע TV
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע:צווישן רעכטס און לינקס

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

ביי די גרעניץ מיט כינע איז יא אפן, אסאך שווערצן זיך אריבער די בערג קיין כינע, אבער, אויב די פאליציי אין כינע כאפט עמיצן פון נ״ק דאן שיקן זיי יענעם צוריק, רשעים. אנדערש וואו אין רוב לענדער פון די וועלט וואס א נ״ק בירגער בייקומט גלייך שוץ פון ווערן דעפאטירט אהיים.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

פרא-חסיד האט געשריבן: ביי די גרעניץ מיט כינע איז יא אפן, אסאך שווערצן זיך אריבער די בערג קיין כינע, אבער, אויב די פאליציי אין כינע כאפט עמיצן פון נ״ק דאן שיקן זיי יענעם צוריק, רשעים. אנדערש וואו אין רוב לענדער פון די וועלט וואס א נ״ק בירגער בייקומט גלייך שוץ פון ווערן דעפאטירט אהיים.

ס'איז נישט אפן, ס'איז דא א טייך און ס'שטייען איבעראל צפון זעלנער און יעדער ווערט געשאסן וועם זיי זען וויל אריבער גיין, צוליב דעם קען מען זען פילע קערפער'ס ליגן פארפרוירן אין דעם טייך אדער ארום צוליב דעם וואס זיי זענען געשאסן געווארן פון די צפון זעלנער
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער

דער קליינער קים יונג איל איז אנגעקומען קיין צפון קאריע ביי די דריי יאר אלט ווען זיין פאטער איז צוריק געקומען קיין קאריע נאכן זיין אין גלות און רוסלאנד
געווען איז דאס ווען קים יונג איל איז געווען א קליין קינד האט ער זיך געשפילט מיט זיין אינגערער ברידער, ביידע האבן ארום געפלאטשקעט אין א שווים באסיין ווען מיטאמאל האט דער קליינער איל אריין געשטעקט די קאפ פון זיין ברידער אריין אונעם וואסער און עס אנגעהאלטן ביז יענער האט אויסגעבאבעלט צום טויט, דאס איז געווען די ערשטע דאקעמענטירטע מארד פון דעם אכזר עצום, שוין אלץ פיצי טייני שנוק האט ער שוין געוויסט וואס מיינט הארגענען און ליידער איז ער נישט געשטארבן בעפאר ער האט אימגעברענגט נאך טויזינטער מענטשן, זיינע אייגענע לאנדסלייד, פון דא זעט מען אז ער איז געווען א פלענער אכזר און האט ליב געהאט צו זען וואו יענער דערטרענקט זיך אין זיין אייגענע בליט און וואו יענער ווארפט זיך פאר ווייטאגן

ווען דער קליינער איז אלט געווען אכט יאר אלט איז זיין מיטער געשטארבן און קיינער האט זיך נישט עכט אפגעגעבן מיט עם, זיין טאטע איז געווען פארנימען מיט אויפבויען זיין מאכט און האט דעם קליינעם קים געספויעלט וואו א קים, ער האט עם נישט געזאגט וואס איז רעכט און וואס איז אימרעכט (נישט אז דאס האט אויסגעפארעמט דעם קים, ער איז בטבע געווען אן אכזר) דער קליינער איל איז ארום געלאפן און געהאצקעט אן קיין באגרעניצונגען

שפעטער ווען איל איז געקומען אין די יארן וואס מ'גייט שטאדירן האט עם זיין טאטע אריין געשטעלט אין די ''קים איל סאנג'' יונעווערסעטי וואו דער קליינער האט באקומען אלע מאדאלן וואס שייך, יעדע זאך וואס ער האט נאר געוואלט האט ער באקומען א הינדרעט פארצענט, נישט אז ער האט עפעס געקענט נאר צוליב דעם וואס קיינער פון די לערער האט נישט דערוואגט צו זאגן פארן פירער אז זיין זין טויג אויף גארנישט נישט, נאר אנשטאט האבן זיי עם געפיעטשקעט און געטשאטשקעט וואו א קליין הינטל, זיי האבן עם געגעבן איין אויסצייכענונג נאכן אנדערע, ער האט אזוי צו זאגן געקענט כעמישע בייעלאגישע מאטעמאטיק'ס, און וואס נישט אלעס האט ער געקענט, אן אינדזשעניר איז ער אויך געווען, א בילדער דעגרי האט ער אויך באקומען, ער איז געווען אן אויסגעצייכענטע פערזאן (בלשון סגי נהור...)
ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

קים יונג איל אלץ קליינער בחור,

גאנץ א רינדעכיגער...
קים יונג איל אלץ קליינער בחור,

גאנץ א רינדעכיגער...
1985-kim-jong-il_2088719i.jpg (26.58 KiB) געזען 2418 מאל
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

קים יונג איל שטאדירט (נישט) אין קאלידזש אלץ קליינער טוטער
קים יונג איל שטאדירט (נישט) אין קאלידזש אלץ קליינער טוטער
ss-111219-kim-jong-il-07.nbcnews-ux-1024-900.jpg (97.78 KiB) געזען 2416 מאל
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

די גאנצע מידיע האט געראשט מיט דעם קליינעם אינדזשעניר, די מידיע אין לאנד האט געמאכט א בראטיל פון יעדער נאציאנאלער מאנימענט וואס איז געבויט געווארן כאילו ער האט דאס אויסגעטראפן און אנידזשענירט

א בילד וואו קים שטעלט כאילו פאר דעם באקאנטן פאקל וואס שטייט אין צענטער פון פיאנגיענג,
קים איז דא א קליינער בחור און ער ווייזט שוין מיט די פינגער אזוי וואו אלע בילדער פון די צפון פירער, אלץ זעט מען זיי מיט די הענט אין דער הייך כאילו זיי טוען אדורך גאר טיפע זאכן...

U47P5029T2D424255F32DT20111219134004.jpg (37.6 KiB) געזען 2457 מאל
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דער גרויסער פאקל וואס שטייט אין סענטער פון פיאנגיענג, קים יאנג איל האט דאס דיזיינט לויט די פראפעגאנדע מאשין פון צפון
דער גרויסער פאקל וואס שטייט אין סענטער פון פיאנגיענג, קים יאנג איל האט דאס דיזיינט לויט די פראפעגאנדע מאשין פון צפון
Juche-Tower.png (195.18 KiB) געזען 2457 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”