Re: איי-וועלט כשרות אפטיילונג
התאחדות פארלאנגט נישט אוועקצוווארפן די סטארטערמוכר ספרים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 4:10 pmריכטיג. זיכער אז ס'איז א שטארקע חומרא. איך זע אבער נישט מיט וואס דא איז די מאנרא וועד הכשרות "שטרענגער" און מיט וואס התאחדות איז מיקל ווען מערערע בעקערייען אונטער התאחדות האבן נישט געהאט קיין סאוער דאישיבת קרן התורה האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 4:06 pmסתם לדיוק הדברים ועד הכשרות קרית יואל האט אויך איבער צוואנציג בעקערייען, (עי' בגליון בתכלית הכשרות) און צווישן זיי איז דא 4 וואס מאכן סאוער דאו, און אלע בעקערייען בלייבן גענצליך ליידיג פון חמץ אויף פסח און הייבן אן פריש, און אפילו עס איז נישט גרינג און קען זיין שאדן אבער דאס איז די מהלך אלע יארן,מוכר ספרים האט געשריבן: ↑ זונטאג מאי 05, 2024 3:39 pmמיין פערספעקטיוו מיינע וועגן פארקויפן די סטארטער לגבי התאחדות און מאנרא וועד הכשרות לויט ווי איך האב פארשטאנען פון בעקערייען אונטער די ביידע השגחות.
קיין מחלוקת בהלכה איז בכלל נישט דא. התאחדות האלט אויך אז גענצליך מבער דעם סטארטער איז א הידור, און מאנרא וועד הכשרות האלט אויך אז פארקויפן איז איבערגענוג און פארקויפן איז נישט לעיכובא.
וואס האט דער ברך משה געזאגט פאר'ן איינגטומער פון פראנצויז בעקערי ווען ער האט געפרעגט וועגן דעם סטארטער אויף פסל? אז ער מוז עס נישט אוועקווארפן און פארקויפן איז גוט. פרעגטס די פראנצויז אייניקלעך.
אבער לאמיר א רגע כאפן א בליק טיפער:
מאנרא וועד הכשרות געט א השגחה אויף מאקסימום פיר אדער פינף בעקערייען און ס'איז נישט קיין גרויסע תורה אראפצולייגן א פוס און זאגן: העי, איך לאז בכלל נישט ניצן א סטארטער, מ'מוז מאכן פרישע! ס'איז זייער גרינג צו זאגן ווארף אוועק דיין סטארטער ווען מ'רעדט פון פיר בעקערייען וואס האלב פון זיי ערצייגן ניטאמאל קיין סאוערדא...
משא"כ ביי התאחדות וואס לויט ווי כ'שטעל מיך פאר האבן זיי כאטש פערציג - פופציג בעקערייען אויב נישט מער און גיי פיר איין אזא תקנה. אבער בכלל, וויפיל פון די בעקערייען אונטער התאחדות האבן טאקע בכלל נישט געהאט קיין סאוער דאו די וואך ווייל זיי האבן מחמיר געווען און בכלל נישט געהאט דעם סטארטער?...
וויבאלד מ'רעדט פון א ריזן צאל בעקערייען, כאפט מען ניטאמאל אויף אז א גרויס חלק פון די בעקערייען האבן טאקע ארויסגעווארפן דעם סטארטער, און מ'קאנצענטרירט זיך נאר איבער די פאר געשעפטן וואס האבן "פארקויפט". פיין, איז טאקע דא לאמיר זאגן א געוויסע פראצענט בעקערייען וואס האבן פארקויפט דעם סטארטער פאר'ן גוי.
אין אנדערע ווערטער לויט מיין הבנה. דאס וואס מ'זעט אז געוויסע בעקערייען האבן די וואך געהאט סאוער דאו, איז נישט ווייל התאחדות איז נישט מחמיר אז מ'זאל בכלל נישט האבן דעם סטארטער, ווייל זיי זענען יא מחמיר און זיי פארלאנגען עס יא. נאר צווישן אזויפיל סטארס איז שווער צו אינפארסירן אזאנס וואס איז בלויז א חומרא און אוודאי ציילט זיך צווישן די סטארס אזעלכע וואס האבן פארקויפט. התאחדות הרבנים איז פונקט אזא פרומע און שטרענגע השגחה ווי מאנרא וועד הכשרות און סקווירא. און אז וועד הכשרות האט "פיר" וואס האבן אוועקגעווארפן האט התאחדות צוואנציג וואס האבן "אוועקגעווארפן".
נישט צו זאגן אז ווער עס פארקויפט איז עובר א איסור גמור, אבער ס'איז א חשוב'ע הידור און חומרא וואס דער ציבור שעצט זייער, און געבויעט אויף פריערדיגע פוסקים ווי דער ישועות יעקב און ייטב פנים ועוד כידוע,
ווער עס וויל קען מקיל זיין אבער וואס מאכט מען אזוי אוועק די געוואלדיגע הידור בהלכה ?
אויך האב איך געפרעגט ביים ועד הכשרות אויב עס איז טאקע אנדערש ביי סאוער דאו להלכה לפי דברי הדומ''ץ דקרית יואל , און די תשובה איז אז חוץ דעם ישועות יעקב און ייטב פנים הנ''ל איז אויך דא א שטארקע סברא חושש צו זיין אז ס'איז א 'הערמה הניכרת' אנדערש ווי ביי סתם פרעצלס וואס די גראסערי פארקויפט, ווייל דער בעקעריי וויל בשום אופן נישט אז דער גוי זאל אפקויפן די סטארטער און ער מוז עס האבן אויף מוצאי פסח גרייט צו קענען מאכן סאוער דאו, משא''כ ביי אנדערע חמץ,
און אפילו ביי אנדערע חמץ איז די בעקעריי מחמיר, כ''ש וכ''ש ביי סטארטער והבן
משא"כ קרית יואל ועד הכשרות
איך רייס נישט קיינעם אראפ איך רעד נאר פון די מציאות וואס סקיקט אויס די פארשטייסט נישט