פון אלץ און אלעמען

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

אמביציע פארוואס שלאפסטו

ס'פארט ארום שמועות, אז מ'האט געטראפן דעם האלבן בורדער פונעם פרעזידענט, נישט ביים לעבן

קום אריין פארציילן די נייעס

ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

צפון קארעא'ס פירער'ס האלבע ברודער אומגעברענגט אין מאלאזיע
קים דזשאנג נאם, א האלבע ברודער פאר צפון קארעא'ס פירער קים דזשאנג אן איז באפאלן און אומגעברענגט געווארן דורך צוויי פרויען אין די מאלאזיע לופט פעלד, די צוויי זענען אנגעבליך אנטלאפן מיט א ווארטענדע טעקסי און זענען נאכנישט געכאפט געווארן.

די צפון קארעאנער פאלק האט באטראכט קים דזשאנג נאם אלץ זייער קומענדיגע פירער אבער האבן פארלוירן אינטערעסע אין איהם נאכדעם וואס ער האט פרובירט זיך אריינצוכאפן קיין יאפאן מיט א פאלטשע דאמיניקען רעפאבליק פאספארט צו קענען באזוכן טאקיא'ס דיזני-לאנד.

א גאווארמענט אפישיעל אינערהאלב די דרום קארעאנער רעגירונג זאגט אז ער גלויבט אז די פרויען זענען געווען צפון קארעא אגענטן.

ק"פ פיינע נייעס
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מוז נישט זיין עס איז געווען פרויען, דאס איז גאר א אלטע טאקטיק אין שפינאדזש.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

איך וויל זיך אנטישילדיגען פארן עולם פאר דעם וואס איך גיי נישט ווייטער מיט די פריעדיגע טאפיק פון דידאטורישע לענדער, מיר וועלן נאך צו דעם צוריק קומען, אבער יעצט וועל איך גיין צו אן אנדערע טאפיק.

די שעדליכע גרעניץ צווישן אינדיע און פאקעסטאן
אינדיע און פאקעסטאן האסן זיך איינער דעם צווייטן בערך אזוי וואו איך האס טראמפ... (נאר א ווערטל, דא שרייבט מען נישט קיין פאליטישע מיינונגען) די צעטיילונג גייט צוריק שוין מיט א גיטער זעכציג יאר צוריק ווען דער איינגעווייקטער אינטערנאציאנאלער העלד ''גאנדי'', דער גאנדי איז געווען אן העלדישער פירער וואס האט זיך נישט געפאולט און האט געקוויטשעט אין די גאסן פאר אינדעפענדענטס פון ענגלאנד,

ענגלאנד האט דאן געהערשט איבער אינדיע און האט פארשקלאפט די בירגער דארט מיט זייער בארבארישע ארבעט און שמיציגע באנעמונגען, דער ''גאנדי'' (מיר האפן טיפער אריין און די ארטיקל צו געבן א שטיקל באיעגראפישער בליק אויף דעם אינדישער העלד ''גאנדי'') האט צוזאמגענימען טויזינטער מענער און האט געמאכט א לאנגער שפאציר איבער טויזינטער מאלן, און האט געזאגט אז אלע זאלן אויפהערן צו פראדעצירן די פרעדוקטן וואס די ענגלענדער האבן פארלאנג וואס דאס האט זיי געהאלטן ביי די מאכט אין אינדיע,

די סוף איז געווען אז גאנדי איז אראפ געריפן געווארן קיין בירטאניע וואו ער האט פייערדיגע פארלאנגט אז בריטן זאל זיך ארויס פיצן פון אינדיע און לאזן פאר זיי צו פירן זייער לאנד, די ענגלענדער האבן זיך געבראכן (וואס דאס איז אויך א לאנגער געשפרעך פאר זיך) און אין יאר 1947 האט אינדיע באקומען פאלשטענדיגער אייגענשאפט ארויס שטיפענדיג די בריטישער אימפעריע פון איינער פון אירע רייכסטע רייאנען אין וואס זיי האבן געוועלטיגט,

ווייטער מארגן א''ה

וואו אויך וויל איך זאגן אז פון היינט אן זאל מען יא שרייבן די הערות און דעם אשכול. שכח, מיר האפן דאס צו אפדעטן ווען מיין גוסטע וועט זיין און די מאד, האפענטליך יעדן טאג אדער אפילו אפאר מאל א טאג, ווענד זיך אין די מאד...
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

די אינדישער העלד ''גאנדי''.
איך ווייס נישט וואס, אבער ער זעט אויס געפערליך... זעט זיין קאפ נישט אויס וואו א בעסקיט באל?...

גאנדי פארוויקעלט אין א באגרעבעניש קליידער...
איך האב באמת נישט קיין השגה וואס ס'האט עם געטריבן אנציטאן דעי מאדנע שמאטע, פעלט דען העמדער און הויזענע'ס אין אינדיע?...
גאנדי פארוויקעלט אין א באגרעבעניש קליידער...
איך האב באמת נישט קיין השגה וואס ס'האט עם געטריבן אנציטאן דעי מאדנע שמאטע, פעלט דען העמדער און הויזענע'ס אין אינדיע?...
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

פין אלע אייוועלט (י"א אידישע וועלט)מיטגעלידער זענען מיר דיר מוחל פארן נישט שרייבען ווייטער פונעם פריעדיגע טאפיק בתנאי אז די וועסט שרייבען מער כאטשיג איינמאל א וואך
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע:אין שטאל

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

וואו! ביציע איז בעק!!

שכח
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28699
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך ליין מיט אן ערנסטקייט, ביז איך פלאץ פאר געלעכטער פון דיינע קאמענטארן אויף די בילדער...
אוועטאר
נגיד
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 04, 2015 10:39 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נגיד »

פיין! ש'כח.

כ'ווינטש דיר אז דיין גוסטע זאל זיין אין די מאד... (וואע"מ)
I reserve the right to disagree
12:56
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער

די אינדיע רייאן איז פון די געדעכסטע אויפן פלאנעט, דארט אונעם ווייטן אזיע און די לענדער וואו אינדיע כינע בענגלאדעש וויעטנאם און נאך, דארט איז אזא מין צעשטיפעניש אז אינז קען מיר זיך נישט פארשטעלן וואו שרעקליך די לעבן איז דארט פאר פילע.

און יענעם רייאן געפינען זיך די גרעסטע סלאמס, אפילו אין צענטער פון מומביי די אזוי געריפענער פינאנציעלער הויפט שטאט פון אינדיע געפינט זיך די גרעסטע סלאם פון איבער די גאנצע וועלט, די אראניע איז אזוי אז די רייכסטע מאן פון אינדיע וואוינט אין א ריזן געביידע פון זעכציג שטאק און פון זיינע הערליכע באלקאנען און פענסטער'ס קען ער זען וואו מיליאנען מענטשן גייען אויס פאר הינגער און לעבן אין מיסט הייזער.

דארט אין יענעם רייאן איז פלאצירט דעם שלאכיגע שטאט ''דאקא'' די הויפט שטאט פון בענגלאדעש, און זי ווערט היינט פארעכענט צו זיין די געדעכסטע שטאט אין דער וועלט, דארט אין יענעם רייאן זענען פארגעקומען די גרעסטע פייערן, דארט איז פארגעקומען די גרעסטע נאטורלעכער קאטעסטראפע'ס אין די וועלטס היסטאריע, דארט אין יענעם ווייטן מזרח האט גענעסטעט איינער פון די גרעסטע מערדער'ס פון אלע צייטן, איינער פון די קעניגרייכן פון כינע, וואס האט געמארדעט מיליאנען מענטשן בלויז פאר שוואויל טאג, וואו אויך איז דארט פארגעקומען די גרעסטע מיסטריעזע געשענישן, פון גייסטישע זעענישן ביז מאדנע מעדעצינען וואס די עולם דארט רעד זיך איין אז ס'העלפט,

דארט אין יענעם רייאן איז פארגעקומען די גרעסטע וואלקענאו וואס מ'האט נאר אמאל רעקארדירט, (אין פאקט איז די זין פארשטעלט געווארן פאר עטליכע חדשים, און אין די גאנצע וועלט האט זיך אנגעזען א רויטער זין פאר באלד א יאר, דאס איז שוין חוץ פון דעם וואס אויף דעם אינזל אליין וואו ס'איז פארגעקומען - אינדענעזיע - איז געווען שטאק פינסטער פאר חדשים לאנג.

דארט אין יענעם בליטיגער געגענט איז געווען די היים פאר מאסן מערדער'ס וואס האבן אויסגעשאכטן ריזיגע פארצענטן פון זייערע פאפאלאציע'ס פאר זייער אייגענע שוואויל טאג, איין אזא לאנד חוץ פון כינע איז קאמבודיע וואס לויט די פארצענטישער נומערן איז דער פירער פון לאנד געווען די צווייט גרעסטער מערדער אין די מאדערענער געשיכטע. פול פאט, האט אויסגעשאכטן זיינע בירגער אין די מאסן, ס'ווערט געשאצט אז ער האט אימגעברענגט אין זיינע פיר יאר אין אמט אן ערך פון מער וואו א דריטל פון די גאנצער קאמבודיער פאפאלאציע.
אין די ערשטע טאג פון זיין פירערשאפט האט ער אויסגעליידיגט די הויפט שטאט ''פנאם פען'' פון אלע בירגער און זיי אריינגעטריבן אין וואלד אריין וואו ער האט זיי געצווינגען זיך אויפציבויען ביידלעך און פלאנצן גרינצייג, ער האט אינגאנצן געוואלט פטור ווערן פון גרויסע שטעט, זיין אינטערעסן איז געווען אז אלע זאלן וואוינען אין דערפער און דארט ארבעטן פאר די גאנצער פאלק.

וואו אויך איז דארט אין יענעם מזרח רייאן פארהאן די מערסטע אפגעזינדערטע שטעט און דערפער, אזאנע וואס די איינוואוינער דארט ווייסן נישט אז ס'איז דא א ריזן וועלט חוץ פון זייער קליינער דארף, דארט אין יענער געגענט איז פארהאן די מערסטע קנעכט און דינסטן נאך היינט אין די מאדערנער צייטן, און ווער ווייסט וואס נאך, מארדן גייען דארט פארביי וואו א טרינק וואסער אין די מערב וועלט, אין אלע פארשטיפטע געגענטער דארט זענען מערדערייען אן ערשיינונג וואס גייט פאר קיינעם נישט אן און קיינער קוקט זיך נישט אים וואס דארט גייט פאר.

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

די גרעסטע סלאם אין דער וועלט שטייט אין צענטער פון מומביי, דארט וואוינען איבער א מיליאן מענטשן אין בערך א סקווער מייל.

יענץ געלעכטער, די עלום דארט דארף זיין אינגאצן צעפארן וואוינענדיג אין אזא פאלץ.
אנבעליוועבל אז היינטיגער צייטן זאלן מענטשן נאך וואוינען אזוי

מ'לאזט זיך ארויס אויף א באקוועמער רייזע...
א באן אין דאקא בענגלאדעש, וויאזוי ס'זעט אויס אין א פארנימענער טאג.
קיין גרינעם השגה וואס דעי חברה אויפן דאך טראכטן... זיצן דארט אזוי ריאיג און באקוועם כאילו מ'זיצט דארט אין א ברייטע באקוועמע קעדילעק...
און דעי וואס וואקן דארט ארום אויף די טרעק'ס איז אויך גאנץ שווער צו כאפן זייער טיפער חשבון פון ארום שפאצירן אויף שינעס.

ענדליך האלט מען שוין אויפן וועג, מערקט די דריי פארשוינען וואס הענגען ארום דארט אויפן פאדלאגע פונעם באן...און זיי לאכן נאך...

א בליק אויף די שטאט דאקא, די הויפט שטאט פון בענגלאדעש, זי איז די געדעכסטע צעשטיפסטע שטאט אין דער וועלט

די שמיציגע וואסערל וואס לויפט דורך דעם סלאם אין מומביי.

דארט וואשן די סלאמיסטן זייער קליידער אין פון דעם וואסער וואשן זיי זיך ארום.
איין זאך איז קלאר, אז קיין ריינע קליידער גייען זיי נישט, פון דעם וואסער קען גארנישט געקליעט ווערן...
מערקט די שרעקליך ארימע ביידלעך
די שמיציגע וואסערל וואס לויפט דורך דעם סלאם אין מומביי.

דארט וואשן די סלאמיסטן זייער קליידער אין פון דעם וואסער וואשן זיי זיך ארום.
איין זאך איז קלאר, אז קיין ריינע קליידער גייען זיי נישט, פון דעם וואסער קען גארנישט געקליעט ווערן...
מערקט די שרעקליך ארימע ביידלעך
אוועטאר
שמו
שר חמשת אלפים
תגובות: 5011
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ייש"כ אמביציע, מיר ליינען מיט שפאנונג

גיי אן ווייטער, בכל מאודך (מיט דיין גאנצע מאו"ד).
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 11, 2016 5:15 am

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פטיש »

wow אמביציע
שייער זיין!
אוועטאר
עולם ומלואו
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם ומלואו »

א ריזן דאנק אמביציע!!
האלט אן!!
בארבער
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 23, 2013 10:00 am

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בארבער »

געליינט אין איין אטעם איינגעשריבען צו באקומען א אפדעיט ווען סדא פרישע סחורה.

קיפ אן די גוד ווארק
אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 450
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע:בין תנור לכיריים

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאכט סענס? »

וואף! אמביציע איז צוריק אין די כלים!
ישר כח.
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

ווייטער פון פריער

וואו מיר ווייסן זענען פילע לעבענס פארגאסן געווארן נאר צוליב קאנפליקטן אמבאלאנג טערעטאריע. פירער'ס פון לענדער האבן געהיטן אויף זייער שטיק לאנד נאך מער וואו אויף די אייגענע קינדער, אויב האט זיך איינער דערוואגט צו אנרירן אן אנדערע'ס טערעטאריע האט אויסגעבראכן מלחמה און האט געקאסט דאס לעבן פון מיליאנען אימשילדיגע מענטשן.

ווען מיר קוקן צוריק אין היסטאריע זען מיר אז רוב גרויסע מלחמות זענען פארגעקומען צוליב טערעטאריע, ווען איין לאנד און איין דיקטאטור אדער קייסער האט געוואלט זיך פארברייטערן זיינע באדן און האט זיך געלאזט צו די דערנעבענדיגע לאנד און איר אינוואדירט, וואו פארשטענדליך איז די אינוואדירטער נישט שטיל געבליבן נאר ס'האט זיך אנגעהויבן א ביטערער קאמף וואו ס'האבן זיך אויסגעשלאגן די ארמייען פון ביידע לענדער און וועלכער ארמיי ס'איז געווען שטערקער האט איינגענימען דאס לאנד און דער קייסער האט זיך ארויף געצווינגען אויף יענע בירגער, צו מ'וויל יא צו נישט.

און ס'האט זיך נישט דא אפגעשטעלט, איינמאל מ'האט געכאפט איין לאנד איז מען געגאנגען צו די נעקסטע און אזוי ווייטער. פילע מאל האט אויך א לאנד געקענט גיין ווייטע שטרעקע'ס צו פארכאפן א רייאן וואס איז סטראטעגיש וויכטיג און קען אריינגיסן געלט אין די קעשענע פון די קייסער אדער קעניג, כאפט נאר א בליק וואס איז פארגעקומען נישט אין די ווייטער פארגאנגענהייט ווען דער ''צעווילדעוועטער הינט'' - וואו דער הייליגער בעלזער רב זי''ע האט עם געריפן - האט זיך א לאז געטאן אויף פוילן און דערנאך איבער פראנקרייך און אזוי ווייטער ביז ער האט אריין געשלעפט רוב וועלט אין א מלחמה וואס האט אויסגעמישט הימל מיט ערד און געמאכט א גל של עצמות אויף פילע טיילן פון דער ערד. און אז מ'רעד פון די מלחמה איז דאך באוויסט אז דער רשע'ס ערשטער ציל איז געווען צו פטור ווערן פון דעם אידישער פאלק ח''ו און דערנאך איז געקומען טערעטאריע, אבער ווען זאל ער נישט מצליח זיין צו איינעמען שטיקער לאנד וואלט ער נישט געהאט די האנט איבער די אידן און וואלט זיי גארנישט געקענט טאן, אבער פון אויבן האט מען אנדערש געוואלט און ער האט פארשפרייט זיינע גרויליגע לאפעס איבער רוב אייראפע און ווייטער אזיע. יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.

בקיצור, די אבסעסיע פון האבן וואו מער טערעטאריע האט איינגעמאנט מיליאנען אויב נישט ביליאנען מענטשליכע לעבן'ס. יעצט קום מיר צו צו דעם קאנפליקט וואס קומט פאר דארט אין דעם שוין אזוי אויך כאאטישער רייאן.

קאשמיר איז די ווארט וואס האט פון זיך ארויס געשפיגן ''נוקליארע שפיצן גרייט ארויס צו פליען יעדע רגע'' קאשמיר האט פון זיך ארויס געשיילט פאטשיילעטע געזיכטער איבערגעדעקט מיט לאנגע בערד, קאשמיר האט פאברעצירט ווייטע ווייטע קלאנגען וואס האבן דערגרייכט ביז צו די הויט פון איינוואוינער'ס פון ארץ ישראל אמעריקע און גאר דא אין די היימישער געגענט.

ווייטער וועט נאכפאלגן א''ה
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

דער קאשמירער געגענט ווערט געהאלטן אינטער מיליטערישער וואכזאמקייט צוליב דעם וואס די פולווער דארט איז גאר הייס און קען אויפרייסן יעדער מינוט.

א גאס אין קאשמיר

ממש א שאד. די נאטור איז דאך אזוי שיין דארט, דער גרויסער בורא האט אויסגעשטעלט יענער געגענט מיט אזאנע הערליכער פאנעראמע'ס און הערליכער בערג, אבער די חברה דארט ווייסן נאר פון איין זאך, טויט און פארטיכטונג, קיינער לייגט דארט נישט צו קיין קאפ צו די הערליכער נאטור וואס איז דארט נאר זענען ענדערש פארנימען אונטן אין פארשטויבטע קעלערן וואו זיי שארפן מעסער'ס און פארנייען נעגל וועסטלעך...

א הערליך בילד, א געגענט אין קאשמיר

16833851683_974497bfa8_m.jpg (26.32 KiB) געזען 3262 מאל
אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

• ציטיר
• צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אמביציע »

אוי וואלט דער פון פארענט געקענט שפירן די געצייג פון א ציין דאקטער... זעט אויס וואו ער איז שוין נישט געווען ביים דענטיסט פאר גאנצעטע שמיטת... ווער רעד נאך פון די זיידע דארט מיטן גאלדענעם היטל, ער זעט אויס צו זיין די לעמעך פון קאשמיר...

מיינסטענס איינוואוינער אין קאשמיר זענען מיסלאמענער. בילד. מיסלאמענער אין קאשמיר פארשרייען די אינדישער רעגירונג ביי א ריזן פראטעסט

muslim.protest.jpg (33.46 KiB) געזען 4048 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”