וויפיל דארף מען באצאלן א שדכן?

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

וויפיל דארף מען באצאלן א שדכן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

לאור דעם אשכול 'וויפיל דארף מען באצאלן א מוהל', זאל זיין נאך א אשכול...
וויפיל צאלט מען א שדכן?
א מתחיל
א גומר
סתם א אנטראגער [וואס איז צום סוף געקומען לידי גמר ע"י אחר, אבער דער ערשטער האט מער ווי איין שמועס אין ביהמ"ד\טעלעפאן נישט געטוען]
guar
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 28, 2008 6:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך guar »

אזוי ווי מען האט אויפגעברענגט די נושא פון וויפיל מען דארף באצאלן פאר שדכנים וועל איך אריינלייגן אן ארטיקעל וואס "שאץ מאץ" האט געשריבען מיט עטליכע יאר צוריק און פון דא וועט מען אויך וויסן וויפיל מען דארף באצאלן פאר שדכנים

וזהו

ווי זענען די שדכנים??? / ט.ב. שאץ מאץ
דורך שאץ מאץ אום דאנערשטאג ינואר 08, 2009 2:12 pm
ווי זענען די שדכנים??? / ט.ב. שאץ מאץ

זייער א באקאנטע פראגע וואס אסאך פרעגן, ווי זענען די שדכנים???...,

פארוואס קומען נישט צו קיין נייע שדכנים, און די אלטע שדכנים זענען סתם אזוי עפעס אויף וויקעישאן, אין אמת'ן אריין איז שוין זייער אסאך געשריבן געווארן איבער די טעמע, כמעט יעדע אויסגאבע וואס איך האב נאר אמאל געליינט האט שוין אמאל מייחד געוועהן א וויכטיגן ווינקל וועגן שידוכים און שדכנות, ווי עס זענען געפלויגן בריוו'ן הין און צוריק ווי די שדכנים רעדן זיך אפ אויף די עלטערן, און ווי די עלטערן רייסן גאר אראפ די שדכנים, מיט טענות אהין און אהער, אבער לפי ידיעתי איז דער ענין פון שדכנים ביז דערווייל נאך נישט געשריבן געווארן דורך שאץ מאץ מיט זיין פוינט אוו וויָאו....

נא?, שטעלט זיך די פראגע אויף וועלכע זייט גייט זיך אונזער שאץ מאץ שטעלן, אויף די שדכנים'ס זייט אדער די עלטערן'ס זייט, גייט ער בכלל נעמען א שטעלונג?, אדער סתם אדורך טון די סוגיא און לאזן אנדערע מחליט זיין צו ער נעמט א שטעלונג, אויב איר האט ספיקות ביטע האלטן דעם אטעם ביזן סוף ארטיקל אפשר וועט איר אנטשיידן דעם ענפער, אבער דאס איז זיכער אז די טעמע איז א הייסע און א וויכטיגע,
כאטש וואס לויט מיין אינפארמאציע געפינען זיך נישט דא אין קרעטשמע אידן וואס טוען שידוכים מיט די קינדער, (חוץ ר' שמחה'לע...) איז דאך אבער יעדער קרעטשמע איד א עתיד להיות לעשות שידוכים מיט זיינע קינדער, ממילא וועט ער מוזן אמאל צוקומען צו דעם אישו, און אפי' צו די יונגערע יונגעלייט איז אויך שטארק נוגע די טעמע, ווייל סוף כל סוף זענען זיי די דעה זאגער'ס און די אינפארמעישאן געבער'ס בשעת שידוכים, (צומאל גיבן זיי שלעכטע אינפארמעישאן מכח קנאה אויף די יונגערע געשוויסטער אז זיי זאלן נישט טרעפן בעסער ווי זיי....) ממילא רעדט די טעמע פון שידוכים צו יעדן עלטער צוגלייך.

ווען מ'רעדט פון שידוכים ביים היימישן ציבור, מוז מען מקדים זיין אז ביי אונז חסידים איז דער מהלך גאר אנדערשט ווי אין די אנדערע חלק וועלט ווי אין די ישיבה'ישע ציבור ודומה להם, ביים ישיבה'ישן ציבור זענען די בחורים וואס זוכן די מיידלעך, ממילא דארפן זיך די מיידלעך זיך צושטעלן זיי זאלן געפעלן פארן צד הבחור, משא"כ ביי אונז זוכן די מיידלעך די בחורים ממילא דארף זיך דער צד הבחור צושטעלן צום צד המיידל, ווי כאפט דער חילוק?, דער חילוק ווערט זייער גרויס, ווייל דארטן ווי דער פארלאנג איז, דארט איז די מאנגל, ביי חסידים איז א מאנגל אין גוטע בחורים, ביי ישיבה'ישע איז א מאנגל און גוטע מיידלעך, ס'איז געווארן אזא מצב אז פונקט אזוי ווי ווען א חסיד האט א שטוב מיט בחורים איז ער פאר'צרה'ט און פאר'דאגה'ט (און מיט רעכט...), איז א ישיבה'שע משפחה מיט א שטוב מיט מיידלעך א צרה....

דער פראבלעם ווערט אבער ביי אונז נאך גרעסער, ווייל אז די בחורים זענען די וואס ווערן אויסגעקליבן און ס'ווערט דורך דעם א מאנגל פון גוטע בחורים, איז דער פראבלעם נאך מער, ווייל צו זיין א גוטע בחור איז אסאך שווערע'ר ווי צו זיין א גוטע מיידל, וואס דארף דען א מיידל טון צו זיין גוט?, מ'טוט זיך אן גוט, מ'שמייכלט צו יעדן מ'פראבירט זיך צו האלטן דעם גוטן נאמען, קיין גרויסע יצה"ר'ס איז נישטא ביי קיין מיידלעך, איז טאקע דא א גרויסע אויסוואל פון גוטע מיידלעך, (עכ"פ לויטן אפשאצונג),

משא"כ צו זיין א גוטע בחור איז זייער שווער, ער דארף אויפשטיין פארטאג'ס, דאווענען צייטליך, קענען גוט ביים פארהער, לערנען פלייסיג יעדן טאג, און האבן גוטע מדות, בכלל איז אסאך לייכטער צו דערקענען א בחור'ס תוכן און א בחור'ס מדות אסאך מער ווי א מיידל, ווייל א בחור זעהט מען אין ביהמ"ד יעדן טאג וויאזוי ער דאווענט, און בשעת'ן דאווענען קען מען דערקענען צו ער איז א ירא שמים, מ'זעהט א בחור אין דארמעטארי צו ער פארטראגט זיך מיט זיינע חברים, מ'זעהט אים צו ער שטופט זיך ווילד אויף די פארענטשעס ביים רבי'נס טיש, דעם בחור'ס אינהאלט איז אסאך מער אויף שאָו ווי די מיידל'ס, א מיידל קומט אריין אין איר ארבעט'ס פלאץ שפילט דעם שפיל כאילו זי איז א גוטסקייט, הערשט נאך די חתונה ווערט מען געוואר ווי שטארק זי קען אויפעסן דעם געזונט פונעם מאן...., ווי קען מען בכלל וויסן צו זי איז א ערליכע צו נישט, זי קומט נישט אין ביהמ"ד יעדן טאג, זי איז נישט אין דארמעטארי....

ממילא פאר וואס ווען ווי, איז דא א פראבלעם פון צופאסן שידוכים, ווייל די מיידל די מודברת איז דאך גוט אין די אויגן פון אסאך מענטשן, אבער דער בחור איז דאך נישט אזא גוטער בחור ווייל מ'זעהט דאך אים כסדר, און דערפאר איז נישטא קיין אויסוואל, ממילא פארט עס נישט, איי ס'איז באמת יא א פּאָר, ווייל די מיידל איז דאך באמת נישט בעסער פונעם בחור זי איז דאך נאר בעסער למראות העין, דאס ווייסט מען אבער נישט קלאר, און דאס קען מען דאס נישט ארויס זאגן אפן.

הייב מיר שוין אן מיט א לינקע פיס..., דער שדכן איז שוין יעצט מיט די ליסטע אין דער האנט נאך פארן אנטראגן שידוכים פאר מענטשן הונקעדיג, ער דארף די ווייניג גוטע בחורים צושטעלן פאר אסאך גוטע מיידלעך, נו ווער וויל דען זיין אין א ארבעט וואס איז הונקעדיג, פעלן דאך מענטשן וואס דארפן טון אזא ארבעט, הייבט זיך אן א פראגע צווישן מענטשן, "ווי זענען די שדכנים"???...

רוב עלטערן קענען באמת נישט זייערע קינדער, אפי' עלטערן וואס זענען געטריי און גיבן זיך אפ און זענען מחנך די קינדער מיט יגיעה און לייגן אריין אסאך צייט אין זייערע קינדער, און זענען ביי די מיינונג אז זיי קענען זייערע קינדער, דאך קענען זיי נישט וויסן וואס פאר א נאמען זייערע קינדער טראגן אין די גאס און וויאזוי מענטשן שאצן אפ זייערע קינדער, יעצט ווען עלטערן באשליסן אז ס'איז צייט צו טון א שידוך און מ'הייבט אן צו רעדן צום שדכן (די פאר געציילטע שדכנים וואס זענען יא אין דינסט, ווייל אונזער קעפל איז דאך ווי זענען די שדכנים?...), ווייסן די עלטערן באמת נישט וואס מ'וויל און וואס מ'זיכט, מ'מיינט אז דאס קינד איז אין סטעידש נומ. 8 און דעריבער שאצט מען אים אפ אז מ'דארף אזא און אזא שידוך, דער שדכן הערט אויס און לייגט זיך אריין דערון, פרעגט אינפארמאציע ביי מגי"ש ביי באקאנטע, באקומט א קלארן בילד פון דעם מדובר אז ער איז נישט סטעידש נומ. 8 נאר ער איז סטעידש נומ. 6,
יעצט זאל דער שדכן צוריק גיין זאגן פארן טאטן אנטשולדיגט דיין זון / טאכטער איז נישט אזוי ווי די זאגסט נאר זיי מוחל ציפ אראפ אביסל פון זיין קרוין, ווערן דאך די עלטערן באליידיגט, זיי הייבן אן צו טענה'ן דער שדכן איז א חי' א אום מענטש, ער זאגט מיר אז מיין יואל'י איז א עוורידש בחור און נישט קיין ספעשל בחור, נאר ווייל ער וויל אויספירן עפעס א שידוך און פאר זיין איגאָו מאכט ער אוועק מיין יואלי, דא ווערט שוין דער שדכן הונקעדיג אויף ביידע פיס....

ווידער האט דער שדכן אנדערע עצה, ער זאגט נישט צוריק פארן טאטן אז זיין יואלי איז עוורידש, ער טראגט נאר אן א מיידל בת פלוני, ווייל לויט די אפשאצונג פונעם שדכן'ס אינפארמעישאן איז בת פלוני זייער פאסיג, די עלטערן ווי זיי הערן אז מ'טראגט אן אזא נאמען ווערן זיי באליידיגט אויפן שדכן אזעלכע גארביטש טראגט מען "מיך" אן, און מ'ווערט ברוגז אויפן שדכן, יעצט זאל זיך דער שדכן צוקריגן מיט זיינע גוטע פריינד?, גייט ער וואס שנעלער ארויס פון שדכנות ליין, און די פראגע פונעם קעפל ווערט גרעסער "ווי זענען די שדכנים"???.....

די זמן וואס א איד הייבט אן צו טון שידוכים מיט זיינע קינדער איז זייער סענסעטיוו, דער מענטש האט געהאלטן ביז די 39 יאר, אז מענטשן קוקן אים אן אלץ מכובד מדריגה נומ. 55, אבער ווי נאר ער זעהט ביי שידוכים ווער ס'וויל אים יא און ווער ס'וויל אים נישט, זעהט ער קלאר וויאזוי מענטשן קוקן אים אן, און ווערט געוואר אז ער איז גארנישט במדריגה מכובד נומ. 55 נאר קוים נומ. 40, ווערט ער אטאמאטיש צובראכן און סענסעטיוו, דעריבער וועט א מענטש טון אלעס אויף די וועלט אז די ערשטע פאר קינדער זאל ער טון גוטע שידוכים און אזוי באקומען א בילד פאר א איש מכובד, וואס דאס מיינט מכובד אויף ווייטער אגאנץ לעבן, און ווען א מענטש איז סענסעטיוו טוט ער פעולות וואס איז ארויס פון א גראדן ליין..., דערפאר זעהט מען מענטשן אין ביהמ"ד טוען פארשידענע זאכן וואס איז נישט צום פארשטיין, אבער ווען מ'זאל צולייגן אביסל דעת אז יענער איז אין די שידוכים סטעידש וועט מען אלעס פארשטיין.

דאס מוז מען וויסן אז ווען א איד דארף א שידוך טון, איז ער נישט אנדערשט פון א עני העומד בפתח, מיט א אויסגעשטרעקטע האנט וואס בעט זיך ברחמים גיב מיר א נתינה איך בין א גרויסע נצרך, אקארט די זעלבע איז א איד וואס דארף טון א שידוך, ער שטייט מיט אויסגעשטערקטע הענט און רופט אויס טייערע אידן רחמנים בני רחמנים טוט'ס מיר א טובה האט'ס רחמנות אויף מיר און נעם מיין קינד פאר א שידוך, נישט קיין חילוק צו ער האט געלט, צו זיינע קינדער זענען געלונגען, צו זיינע קינדער זענען שיין און געראטן און פיקט אַפּ, ער מוז נאך אלץ אנקומען צו יענע'ס טובה, אז יענער זאל אים געבן דעם "יא" איך וויל נעמען דיין קינד פאר א איידעם / שנור, און אויב מוז מען אנקומען צו יענע'מס טובה ביסטו א נצרך....

און אז די ביסט א נצרך, איז יושר דו זאלסט זיך אויפירן ווי א נצרך.... (ס'טוט וויי?.... וואשע זאל מען טון צער גידול בנים....)
ביסט א נצרך אז דער שדכן זאל דיר אנטראגן א שידוך,
ביסט א נצרך אז די אנדערע צד זאל געבן זייער הסכמה,
ביסט א נצרך אז מענטשן זאלן געבן גוטע אינפארמעשאן,
און אויב ביסטו א נצרך אז דער שדכן זאל דיר אנטראגן א שידוך דארפסטו האבן דרך ארץ פארן שדכן, פונקט ווי דער עני האט דרך ארץ פארן עושר וואס שרייבט טשעק'ס פאר צדקה...., ס'איז קיין שום קונץ צו שרייען אויף א שדכן, נישט אזוי ארבעט ער בעסער פאר דיר.

ווען א שדכן רופט אן א מחותן (עתיד להיות מחותן) אנטראגן א שידוך, הייבט דער טאטע אן גלייך מיט זיינע קשיות, ווער ביסטו?, וויפיל שידוכים האסטו שוין אויסגעפירט אין דיין לעבן, ווער איז דיין טאטע, ווי אלט ביסטו, וועמענ'ס איידעס ביסטו, האסט נאך א פרנסה אין דער זייט, הייסט דאס דו הייבטס יעצט אן....., איך קען עפעס אזוי לאזן מיינע קינדער'ס שידוכים זאלן געפירט ווערן מיט אזא קליינע שנוק...., טייערע טאטע!!! א יוד טוט דיר א טובה און טראגט דיר אן א שידוך, צו וואס ווארספטו זיך ארום מיט אים, ביסטו דאך א נצרך, הער אויס וואס ער זאגט, גיב אים א געלעגנהייט צו טון זיין ארבעט אפשר טויג ער יא, אפשר איז ער א גוטע שלוח, יעדע לאנג יעריגע שדכן האט דאך אמאל אנגעפאנגען, (מ'גלייבט דאך אין דעם וואס די ספרים זאגן אז מיט יעדע שידוך וואס מ'טראגט אן מאכט מען די עכטע שידוך נענטער קומען)
יעצט אז דער נייער שדכן באקומט אזא קבלת פנים, לייגט ער אראפ דעם טעלעפאן און הייבט אים נישט אויף אזוי שנעל, ווערט דער קעפל - קושיא צוריק בתוקפו "ווי זענען די שדכנים"???.....

ווען א איד האט געטון א שידוך מיט 30 יאר צוריק, וויפיל האט מען באצאלט פארן שדכן?, איר ווייסט וויפיל?, פרעגט'ס ענק נאך וויפיל די פרייז איז געוועהן....., וויפיל באצאלט מען היינט 30 יאר שפעטער, איר ווייסט וויפיל?, די זעלבע פרייז א דאללאר נישט מער....., שכר השדכנות איז נישט ארויף געגאנגען צוזאמען מיט די רענט, גראסערי, געז, לעקטער, טעלעפאן, אויסער דעם וואס ס'איז קלאר אז פאר 30 יאר צוריק איז גרינגער געוועהן צו טון שידוכים (ווי מיר וועלן נאך ברייטער שמועסן וועגן דעם) ווי היינט, און באצאלן צאלט מען די זעלבע פאר די שווערע ארבעט ווי פאר די גרינגע, נו, צוריק צום קעפל (אלע אינאיינעם הויעך אויפן קול) "ווי זענען די שדכנים"???....

צוריק צו פריער אז ווען א איד הייבט אן צו רעדן וועגן שידוכים פון זיין קינד ווייסט ער נאכנישט וואס ער זיכט, אויב איז ער א מענשט וואס לאזט ער זיך רעדן, וועט אים דער שדכן זאגן קלאר וואס איז טאקע פאסיג פאר אים און פאר זיין קינד, (מ'רעדט דא פון ערנסטע שדכנים וואס מיינען לתועלת הענין צוזאמען צו פארן א חתן מיט א כלה וואס זענען פאסיג איינער צום צווייטן, נישט פון דעי שדכנים וואס זיכן צוזאמען צו שטעלן 2 באמבע נעמען אויפן לוח המודעות צעטל...) דער שדכן האט א עבודה רבה אויפצוקלערן דעם טאטן /מאמען, אז דער שידוך איז טאקע פאסיג פאר זייער קינד, איר ווייסט וויפיל מוח וואשונג קאסט???, איר ווייסט וויפיל מ'וואלט באצאלט אין די וועלט פאר אזא איינעם וואס קען איבער מאכן יענע'מס מוח?, נישט 1000$, נאר אפאר הונדערט טאלער א שעה....,

ענדליך דער שדכן האט שוין קאנווינסט די עלטערן צו גיין א שטאפל ווייטער, מאכט זיך א צווייטע שדכן קומט אן און איז בכח אריין צו טאנצן אינדערמיט און נעמט איבער דעם שידוך צום צווייטן פאזע, און פירט אים ביזן סוף, מ'באצאלט אים פול פרייז ווייל ער האט אויסגעפירט דעם שידוך, אבער דאך ווילן די מחותנים זיין מענטשן מ'דערמאנט זיך פונעם ערשטן שדכן מ'ווארפט אים אריין 2 הונדערט טאלער און מ'איז צופרידן, יעצט לאמיר טראכטן איין מינוט, וויאזוי דארף זיך דער ערשטע שדכן פילן?, פילט ער נישט ווי צוויי סענט?, איך בין געוועהן דער וואס האט האט יענע'ס מוח אויסגעוואשן זאל מסכים זיין צו דעם שידוך און דאס באצאלט מען מיר פאר חדשים ארבעט, נאך אזא מעשה באקומט ער אפעטיט צו ארבעטן ווייטער? צו נישט, יעצט ווער וויל מיטשרייען מיט מיר...., "ווי זענען די שדכנים"???....

אז מ'רעדט שוין וועגן דעם פראבלעם פון אויסכאפן שידוכים, דארף דערמאנט ווערן לגנאי די שדכנים וואס האבן אזא מנהג אז זיי קומען אן מיט א ליסטע, איינער וואס קען אביסל די שידוכים ליין ווייסט שוין בדרך כלל וועלכע משפחות גייט צו וועלכע, ממילא קומט דער שדכן נומבער איינס צום אבי הנערה, און ברענגט אים א ליסטע פון 10 בחורים, ער זאל זיך גיין נאכפרעגן אויף אלע 10 און לייגט זיך שלאפן, אבער ווען שדכן נומבער צוויי לייגט זיך אריין אין א שידוך וואס איז געוועהן איינע פון די 10 אויסגערכנטע ביי שדכן נומ. 1, און פירט דאס צו א שטאפל ווייטער, שפרינגט אריין שדכן נומ. 1 מיט א טענה איך האב דאס אנגעטראגן צום ערשט דערפאר מוז איך דאס ענדיגן און מאכן דאס געלט, אפגערעדט אז ס'איז נישט ריכטיג ס'איז א ענין פון עני המהפך בחררה, איז דאך משמע פון אזא מעשה אז מ'רעדט פון אפאר שדכנים, אויב אזוי איז שווער א מורא'דיגע קושיא, דו הייבסט אן צו זאגן אז ס'איז נישטא קיין שדכנים, דא ברענגסטו מיר א גאנצע מעשה איין שדכן כאפט צו פונעם צווייטן, ס'טוט זיך א געכאפעכטס, ס'איז דא שדכנים פון וועמען צו כאפן וואס גייט דא פאר, אלא מאי (א דריי מיטן פינגער) דאס גופא איז דער פראבלעם, ווייל דער שדכן נומ. 2 וואס פון אים כאפט מען ארויס דעם שידוך ער ריקט זיך אין דער זייט, און צוביסלעך געט ער אויף, ווייל אז מ'כאפט שטייט ער אין דער זייט, ווערן דאך די שדכנים ווייניגער, ממילא איז שוין פארענפערט די הארבע קושיא וואס דער קעפל האט געפרעגט....., (נו? ווער ווייסט?....) "ווי זענען די שדכנים"???..., (דאס זאגט מען שוין בנוחתא אבער עכט איז עס א קושיא....)

די שידוכים סטעדש איז זייער אינטרעסאנט און ס'איז גאר קורץ, עס הייבט זיך אן ביי די 18 מיט אפאר חדשים און עס ענדיגט זיך ביי ניינצן און דריי פערטל, דאס מיינט אז ווען א טאטע צעגערט אביסל ער טראכט און באטראכט נאך און צווייפלט אביסל וועגן א שידוך, גייט ער אראפ פון טיש, ס'ווערט א פלעק, ווייל מענשטן הייבן שוין אן צו פרעגן וואס גייט פאר מיט דעם בחור צו וואס איז ער געווארן עלטער? אלא מאי ס'איז נישט גוט..., (ממש אזוי גייען די השערה'ס אויף מענטשן...) און ווי נאר דער בחור ווערט כמעט 20, גייט ער אינגאנצן אראפ פון טיש די שדכנים הערן אויף צו רופן, דא ווערן שוין די עלטערן נערוועז און מ'טוט געאיילטע שריט, איין שריט איז צו רופן דעם שדכן און זאגן בזה"ל אז דו טרעפסט מיר א שידוך קריגסטו 5 אלפים, נו פאר פינעף אלפים לוינט זיך צו ארבעטן, דער שדכן ארבעט אויף קעס און אויף כלים ביז ער טרעפט א שידוך, און עכ"ז קען ער נישט טרעפן דאס בעסטע ווייל דער בחור איז שוין אביסל אלט (ווי אלט? וואס הייסט?, כמעט 20....)

קומט אויס אז די שדכנים ווערן צוריסן, פון איין זייט וויל דער שדכן טון די געהעריגע שידוכים משדך זיין די 18 אהאלב יעריגע, פון די אנדערע זייט האט ער די נערוועזע עלטערן פון די פבראלעמאטישע קינדער (העכער 20) וואס זאגן אים צו 5 אלפים, און הלכה בידוע בישראל אז געלט רעדט, ווערט ער צוריסן אין צווייען, ער האט פרעשור פון די פראבלעמאטשע, און זיין אייגענע רצון איז צו טון געהעריגע שידוכים, נו ווער וויל דען א צוריסענע פרנסה, דעריבער פרעגן די צורייסער'ס צוריסענערהייט "ווי זענען די שדכנים"???...

ווידער איז דא א שריט וואס עלטערן טוען געאיילט, אז מ'כאפט פון וואס ס'איז דא יעצט אויפן טיש, מ'ווערט נערוועז אז דער בחור וועט בלייבן פארזעסן, געט מען א מאך א סך הכל ווער איז יעצט דא אויפן טיש, איני מיני אַה בַּא בָּא און מ'מאכט דעם ערשטן שידוך אין איילעניש אן גוט אדורך טראכט מיט שכל צו איז דאס א שידוך וואס קען אנהאלטן ביז די 120 יאר, וואס די קאנסעקווענסן זענען זייער נישט גוט, יעצט זאל אני הקטן שאץ מאץ גיין פאריכטן די וועלט, ניין, אבער דאס זענען די טריקענע פאקטן וואס דער מצב איז.

ס'איז זייער אינטרעסאנט די ירידת הדורות (מ'רעדט נישטא קיין שובבים תורות פון ירידת הדורות אין פרצות און רוחניות מ'רעדט פשוט פון די ירידה אין עניני שידוכים) לאמיר נעמען אזא יוד ווי ר' שמחה (יעדער קען אים דא?, ר' שמחה פון בתוככי קרעטשמע) "למשל" לאמיר אנעמען אז אונזער ר' שמחה איז שוין 63 יאר זיינע קינדער טוען שוין שידוכים מיט זיינע קינדער (ר' שמחה!!! ס'איז נאר א משל....) יעצט לאמיר זעהן וויאזוי איז ער אליין א חתן געווארן, וויאזוי איז צוגעגאנגען די שידוכים פון זיינע קינדער, און וויאזוי טוען זיינע קינדער שידוכים.

אין די כ' יארן האבן די מלחמה אידן געטון שידוכים, ר' יעקב פון מישקאלץ מיט ר' בערל פון בערעגסאז האבן געטון א שידוך, דער ר' יעקב האט נישט געוויסט די היסטאריע פון ר' בערל ווארום ער קומען פון מישאלץ און ער קומט פון בערעגסאז, און ביידע צדדים האבן נישט געהאט קיין צוריקהאלט פון טון דעם שידוך, און דער חתונה איז פארגעקומען אין גרענד פערעדייס (אנע זיידעס נעבאך) די מחותנים זענען געוועהן מלא שמחה נאך אזא מלחמה צו זעהן א נייע דור וכו' וכו', (דא לאז איך שוין די בדחנים רעדן פון די הרגישים....) בערך אזוי האט ר' שמחה זעלבסט חתונה געהאט.

דער דור ריקט זיך ר' שמחה איז ב"ה זוכה צו א שיינע משפחה, זיינע אייגענע קינדער וואקסן אונטער, מ'שטייט שוין אין שידוכים, מ'לאזט זיך ארויס אויפן מארק, אבער דא ווערט שוין די מעשה אביסל שווערער, מ'טראגט אים אן שידוכים פון מענטשן בערך פון זיין עלטער, די וואס זענען די ערשטע דורות געבוירן נאך די מלחמה, אט דעם נייעם ציבור קען שוין ר' שמחה פון יונגווייז, ער ווייסט פונקטליך דער האט געלערנט אין בית התלמוד און דער האט געלערנט אין צעהלים, דער האט געהאט שווערע צייטן אלץ יונגערמאן, דער האט געהאט א האלד אפ אין געשעפט, ביקצור מ'קען זיך פון יונגערהייט, אנדערשט ווי זיין אייגענע שווער און טאטע וואס האבן זיך בלויז באקענט דאהי נאך די מלחמה, נישט וויסנדיג זייער בעקראונד, און אז מ'קען זיך גוט ווערט שוין אביסל שווערע'ר דעם רצון זיך משדך צו זיין מיט יענעם ווייל מ'ווייסט דאך אלע חסרונות...., אבער דאך מאכט מען די ריכטיגע החלטות און מ'טוט שידוכים מיט די קינדער, אבער לעומת זה זענען די זיידעס אינגאנצן נישט קיין מדובר, עלטערע אידן פון מישקאלץ און פון בערגסאז זענען בכלל נישט קיין רעדע אדער עיכובים ביים שידוך, און אזוי לויפן די יארן מ'ווערט פארוואנדלט פון א טאטע צו א זיידע, און א גוטע שעה.

דער נייע דור דאס איז שוין דער דריטער דור, די קינדער פון ר' שמחה הייבן אן יעצט אין אונזער תקופה צו טון שידוכים, ר' שמחה אליין ער איז זיך שוין נישט צופיל מטפל מיט די ענינים ווייל דאס זענען שוין די אייניקלעך, אבער גאר אסאך מאל פרעגן די קינדער זיין חוות דעת איבער משפחות און שידוכים, דא קומט אבער צו נאך אסאך מער ידיעות, ווייל ווען ר' שמחה אליין האט געטון שידוכים מיט זיינע קינדער, האט ער נאר געהאט א פראבלעם מיט די מחותנים וועמען ער האט געקענט אינגערהייט, אבער מיט די זיידעס האט ער נישט געהאט קיין פראבלעם ווי געשמיסט זענען די אידן פון מישקאלץ און פון בערעגסאז נישט קיין עיכוב, אבער זיינע קינדער האבן שוין יא א פראבלעם מיט די זיידעס, אויסער דעם וואס זיי האבן דעם פראבלעם אז מ'קען די מחותנים פון זייער עידש, קען ער דאך די נייע זיידעס די 65 יעריגע וואס זענען די יעצטיגע זיידעס, מ'קען דאך יענד'נס היסטאריע, און אז מ'קען זיך צו גוט ברענגט דאס צו וויסן יעדנס חסרונות, וואס איז א שטארקע עיכוב צו טון שידוכים, ס'איז היינט א נארמאלע זאך א טאטע זאל זאגן אז דער חתן געפעלט מיר דער טאטע אויך אבער דער זיידעס ער איז דאך א שטיקל פויער ער מאכט מיר קידוש פארן ליינען יעדע וואך שבת..., צו אפי' דער זיידע איז א ערליכע וויל נישט דער ווייב ווייל זי קען דעם באב'ן פון קליידער געשעפט....

אויב דאס איז נישט גענוג איז געשעהן אין אונזערע צייטן עטליכע טיילונגען אינערהאלב די חסידות'ער, לאמיר זיין אויפריכטיג אין סיי וועלכע חסידות וואס האט זיך אפגעטיילט וויל נישט איין האלב זיך משדך זיין מיטן צווייטן האלב, לאמיר געבן א משל (רבותי נעמט'ס עס נישט פערסענאל ס'איז נאר א משל...) דער נאנאש'ער חסידות באשטייט פון 4 טויזנט מעמבער'ס, ס'איז נעבאך געשעהן א טיילונג צווישן צוויי קינדער, איינער נעמט 60 פראצענט און איינער נעמט 40 פראצענט, דער זון וואס האט 60 פראצענט האט גענומען דעם נאמען נאנאש (ער האט דאך רוב) דער אנדערע זון וואס האט נאר 40 פראצענט, ער האט צוגעגעבן א נאמען און הייסט הודו-נאנאש, סך הכל האט דער נאנשער זון איבער 2 טויזנט מעמבער'ס, און דער הודו-נאנאשער זון האט אביסל ווייניגער ווי 2 טויזנט מעמבער'ס.

פארשטייט יעדער אז נאך אזא טיילונג ווערט א שטיקל קריזיס אין די שידוכים פעלד, ווייל אמאל זענען געוועהן 4 טויזנט משפחות וואס דאס האט געמיינט א גוטע פאר הונדערט משפחות פון יעדן קאטעגאריע, אפאר הונדערט פון די גאר פרומע, אפאר הונדערט פון די מעסיגע, אפאר הונדערט פון די בעת בתי'שע או מער בעסערע, אבער נאכן טיילונג און פון אפאר הונדערט פון יעדן קאטעגאריע געווארן צוטיילט אויף העלפט, ווערט דאך די אויסוואל קלענער, קומט נאך צו א פראבלעם אז אויב דער ציבור ווערט קלענער קען מען זיך נאך בעסער ווי פריער פארן טיילונג מ'איז דאך מער נאנט איינער צום צווייטן, וויל נאכן ריס אינעם חסידות איז די גאנצע קהילה מער פאראייניגט, און אז מ'איז צו נאנט וויל מען זיך נישט משדך זיין ווייל מ'קען זיך צו גוט, און מ'קען אלע חסרונות.

וועלן דאך זיין קלוגע מענטשן וואס זאגן איך וויל בלייבן נוטראל, איך וועל נישט נעמען קיין צד, אזוי וועל איך קענען גרינג שידוכים טון, איך וועל קענען נעמען פון דעי צד און פון דעי צד, איז אבער די מעשה פונקט פארקערט, ווייל דער נוטראלע מענטש קען נאר נעמען א מעסיגע מענטש, א נוטראלע מענטש קען נישט נעמען אן עקסטרעמע נאנאש'ער חסיד, און קען נישט נעמען קיין עקסטרעמע הודו-נאנאש'ער חסיד, ווייל אז ער איז נוטראל וויל ער נישט זיינע קינדער זאלן ווערן עקסטרעם, און האבן צוויי איידעמער איינער עקסטרעם אהער און איינער עקסטרעם אהין, מ'וועט זיך דאך רייסן שבת איבער זיין טיש..., זאל ער נעמען נאר א מעסיגע איז דאך זיכער נאר דא א קליינע אויסוואל, רוב עולם האט דאך א מיינונג.

השתא דאתינא להכא, אז ס'ווערט א פראבלעם וועגן די טיילונג אין די הויפן, שטעלט זיך א פראגע ווי שטייט איין דער שדכן אליין?, ער איז מער פארן נאנאש'ער אדער פארן הודו-נאנאש'ער?..., אויב דאווענט ער ביים נאנאש'ער וועט דאך דער הודו נאנאשער נישט וועלן ער זאל אים אנטראגן שידוכים ווייל ער מיינט דאך נישט ריכטיג זיין אינטרעס, ער איז דאך פון די אנדערע, פון די שקצים, ציט ער איין דעם פאסיק פארן שדכן, ווערט דאך דער שדכן אויסגעמאגערט, הייבט זיך אן צו מומרלען א טענה "ווי זענען די שדכנים"???....

אמאל זענען פארהאן שדכנים וואס ווייסן באמת נישט וואס זיי טוען, מ'האקט צוזאם טויט מיט רויט, און ס'ווערט א שידוך, אין פאקט אז די עלטערע שדכנים ווערן ממש קראנק ווען זיי זעהן צו די נייע שידוכים, ס'נעמט זיי טעג זיך צו בארואיגן אז יענקל פון מאנסי האט זיך משדך געוועהן מיט קליין פון קלעמענטי, ס'איז דאך ממש א הימל געשריי, עד כדי כך אז זיי שפירן אז זיי קענען נישט עקזעסטירן אינעם שדכנות פעלד, אויב קען געשעהן אזעלכע שידוכים פארגייט זיי דעם אפעטיט, וואס געשעהט די נייע שדכנים זענען דאך אום ערפארן, און די אלטע שדכנים זיצן מיט א פארגאנגענעם אפעטיט, דא פרעגן שוין די שדכנים אליין אונזער קעפל, "ווי זענען די שדכנים"???....

די עלטערע שדכנים באשולדיגן די נייע אומערפארענע שדכנים, אז זיי זענען שולדיג אין די מצב פון סעפערעישאן'ס ל"ע צווישן אונזער ציבור, ווייל זיי האבן מתחילה אן נישט געטארט צוזאמען שטעלן אזא שידוך, (אין אמת'ן קען מען נישט אינגאנצן באשולדיגן די שדכנים, שולדיג זענען אביסל די עלטערן ווייל ווען דער שדכן טראגט אים אן וואס איז באמת פאסיג ווערט ער באליידיגט ווי געשמיסט אויבן, לייגט ער נאר פאר די שידוכים וואס יענער וויל הערן, ממילא געשעהט וואס געשעהט)
אפגערעדט אז אויב חלילה ס'געשעהט אזא אומגליק אז א פאר פאלק צושייד זיך ל"ע, איז די ערשטע אדרעס איינעם צו באשולדיגן איז דער שדכן, מיט די טענה דו האסט אונז פאר'נער'ט, האסט אונז פארקויפט ליגנט, יעצט שטעלט זיך ארויס דעם בילד, וואס פאר א סחורה ער / זי איז, זייער אסאך מאל נעמט דאס דער שדכן פערזענדליך, און נאך א פסק פון א אנגעווייטאגטע מחותן אז ער איז שולדיג אויף יענעמס גט וויל ער אפי' נישט אויפהייבן א טעלעפאן צו גיין ווייטער מיט זיין סדר היום, פרעגט מען שוין מיט א פשטות און צובראכנקייט "ווי זענען די שדכנים"???....

איר ווייסט ווי זיי זענען? אונטער די באנק צוקוועטשט, אנשטאט די עלטערן זאלן זיך אליין באשולדיגן איבער זייער חינוך וויאזוי זיי האבן נישט אויסגעריסן די שלעכטע מדות פון זייער קינד, צו זיך אליין באשלודיגן פארוואס זיי האבן זיך אריין געשטעקט דעם נאז, אדער געהעצט די קינדער איינער קעגן צווייטן, באשולדיגט מען גאר דעם שדכן.

אבער אליבא דאמת איז צומאל דער שדכן טאקע שולדיג, צומאל האט ער פאהוילן פאקטן וואס קען ווען ראטעווען די גאנצע זאך, צומאל האט ער אפי' נישט צוגעלייגט קאפ אז דאס איז קיין פּאָר נישט, אין הכי נמי די משפחות מעטשן זייער שיין אויפן פאפיר, אבער דער חתן אליין האלט דאך נישט דערביי ביי וואס די כלה איז דערביי, אזויפיל שטעלט ער נישט צוזאמען איינס מיט איינס און ס'געשעהט נעבאך וואס ס'געשעהט.

דאס איז אלעס סתם פאקטן, נישט קיין פערזענדליכע מיינונגען וואס מ'דארף צו טון, און וויאזוי עס צו פארבעסערן, אפשר ביי די תגובות וועל איך לאזן הערן מיין פערזענדליכע מיינונג, אבער עכ"ז קען מען נאך מער מאריך זיין נאר דער פייל האלט שוין ביי איבער 22 טויזנט קערעקטער'ס וועל מיר בלייבן דא....
און יעצט לאמיר הערן פון ענק,

"ווי זענען די שדכנים"?????......
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע:איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

אמת אז מ'שפילט ארום מיט זיי, אבער לדעתי שפילן זיי ארום מיט אונז גארנישט ווייניגער! די שדכנים גייען ארויף מיט די פרייזן חדשים לבקרים, אזוי אז היינט טשארדזשט מען שוין פאר א 19 יעריגן 2,500$ מיט א שמיץ אריבער.
שטעלט זיך די פראגע: וואו זענען די מוחים???
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

א יוד א גרויסע עושר בייצאלט נאר $1000.00 דאס איז זיין פאלעסי אדער ווייל זיי טאטע פלעגט בייצאלען אזוי פיל, היינט האט ער א ליין מיט קינדער און קיינער וויל אים נישט אונטראגען קיין שידיכים.. ווייל משיגא מאכט ער ווי א עושר און בייצאלען ווי א ארימאן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

קיסריה
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

מארמאראש האט געשריבן: איז דאס א געדאנק?

דער גרעסטער שטער פון שדכנים איז דאס וואס שדכנים ווערן שטארק בא'עוולה'ט דורך די עלטערן. עס קומט נאכן שידוך, הייבט מען אן הערן אז אינ'אמת'ן אריין, ביסטו נישט געווען דער ערשטער, ס'איז דא א קאזין וואס האט עס אנגעטראגן פאר דיר, און יענע שרייט אז די שידוך באלאנגט פאר ער/זי, - יא, אמת אז דו האסט עס אויסגעפירט, אבער איך מוז באצאלן פאר 2 שדכנים, און ממילא קען איך אייך נישט געבן מער ווי ... איר דארפט פארשטיין!

דער שדכן פילט ווי 2 צענט. א קאזינע האט אנגעטראגן דעם שידוך א האלב יאר פאר דעם, האט גארנישט געארבעט אויף די אנדערע זייט - האט עס נישט געברענגט צום טיש, האט נישט דעליווערט, אבער צו מאכן קאפ-דרייעניש איז דא א שדכן #2.

שדכנים זענען זאט פון דעם, און זוכן נישט די קאפ-וויי. די דין-תורות, געשרייען, טענות און אי-הכרת-הטוב (דיס-אפרישיעטן) איז מער ווי גענוג צו מאכן דעם בעסטן און געלונגעסטן און געטרייסטן שדכן ארויסגיין פון די ליין, און קיינמאל מער נישט אויפהייבן קיין טעלעפאן צו קיינעם.

ווער עס איז א שדכן היינט, וועט עס אייך מודה זיין. און שולדיגן זענען ... מיר אליין! אבער טענות האט מען צו יענעם!
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

אליעזר קרויס שיעור 48
פאר א שדכן דארף מען באצאלן אזויווי פאר א בראקער, נאר אויב ער פירט אויס דעם דיעל/שידוך, און אז נישט קומט אים א 0.
און ער זאגט אז מ'צאלט היינט 1200-1500 דאלאר א זייט, (דעתי איז אז ס'האלט בערך ביי 1800-2000 דאלאר)
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 29831
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

איך האב א יאר צוריק באצאלט 1,500

אויב ביידע מחותנים באצאלן אזויפיל, מאכט דער שדכן דריי אלפים

אין אונזער פאל האט ער נישט צו שווער געארבעט, און איז געווען צופרידן (איך האב אים קלאר געפרעגט, דירעקט און אומדירעקט)
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מה יקר האט געשריבן: אליעזר קרויס שיעור 48
פאר א שדכן דארף מען באצאלן אזויווי פאר א בראקער, נאר אויב ער פירט אויס דעם דיעל/שידוך, און אז נישט קומט אים א 0.
און ער זאגט אז מ' צאלט היינט 1200-1500 דאלאר א זייט, (דעתי איז אז ס'האלט בערך ביי 1800-2000 דאלאר)

און פארדעם איז טאקע נישטא קיין שדכנים. והדברים עתיקים.
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

חדשות האט געשריבן:

ניין, ער האט געזאגט אז ער האט געפרעגט שדכנים און זיי האבן געזאגטאז 12-15 איז געהעריג באצאלט.

די טעם פארוואס עס זענען נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען טריט זיי שרעקליך. מען איגנארירט טעלעפאון קאלס, מען זאגט נישט נישט די אמת וכו וכו
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

אליעזר קרויס האט געשריבן:

וכן איפכא, פארהאן שדכנים וועלכע פירן זיך אויף ווי חיות, נישט מענטשליך, טרעטן אויף יענעם'ס געפילן וכו' וכו', כאשר שמענו וראינו אצלינו
נו, שוין דארף מען גיין לערנען מענטשליכקייט פאר מענטשן..
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
מה יקר האט געשריבן: אליעזר קרויס שיעור 48
פאר א שדכן דארף מען באצאלן אזויווי פאר א בראקער, נאר אויב ער פירט אויס דעם דיעל/שידוך, און אז נישט קומט אים א 0.
און ער זאגט אז מ' צאלט היינט 1200-1500 דאלאר א זייט, (דעתי איז אז ס'האלט בערך ביי 1800-2000 דאלאר)

און פארדעם איז טאקע נישטא קיין שדכנים. והדברים עתיקים.

ניין, ער האט געזאגט אז ער האט געפרעגט שדכנים און זיי האבן געזאגטאז 12-15 איז געהעריג באצאלט.

די טעם פארוואס עס זענען נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען טריט זיי שרעקליך. מען איגנארירט טעלעפאון קאלס, מען זאגט נישט נישט די אמת וכו וכו

רבי לייזער, נעקסטע שמועס האלט וועגן שדכנים.

אמת, מען טריעט זיי שרעקליך, וכולי, רוב סעילס לייט טריעט מען שרעקליך. אבער אז ער ווייסט אז ווען ער ענדיגט א דיעל באקומט ער אן אפותיקי איז ער גרייט, נישט פאר ח"י צל.

האסט א ספק אז ווען א שדכן מאכט ווען אויף יעדן שידוך צען אלפים, וואלט נישט גווען מער שדכנים?
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
מה יקר האט געשריבן: אליעזר קרויס שיעור 48
פאר א שדכן דארף מען באצאלן אזויווי פאר א בראקער, נאר אויב ער פירט אויס דעם דיעל/שידוך, און אז נישט קומט אים א 0.
און ער זאגט אז מ' צאלט היינט 1200-1500 דאלאר א זייט, (דעתי איז אז ס'האלט בערך ביי 1800-2000 דאלאר)

און פארדעם איז טאקע נישטא קיין שדכנים. והדברים עתיקים.

ניין, ער האט געזאגט אז ער האט געפרעגט שדכנים און זיי האבן געזאגטאז 12-15 איז געהעריג באצאלט.

די טעם פארוואס עס זענען נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען טריט זיי שרעקליך. מען איגנארירט טעלעפאון קאלס, מען זאגט נישט נישט די אמת וכו וכו

רבי לייזער, נעקסטע שמועס האלט וועגן שדכנים.

אמת, מען טריעט זיי שרעקליך, וכולי, רוב סעילס לייט טריעט מען שרעקליך. אבער אז ער ווייסט אז ווען ער ענדיגט א דיעל באקומט ער אן אפותיקי איז ער גרייט, נישט פאר ח"י צל.

האסט א ספק אז ווען א שדכן מאכט ווען אויף יעדן שידוך צען אלפים, וואלט נישט גווען מער שדכנים?

10 אלפים איז נישט שייך. איך האב גראדע א סעלושען אין פלאן. דאס וועט בעז"ה אויסגעשמועסט ווערן אין די נעקסטע שמועסן.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

מיין סעלושען.

1)נישטא אזא זאך "איך האב עס ערשט אנגעטראגן". דער וואס ברענגט עס צוזאם, דער איז שדכן".*

2) אויב דער שדכן האט שוין צוזאמגעברענגט די בחור צו די מחותן און די מחותנת'טע צום מיידל, (ערשטע צוויי סטעפס), דאן אפילו ס'ווערט נישט צום סוף, געבן ביידע צדדים $200.

אן סעיף ב' וועט קיין שדכנים נישט זיין, אזויווי ס'שוין יעצט נישט דא..

*
מיטגעהאלטן שוין ווי א שדכן האט שווער געאראבעט און צוזאמגעברענגט א שידוך. נאא\כן לחיים "פאפט"(פתח פיי מיט א פינטל) ארויס א גבר אלים, "איך האב עס די ערשטע אנגעטראגן!" מחצה שלי! (א גוטער...). איי דו האסט דאך שוין לאנג אויפגעגעבן און ס'האט אין ערגעץ נישט געפירט בשעתך, עד שבא השני און געאקערט און געזייט און געשניטן? "אבער איך האב די ערשטע...!" כ'מיין.. איך האב דאך געקאלט די ערשטע!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

סי'ז דא אויף דעם הלכות מפורשות אויף דעם אין די פוסקים, מ'קען ביי יעדע פאל פרעגן א חו"מ דיין הבקי בהלכות סרסרות
כהאב נישט קיין ניק
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כהאב נישט קיין ניק »

די אמת איז מדארף האבען 2 שדכנים 1 מצד החתן אין 1 מצד הכלה וואס יעדער זויכט די בעסטע פאר זיין זייט אזוי ווי א Lawyer אין ווען זיי קיומען זיך דרויך ברענגט מען די 2 צדדים צי סיינען די פעפערס.
איך ווייס פין פאקט אז מענטשען גיין צי שדכנים אין צאלען $10.000אז מזאל ברענגען א טאפ מיידעל אדער בחור ווען די אייגנע סחורה איז נאר א -B אין די שדכן ברענגט א +A ווען די שדכן ווייסט אז ער נערט אריין איין צד.

ווי אויך וועט עס העלפען ווען די עלטערן מיינען אז זיי האבען א טאפ בחור/ מיידעל ווערען זיי באליידיג אז מטראגט אן עפעס וואס איז נישט אזא שיינע יוד ווי ער האלט ער איז דאס וועט נישט געשען ווען סאיז דא 2 שדכנים.
סא ווען א שדכן קאלט א טאטע פאר א שידוך וועט זאגען קאל מיין בראקער (שדכן) .
באצאלן וועט יעדער שדכן האבען זיין פרייז אין יעדער וועט הייערען וועם מהאלט וועט זיין די בעסטע פאר אים אזוי ווי א lawyer מוועט געבען Exclusive פאר א שדכן 3 חדשים אין אז ער ברענגט נישט קיין טענענט פייערט מען אים אין מנעמט א נייע בראקער אזוי אין נארמאל ביזנעס וועלט
Sorry for my misspellings
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
מה יקר האט געשריבן: אליעזר קרויס שיעור 48
פאר א שדכן דארף מען באצאלן אזויווי פאר א בראקער, נאר אויב ער פירט אויס דעם דיעל/שידוך, און אז נישט קומט אים א 0.
און ער זאגט אז מ' צאלט היינט 1200-1500 דאלאר א זייט, (דעתי איז אז ס'האלט בערך ביי 1800-2000 דאלאר)

און פארדעם איז טאקע נישטא קיין שדכנים. והדברים עתיקים.

ניין, ער האט געזאגט אז ער האט געפרעגט שדכנים און זיי האבן געזאגטאז 12-15 איז געהעריג באצאלט.

די טעם פארוואס עס זענען נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען טריט זיי שרעקליך. מען איגנארירט טעלעפאון קאלס, מען זאגט נישט נישט די אמת וכו וכו

רבי לייזער, נעקסטע שמועס האלט וועגן שדכנים.

אמת, מען טריעט זיי שרעקליך, וכולי, רוב סעילס לייט טריעט מען שרעקליך. אבער אז ער ווייסט אז ווען ער ענדיגט א דיעל באקומט ער אן אפותיקי איז ער גרייט, נישט פאר ח"י צל.

האסט א ספק אז ווען א שדכן מאכט ווען אויף יעדן שידוך צען אלפים, וואלט נישט גווען מער שדכנים?

10 אלפים איז נישט שייך. איך האב גראדע א סעלושען אין פלאן. דאס וועט בעז"ה אויסגעשמועסט ווערן אין די נעקסטע שמועסן.

אבער 5000 איז יא שייך. יו געט מיי פוינט.

אינטרעסאנט איז נאר, א ביי די פורניטשער איז פלוצלינג יא שייך(ביי רוב מענטשען) צו צאלן צען טויזענט..
אליעזר קרויס
שר האלף
תגובות: 1422
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 25, 2018 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר קרויס »

חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן: און פארדעם איז טאקע נישטא קיין שדכנים. והדברים עתיקים.

ניין, ער האט געזאגט אז ער האט געפרעגט שדכנים און זיי האבן געזאגטאז 12-15 איז געהעריג באצאלט.

די טעם פארוואס עס זענען נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען טריט זיי שרעקליך. מען איגנארירט טעלעפאון קאלס, מען זאגט נישט נישט די אמת וכו וכו

רבי לייזער, נעקסטע שמועס האלט וועגן שדכנים.

אמת, מען טריעט זיי שרעקליך, וכולי, רוב סעילס לייט טריעט מען שרעקליך. אבער אז ער ווייסט אז ווען ער ענדיגט א דיעל באקומט ער אן אפותיקי איז ער גרייט, נישט פאר ח"י צל.

האסט א ספק אז ווען א שדכן מאכט ווען אויף יעדן שידוך צען אלפים, וואלט נישט גווען מער שדכנים?

10 אלפים איז נישט שייך. איך האב גראדע א סעלושען אין פלאן. דאס וועט בעז"ה אויסגעשמועסט ווערן אין די נעקסטע שמועסן.

אבער 5000 איז יא שייך. יו געט מיי פוינט.

אינטרעסאנט איז נאר, א ביי די פורניטשער איז פלוצלינג יא שייך(ביי רוב מענטשען) צו צאלן צען טויזענט..

ניין 5 אלפים איז אויך נישט שייך - און פאר די 10 אלפים בארגט מען, שנארעט מען אדער גנב'עט מען.

לויט די יעצטיגע פרייז גייט די שדכן ארויס מיט 3-4 אלפים פון א שידוך. נישט שלעכט. דו ווילסט ער זאל מאכן סאך מער כדאי עס זאל זיין מער שדכנים, דאס איז טאקע א גוטע זאך אבער מען קען נישט פארלאנגען פון א פשוטע איד וואס האט נישט - און געטון א פשוטע שידוך וואס האט נישט גענומען צו לאנג - אז ער דארף יעצט באצאלן 10 צו 5 אלפים כדאי אז עס זאל זיין מער שדכנים.
א מפתח פון אלע שמועסן
https://drive.google.com/file/d/1-cNMOl ... sp=sharing
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
ניין, ער האט געזאגט אז ער האט געפרעגט שדכנים און זיי האבן געזאגטאז 12-15 איז געהעריג באצאלט.

די טעם פארוואס עס זענען נישטא קיין שדכנים איז ווייל מען טריט זיי שרעקליך. מען איגנארירט טעלעפאון קאלס, מען זאגט נישט נישט די אמת וכו וכו

רבי לייזער, נעקסטע שמועס האלט וועגן שדכנים.

אמת, מען טריעט זיי שרעקליך, וכולי, רוב סעילס לייט טריעט מען שרעקליך. אבער אז ער ווייסט אז ווען ער ענדיגט א דיעל באקומט ער אן אפותיקי איז ער גרייט, נישט פאר ח"י צל.

האסט א ספק אז ווען א שדכן מאכט ווען אויף יעדן שידוך צען אלפים, וואלט נישט גווען מער שדכנים?

10 אלפים איז נישט שייך. איך האב גראדע א סעלושען אין פלאן. דאס וועט בעז"ה אויסגעשמועסט ווערן אין די נעקסטע שמועסן.

אבער 5000 איז יא שייך. יו געט מיי פוינט.

אינטרעסאנט איז נאר, א ביי די פורניטשער איז פלוצלינג יא שייך(ביי רוב מענטשען) צו צאלן צען טויזענט..

ניין 5 אלפים איז אויך נישט שייך - און פאר די 10 אלפים בארגט מען, שנארעט מען אדער גנב'עט מען.

לויט די יעצטיגע פרייז גייט די שדכן ארויס מיט 3-4 אלפים פון א שידוך. נישט שלעכט. דו ווילסט ער זאל מאכן סאך מער כדאי עס זאל זיין מער שדכנים, דאס איז טאקע א גוטע זאך אבער מען קען נישט פארלאנגען פון א פשוטע איד וואס האט נישט - און געטון א פשוטע שידוך וואס האט נישט גענומען צו לאנג - אז ער דארף יעצט באצאלן 10 צו 5 אלפים כדאי אז עס זאל זיין מער שדכנים.

מען קען טאקע נישט פארלאנגען פון א מענטש צו באצאלן 2500 אדער 5000 א צד. פון די אנדערע זייט קען מען נישט פארלאנגען אז א מענטש א צלול בדעתו זאל טוען די שמוציגע ארבעט פאר 2400-3000 און נישט ווערן אוסגעברענט.

די רעזאלטאט= שווערע הונדערטער אדער טויזענטער עלטערע בחורים..

אויף דעם זאגט מען.. וויי צום גערעכטען.
לעצט פארראכטן דורך חדשות אום מיטוואך אקטאבער 31, 2018 11:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע:אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

פארשטיי איך נאכ בכלל נישט פארוואס א שדכן מיז מאכן מער פון 1500 א וואך

למשל אויב א שדכן פירט אויס איין שידוך אין צוויי וואכן און די מחותנים צאךן 1500 איטש קימט ער אן צו 75000 א יאר, שלעכט?

כ'מיין ס'איז נאך דא אזאנס ווי א שדכן, אפשר זאלן אלע באס דרייווערס דארפען באקומען 2500 א וואך וואל עס איז דא מאנגל, וואו אזוי ווילסטו אז א מענטש וואס איז כלשונך צלול בדעתו זאל טוען די שמוציגע ארבעט?
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מים שלנו האט געשריבן: פארשטיי איך נאכ בכלל נישט פארוואס א שדכן מיז מאכן מער פון 1500 א וואך

למשל אויב א שדכן פירט אויס איין שידוך אין צוויי וואכן און די מחותנים צאךן 1500 איטש קימט ער אן צו 75000 א יאר, שלעכט?

כ'מיין ס'איז נאך דא אזאנס ווי א שדכן, אפשר זאלן אלע באס דרייווערס דארפען באקומען 2500 א וואך וואל עס איז דא מאנגל, וואו אזוי ווילסטו אז א מענטש וואס איז כלשונך צלול בדעתו זאל טוען די שמוציגע ארבעט?

ביסט נאך קיין שדכן קיינמאל נישט גווען. רעכען מיר אויס ביטע 5 שדכנים וואס האבן אויסגעפירט 25 שידוכים די לעצטע יאר.

דריעמלענד
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

ראספשע האט געשריבן: סי'ז דא אויף דעם הלכות מפורשות אויף דעם אין די פוסקים, מ'קען ביי יעדע פאל פרעגן א חו"מ דיין הבקי בהלכות סרסרות

ס'דארף אויך זיין א אנגענומענע 'סטאנדארד". רוב שדכנים וועלן נישט גיין צו דין תורה מיט א צווייטער וואס דערקלערט זיך אלס דער "ערשטער אנצוטראגן" און איז א גבר אלים. כנ"ל כ'האב אליין מיטגעהאלטן
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן: סי'ז דא אויף דעם הלכות מפורשות אויף דעם אין די פוסקים, מ'קען ביי יעדע פאל פרעגן א חו"מ דיין הבקי בהלכות סרסרות

ס'דארף אויך זיין א אנגענומענע 'סטאנדארד". רוב שדכנים וועלן נישט גיין צו דין תורה מיט א צווייטער וואס דערקלערט זיך אלס דער "ערשטער אנצוטראגן" און איז א גבר אלים. כנ"ל כ'האב אליין מיטגעהאלטן

איך האב לעצטנס געהאט צוטוהן מיט אזא גבר אלם-שדכן, כ'אב עם שיינערהייט ציגעוויזן דעם צווייטן פסוק אין שיר השירים, און מיט דעם האצעך עס געענדיגט
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לכאורה האט געשריבן: איך האב א יאר צוריק באצאלט 1,500

אויב ביידע מחותנים באצאלן אזויפיל, מאכט דער שדכן דריי אלפים

אין אונזער פאל האט ער נישט צו שווער געארבעט, און איז געווען צופרידן (איך האב אים קלאר געפרעגט, דירעקט און אומדירעקט)

ער האט אבער אונגעטראגען 15-20 איינדערע וואס איז נישט געווארען און נישט באקומען קיין צענט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6486
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
אליעזר קרויס האט געשריבן:
לויט די יעצטיגע פרייז גייט די שדכן ארויס מיט 3-4 אלפים פון א שידוך. נישט שלעכט. דו ווילסט ער זאל מאכן סאך מער כדאי עס זאל זיין מער שדכנים, דאס איז טאקע א גוטע זאך אבער מען קען נישט פארלאנגען פון א פשוטע איד וואס האט נישט - און געטון א פשוטע שידוך וואס האט נישט גענומען צו לאנג - אז ער דארף יעצט באצאלן 10 צו 5 אלפים כדאי אז עס זאל זיין מער שדכנים.

אבער אז מען האט געארבעט שווער און די חתנה נאכט קאסט א הינדערטער און די שדכן באקומען $1800.00 פילט מען אונגעפאטשט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”