זינגער האט געשריבן: איך האב לעצטענס געצאלט $300
מזל טוב אסאך נחת געזונטערייט
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
משה שמואל האט געשריבן: ווער עס האט א פראבלעם מיט געלט קען נעמען א מוהל וואס צאלט צו מען זאל אים נעמען, פארהאן א גרויסע פארלאנג דערויף
Yoely האט געשריבן: אין די בלאט איז געווען א אינטערוויו מיט א מוהל.
וועגן באצאלן פאר א מוהל זאגט ער אז אונטער $350 קען זיכער הייסן אונטערגעצאלט. און אונטער $200 איז שוין ממש בגדר ליצנות.
(ער זאגט אז ביי די מער מאדערענע פארשטייען אז אונטער $1000 איז א וויץ פאר אזא ארבעט)
Amazing האט געשריבן:משה שמואל האט געשריבן:
ווער געדענקט א תקופה אין ווילימסבורג ווען מוהלים פלעגן זיין ממש תובעים בפה... איך מיין לעצטענס האט זיך עס שוין אפגעשטעלט.
מצלמה האט געשריבן: אין די מאדערנע וועלט (מאדערן ארטאדאקס) צאלט מען $2000 פאר א מוהל - (ויותר)
דער מוהל האלט א דרשה פאר׳ן ברית, און מאכט אן אינטראדאקשן איבער מצות מילה. ער איז מכבד מיט כיבודים מיט א ספעצילע ניגונים, און מאכט די מי שברך ועוד.
דיסקלעימער: זיי מאכן נישט מציצה בפה.
א שטייגער ווי
Emohel.com
חוקר האט געשריבן: איך דארף נעמען דער מוהל פון מיין בית המדרש'ל וואס איז א תובע בפה ממש און אויב מען נעמט עהם נישט שפילט ער ברוגז און ער איז מסביר אז איינער נעמט א שוואגער אדער א ברידער דאס מערסטע א פעטער פארשטייט ער אבער ווייטער פון דעם ווערט ער באליידיגט און אזוי ווי ער איז נאך דער מרא דאתרא'ס זון וויל קיינער נישט זיין אויף זיין שלעכטע זייט.
וויפיל דארף מען עהם געבען?
זבחי צדק האט געשריבן:חוקר האט געשריבן: איך דארף נעמען דער מוהל פון מיין בית המדרש'ל וואס איז א תובע בפה ממש און אויב מען נעמט עהם נישט שפילט ער ברוגז און ער איז מסביר אז איינער נעמט א שוואגער אדער א ברידער דאס מערסטע א פעטער פארשטייט ער אבער ווייטער פון דעם ווערט ער באליידיגט און אזוי ווי ער איז נאך דער מרא דאתרא'ס זון וויל קיינער נישט זיין אויף זיין שלעכטע זייט.
וויפיל דארף מען עהם געבען?
גיב אים די עור הערלה, און זאג דעם פסוק אויף עם דריי מאל: הכהן המקריב עולת איש עור העולה אשר הקריב לכהן לו יהיה
חוקר האט געשריבן: איך דארף נעמען דער מוהל פון מיין בית המדרש'ל וואס איז א תובע בפה ממש און אויב מען נעמט עהם נישט שפילט ער ברוגז און ער איז מסביר אז איינער נעמט א שוואגער אדער א ברידער דאס מערסטע א פעטער פארשטייט ער אבער ווייטער פון דעם ווערט ער באליידיגט און אזוי ווי ער איז נאך דער מרא דאתרא'ס זון וויל קיינער נישט זיין אויף זיין שלעכטע זייט.
וויפיל דארף מען עהם געבען?
Yoely האט געשריבן: אין די בלאט איז געווען א אינטערוויו מיט א מוהל.
וועגן באצאלן פאר א מוהל זאגט ער אז אונטער $350 קען זיכער הייסן אונטערגעצאלט. און אונטער $200 איז שוין ממש בגדר ליצנות.
(ער זאגט אז ביי די מער מאדערענע פארשטייען אז אונטער $1000 איז א וויץ פאר אזא ארבעט)
יונה האט געשריבן: דער אינטערוויו זאגט טאקע אז ס'איז בכלל נישט דא קיין מאנגל אין מוהלים, אבער אין מוהלים מומחים וואָס דאָס איז זייער גאנצע אינקאם איז דא ווייניג און ער רעדט טאקע פון די וואס נעמען די מומחים אז זיי דארפן זעהן צו באצאלן.
די מוהלים וואס די רעדסט אז זיי זוכען עס, פאר די דאזיגע איז א קליינע טיפ טאקע גענוג, ס'דא אפי' מוהלים וואס צאלן נאך צו אבי מ'זאל זיי נעמען! נישט פון די סארט רעדט דער אינטערוויו.
Amazing האט געשריבן:משה שמואל האט געשריבן: ווער עס האט א פראבלעם מיט געלט קען נעמען א מוהל וואס צאלט צו מען זאל אים נעמען, פארהאן א גרויסע פארלאנג דערויף
נאכנישט געטראפן די מוהל וואס צאלט נישט צו...
יעדע מוהל זיכט צו האבן ווי מער נעמען אין זייער מוהל בוך, עס איז זיי א גרויסע זכיה.
ווער געדענקט א תקופה אין ווילימסבורג ווען מוהלים פלעגן זיין ממש תובעים בפה... איך מיין לעצטענס האט זיך עס שוין אפגעשטעלט.
מענין לענין ווייסט איינער צו די קינדער פון הרב ישראל דוד וויינבערגער ז''ל גיבן ארויס די נומבער ברית'ן? איך האב אמאל גערעדט מיט עם וועגען זיין מוהל בוך זיין פנים האט געשטראלט...