די אנגעבליכע קבר רב אשי געפינט זיך אויף די גרעניץ ליין צווישן מד"י און לבנןן אין א שטח וואס איז און קאנטראלירט דורך א דערנעבענדיגע מיליטערישע באזע נישטא קיין פרייע צוטריט אפילו סתם אין פרידנס צייטן אפציעל קען מען גיין אהין מיטן מתאם זיין מיט די מיליטער פון פריער וויל איך וויסן אויב איינער ווייסט וואס די מקורות אויף די קבר זענען און אויב איינער איז שוין דארט געווען אין אויב עס איז שוין געווען א שמועס דערוועגן וואלט איך מיך געפרייעט אויב איינער קען עס צו ווייזן אפשר @משהזוךמיר האט ידיעות דערוועגן https://maps.app.goo.gl/LZZWdbTa9uQeuKuV7
מיר זענען שוין געווען ביי דעם קבר הנקרא רב אשי אדער לויט רוב מקורות מר בר רב אשי וואס געפונט זיך ביי די גרעניץ פון מד"י מיט די UN קאנטרעלירטע שטח אין לבנון (דאס איז נישט דער גרעניץ גלייך ביי לבנון נאר א שטח בעפאר - עכ"פ לויט מיין זכרון, קען זיין איך בין נישט גערעכט), דער קבר איז פונקט אינמיטן דער גדרים, און איז גלייך אונטער א ארויסקוק טורעם פון די מיליטער, גלייך דערנעבן געפונט זיך א גרויסע מיליטערישע בסיס (וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?).
כדי אנצוקומען צום קבר דארף מען ארויפפארן די גאס ארויף צום מיליטערישן בסיס (וואס עס איז גראדע אומלעגאל ארויפצופארן אן קיין רשות) און ממש פאר דעם טיר/געיט גייט מען אראפ פון קאר און מען וואקט ארום דער בסיס (לינקס פון ווי מען קומט), דער געגנט איז שרעקליך זאמדיג און נאך א רעגן איז עס לכאורה זייער בלאטעדיג, מען שפאצירט צו דעם גדר (אויב געדענק איך גוט איז דא ביימער וואס פארשטעלן דער גדר, ווי מען זעהט גלייך דערנאך אויף די רעכטע זייט פון ווי איר קומט דעם מציבה. ווען מען גייט אן קיין מיטארבעט מיט די מיליטער, קען מען נישט אנרירן דעם קבר היות עס איז שוין אין די גדרים, אבער לויט ווי איך פארשטיי (איך בין נישט געווען מיט רשות) ווען מען גייט יא מיט זייער רשות - וואס איז שוין נישט געשעהן זייער א לאנגע צייט - עפענען זיי יא די גדר אריינצוגיין ביזן קבר.
לויט ווי איך פארשטיי און האב געהערט פון עטליכע, קען די מיליטער מאכן גרויסע פראבלעמען אויב זיי שטעלן אפ דארט אדער אינדרויסן היות עס איז א קריים אריינצוגיין דארט, און איך ווייס פון געוויסע וואס מען האט געהאלטן דארט פאר לאנגע שעות, דער פראבלעם איז אז מען דארף פארקן די קאר ממש און פארנט פונעם געיט במילא איז זייער שווער עס צו באהאלטן, ווען אונז זעמיר געווען דארט איז ב"ה געווען זייער רואיג, מיר זענען געווען דארט זייער פרי פארטאגס און די סאלדאטן האבן גארנישט געזאגט חוץ פון ווייזן שלום מיטן קאפ. אין די יעצטיגע צייט איז פארשטייט זיך אוממעגליך צו אהין גיין אן ווערן ארעסטירט אין בעסטן פאל (אויב מען שיסט נישט גלייך).
די איינציגסטע מקור וואס איך האב געטראפן ברענגען איז: דער יחוס הצדיקים שרייבט אז ער/זיי ליגן אין אל-עובד וואס דאס קומט אויס ממש דארט נעבן קיבוץ מנרה, די סיבה פארוואס מען האט באשלאסן אז עס איז דארט איז דאכזיך ווייל עס איז געווען א פלאץ וואס מען האט גערופן שייח אל עבד און עס איז געווען דארט דריי עצי בוטם (איך ווייס נישט וואס עס מיינט?) וואס ווערט דערמאנט ביי געוויסע פון די קברים רייזענדע.
אהלי צדיקים (רבי ישראל מאיר גבאי/הרצבורג) האלטן אז דאס איז נישט די ריכטיגע פלאץ נאר אז רב אשי ליגט אין אל חאד'ר וואס איז אין בניאס (גלייך נעבן שבואל בן גרשום, די פלאץ וואס אנדערע ווייזן אן אלץ קבר עידו הנביא).
א הערליכע 2 בעדרום הויז צו פארדינגן אין קאסא גראנדע אריזאנע - (אן א פול), פאר שבתים, פאר א גוטע פרייז, ביטע פארבינדט אייך אין אישי אדער רופט/טעקסט 520-344-3803.
א פרישע אינטערוויו איצטערט אויף די קול מבשר ליין בנוגע די נושא "ווי איז דער קבר פון בנימין בן יעקב"? א שמועס איבער די לעצטע אויפדעקונגען און די שיטות ארום דעם, מיט הרב אלמילך האזאמן, אור הגליל:
א פרישע אינטערוויו איצטערט אויף די קול מבשר ליין בנוגע די נושא "ווי איז דער קבר פון בנימין בן יעקב"? א שמועס איבער די לעצטע אויפדעקונגען און די שיטות ארום דעם, מיט הרב אלמילך האזאמן, אור הגליל: