אמת, מען טריעט זיי שרעקליך, וכולי, רוב סעילס לייט טריעט מען שרעקליך. אבער אז ער ווייסט אז ווען ער ענדיגט א דיעל באקומט ער אן אפותיקי איז ער גרייט, נישט פאר ח"י צל.
האסט א ספק אז ווען א שדכן מאכט ווען אויף יעדן שידוך צען אלפים, וואלט נישט גווען מער שדכנים?
10 אלפים איז נישט שייך. איך האב גראדע א סעלושען אין פלאן. דאס וועט בעז"ה אויסגעשמועסט ווערן אין די נעקסטע שמועסן.
אבער 5000 איז יא שייך. יו געט מיי פוינט.
אינטרעסאנט איז נאר, א ביי די פורניטשער איז פלוצלינג יאשייך(ביי רוב מענטשען) צו צאלן צען טויזענט..
ברענגסט ארויס א פוינט; אז שדכנות זאל קאסטען לויט ווי די פורניטשער און חתונה גייט קאסטען; אז אויב ספענדעט מען אין די אלף הששי פאר יעדער זאך, איז קומט דער שדכן אויך א אלף הששי; און אויב איז די מעבל און חתונה שפארעדיג, דארף דער שדכן אויך זיין שפארעדיג, כפי אשר יושת עליו.
הכללטובה האט געשריבן:
איך האב לעצטנס געהאט אן אינטרעסאנטע געשיכטע. איך האב אנגעטראגן א שידוך פאר איין זייט בערך לאמיר זאגן א יאר צוריק. דאן האט ער מיר געזאגט אז ער איז נישט דערביי. ס'איז אריבער עטליכע חדשים און איך האב מיר דערוואוסט אז ער איז עוסק אין דעם שידוך דורך א צווייטן שדכן. כ'האב גארנישט געזאגט נאר געווארט צ וזעהן וואס דא וועט זיין. למעשה האט ער מיר צוויסן געלאזט אז ער איז עוסק דערין דורך א צווייטן און אויב ס'וועט נגמר ווערן וועט איר מיר מיטיב זיין. למעשה איז די שידוך געווארן. מזל טוב! און ב"ה אז ביידע צדדים (אויך דער צו וועמען איך האב בכלל נישט גערעדט) האבן מיר געגעבן שיין. ב"ה פאר דעם. דאס גיבט אוודאי מוט און כח צו גיין ווייטער. נו אז מ'האט געלט און מ'טוט מיט דעם גוטע זאכן איז זיכער גוט!! מענין לענין אז מ'רעדט וועגן שידוכים וואלט איך געוואלט וויסן וואו מ'קען ליינען איבער טיפ'ס און הדרכות איבער דעם. אדער סיי וועלכע ידיעות וואס קענען העלפן אין דעם נושא.
כ'האב נישט יעצט דא זייער קאנטאקט - אבער הרב שמערלער (בעל הטעיפס של האדמו"ר מוויזניץ מאנסי זצ"ל) פון ?גפן ארץ ישראל איז די פלאץ / מענטש צו גיין אז דו כאפסט אים ביזטו מסודר
אבער לאידך גיסא זענען דא א סאך שידוכים וואס שדכנים פירען אויס איינס צוויי. איז לפי זה וואלט מען געדארפט צאלען דער שדכן לויט וויפיל צייט און כח ער האט אריין געלייגט. אבער דאס וועט ווייטער נישט ארבעטען, ווייל קען זיין אז די סאך צייט און כח האט ער אריין געלייגט ביים ארימאן און דער איינס צוויי שידוך איז געווען ביים גביר; איז חוזר חלילה, לא ראי זה כראי זה, הצד השוה שבהן, אז כדי צו אויספירען שידוכים דארף מען פראבירען און אריין לייגען כוחות; שדכנות האב איך מורא איז נישט א ביזנעס וואס מען אינוועסטירט א טויזענטער און מען נעמט ארויס צעהן; עס איז אויך נישט קיין ארבעט ווי אנדערע ארבעט וואס מען ווערט באצאלט אויף די שעה; און עס איז אויך נישט קיין בראקערידז ווי מען באקומט א געוויסע פרוצענט; וואס איז עס אבער יא?
לכאורה אזי עס צווישען די זאכען וואס מען רעכענט אויס אין אלו דברים שאין להם שיעור... וגמילת חסדים; און עס איז אויך צווישען די זאכען שאדם אוכל פרותיהן בעולם הזה והקרן קימת לו לעולם הבא, ואלן הן... און ווידער וגמילת חסדים.
כ'גלייב אזוי גייט רעבלעזער זאגן, אבער סאיז היינט נישט דא דער דעת תורה דאס ארויף צו צווינגען, שדכנות און שידוכים איז איינס פון די זאכן וואס פלאגן שוין כלל ישראל נאך פון די אור אלטע צייטן, (און משיח איז ליידער נאך נישט געקומען, סאוי מ'מעג נאך מתקן זיין)