רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1695
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

קיינמאל פראבירט,
20230608_070908.jpg
20230608_070908.jpg (216.5 KiB) געזען 1638 מאל
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
אוועטאר
טינטיג
שר האלף
תגובות: 1185
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 5:55 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טינטיג »

אינפארמאציע האט געשריבן: דינסטאג יוני 06, 2023 10:54 pm
איינער האט א פיינע רעסעפי פאר hash browns / home fries פאטעיטאס וואס די רעסטעראונטס געבן פאר פרישטאג?

עס דאכט זיך מיר אז ס׳האט פאפריקא

ישר כח
Here's a recipe for homemade hash browns or home fries:

Ingredients:

4 medium-sized potatoes (russet or Yukon gold)
2 tablespoons vegetable oil
1 small onion, finely chopped (optional)
1 teaspoon paprika
1/2 teaspoon garlic powder
1/2 teaspoon onion powder
Salt and pepper to taste
Fresh parsley or green onions for garnish (optional)

Instructions:

Wash the potatoes thoroughly and pat them dry. You can peel them if you prefer, but leaving the skins on adds texture and flavor.

If using onions, finely chop them.

Grate the potatoes using a box grater or a food processor with a grating attachment. Alternatively, you can dice the potatoes into small cubes for home fries.

Place the grated or diced potatoes in a large bowl of cold water and let them soak for about 5 minutes. This step helps remove excess starch, resulting in crispier hash browns.

Drain the potatoes and pat them dry with a clean kitchen towel or paper towels to remove as much moisture as possible.

In a large skillet, heat the vegetable oil over medium-high heat. Add the chopped onions, if using, and sauté them until they become translucent and slightly golden.

Add the grated or diced potatoes to the skillet, spreading them out evenly. Let them cook without stirring for a few minutes, allowing the bottom to brown.

Sprinkle the paprika, garlic powder, onion powder, salt, and pepper over the potatoes. Stir gently to combine the seasonings and evenly distribute them.

Continue cooking the potatoes, stirring occasionally, until they are golden brown and crispy. This will take about 10-15 minutes, depending on the size of the potato shreds or cubes.

Once the hash browns or home fries are cooked to your desired crispness, remove them from the heat. Taste and adjust the seasoning if needed.

Garnish with fresh parsley or green onions if desired.

Serve the delicious homemade hash browns or home fries as a side dish for breakfast, brunch, or even as a satisfying dinner option. Enjoy!
געדענקען צו פארגעסן
אוועטאר
בסתיק
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 4:30 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתיק »

farshlufen האט געשריבן: זונטאג מאי 10, 2009 9:52 am
אונגארישער האט געשריבן:
געדילד איך טי פארשלאגן זאלסט עפענען א רעסעפי אשכול דער עולם וועט הנאה האבן
גא''מ!
ס'איז דא אזא אשכול?
לחידודא

אויס שארפן אביסל די קאפ
אוועטאר
בסתיק
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 19, 2019 4:30 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסתיק »

notification האט געשריבן: פרייטאג אפריל 28, 2023 1:05 am
איך ווייס נישט פארוואס איך האב שוין לאנג די קשיא איך לייג אריין אינעם טשולענט ממש די זעלבע פלייש וואס מיין מאמע לייגט איך ווייס נישט פארוואס ביי איר קומט עס אויס ווייעך ווי פיטער און ביי מיר קומט עס אויס הארטע שטרוי איינער ווייסט ווי די שליסל ליגט אז די פלייש זאל געלונגען ווייעך?
לכאורה איז די סיבה ווייל די נאסקייט פון די פלייש רינט ארויס אינעם טשולענט,
וואס איך מאך צו דעים איז: כ'לייג אריין אינעם טאפ אויל מיט צוויבל, אין אויף דעים די פלייש, כ'דריי דאס ארום גוט פון אלע זייטן,
א 20/30 סקונדעס אויף יעדע זייט, ביז איך זעה אז די פלייש איז אפגעקאכט פון ארום און ארום, וואס דאס מאכט אז די פלייש ווערט
''פארמאכט'' (אין די פלייש איז דא לעכער וואס ווערט פארמאכט דורכן ''אפברענען'') און אזוי בלייבט אלע נאסקייט אין די פלייש, און
די פלייש בלייבט ווייעך, ביי מיר ארבעט דאס זייער גוט,
לאז מיר הערן אויב ס'האט געארבעט,
לחידודא

אויס שארפן אביסל די קאפ
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

איינער ווייסט אפשר ווי אזוי מ'מאכט העלזעל?
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז לענ”ד גוט צו וויסן. די ביליגע סוויס סטעיק קען מען גרילן און סהאט אלע טעמים. מדארף עס גוט גוט באזאלצן און באפעפערן, אפשר קודם אנשמירן מיט א טראפ אויל. מגרילט עס ביז סזעהט אייך אויס גוט (איך גלייך medium well) און דאן עס ארומנעמען מיט א זילבער פאפיר פאר 2 3 מינוט אז די זאפט זאל נישט אנטלויפן נאר זיך איינזאפן אין די פלייש. לענ”ד איז עס די ביליגסטע און בעטעמטסטע ווערסיע פאר עמיצער וועלכער האלט זיך נישט פאר קיין מבין אין פלייש.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
פרוכטפאנטש
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 10, 2023 10:58 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרוכטפאנטש »

ווי קויפט מען סוויס סטעיק? א יעדע בוטשער ווייסט וואס דאס איז?
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

פרוכטפאנטש האט געשריבן: זונטאג יולי 09, 2023 2:42 am
ווי קויפט מען סוויס סטעיק? א יעדע בוטשער ווייסט וואס דאס איז?
יא
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

חסידישער קאך האט געשריבן: דינסטאג יולי 04, 2023 1:19 am
איינער ווייסט אפשר ווי אזוי מ'מאכט העלזעל?
אין די דריי וואכן?
דאס האט אויפגעגען שמחת תורה און פורים
וועלכע חלק ווילט איר וויסן. דאס שטאפן? נייען? מיקטשער?
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

אויף קול מבשר איז דא א מעכטיגע אינטערוויא פון א קעכער שלמה הערש עקשטיין א באקאנטע עסקן אין סאטמאר מהר"א.
ס'איז אן עונג רוחני יעדע איינציגע ווארט.
ער ברענגט א געשמאק צום עסן.
3-1-2716#
אוועטאר
מאמענטאל
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:25 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאמענטאל »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 6:18 pm
אן אינטערעסאנטע זאך וואס איז לענ”ד גוט צו וויסן. די ביליגע סוויס סטעיק קען מען גרילן און סהאט אלע טעמים. מדארף עס גוט גוט באזאלצן און באפעפערן, אפשר קודם אנשמירן מיט א טראפ אויל. מגרילט עס ביז סזעהט אייך אויס גוט (איך גלייך medium well) און דאן עס ארומנעמען מיט א זילבער פאפיר פאר 2 3 מינוט אז די זאפט זאל נישט אנטלויפן נאר זיך איינזאפן אין די פלייש. לענ”ד איז עס די ביליגסטע און בעטעמטסטע ווערסיע פאר עמיצער וועלכער האלט זיך נישט פאר קיין מבין אין פלייש.
א גערויסן שכוח
אז מען רעדט שוין יא פון גריל'ס
וועלכע גריל'ס זענען די בעסטע ?
איז דא א חילוק צו עס איז א עלקטעריק אדער געז ?
אוועטאר
גלוסקא יפה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 07, 2023 12:14 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלוסקא יפה »

fiena nieas האט געשריבן: דינסטאג מאי 31, 2022 12:16 am
איינער ווייסט וויזוי מען מאכט קאכט אדער באקט שארט ריבס
א געשמאקע רעסעפי פאר שאר"ט ריב"ס, אדאפטירט פון בארימטער (גוי'שער) שעף גארדאן רעמזי (מיט קליינע שינוים)

א נאטיץ: איידער מען קאכט סיי וועלכע פלייש, מאכט זיכער אז עס קומט צו רום טעמפעראטור. נעמט עס ארויס פון פרידזש בערך א שעה פאר'ן קאכן.
Preheat oven to 350
Season Short Ribs (1-2 lbs.) with salt and pepper
Sear meat on all sides in a hot pan with olive oil
Add 8-10 garlic cloves to the pan
Add 2 tablespoons tomato puree, let cook for two minutes
Add 2 cups dry red wine, deglaze, and let it reduce to half
After it's reduced add beef stock till half an inch beneath the meat
Cover well with silver foil and bake at 350 for around 2.5 to 3 hours

Short Ribs - מען קען אויך נוצן פלאנקען. איך פערזענליך האב עטליכע מאל גענוצט Flanken ends, אדער Riblets, וועלכע איז ביליגער אין אסאך געשעפטן (וכאן המקום לעורר אויף די געשעפטן וועלכע פארקויפן Spare ribs. זיי שניידן שאר"ט ריב"ס אין האלב, און בומפס! א נייער פראדוקט! וואס איז די תועלת דערפון? אבער עניוועי...)
Deglaze - איז א פראצעדור וואס מען טוט אויפצורייניגן די געשמאקע טעמים וואס ווערן אנגעקלעבט צום טאפ, מען גיסט אריין א ליקוויד - דאס מאל וויין, און מ'לאזט דאס קאכן, און בשעת מעשה קראצט מען אפ מיט א לעפל.
Reduce - מיינט לאזן אויסקאכן. ווען מ'קאכט מיט אלקאהאל איז אייביג ראטזאם צו לאזן אויסקאכן בעפאר, ארויסצונעמען דאס אלקאהאל און בלייבן בלויז מיט'ן טעם.
Beef Stock - (איך מאך אליינס, מיט neck bones אין וועדזשטעבעלס, א גרויסע בעטש און האלט עס אין פריזער לעת מצוא) מען קען נוצן טשיקן זופ אלס אן ערזאץ.
לעצט פארראכטן דורך גלוסקא יפה אום מאנטאג יולי 31, 2023 8:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גזירה שמא ימצא גלוסקא יפה (פסחים ו, ב)
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

נו סאיז גיט??
אוועטאר
גלוסקא יפה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 07, 2023 12:14 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלוסקא יפה »

fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:42 pm
נו סאיז גיט??
גאר גשעמאק און ווייעך (טשעק נאך 2.5 שעה אויב ס'איז גענוג ווייעך). איך האב עס שוין געגעבן פאר נאך עטליכע אידן מיט גאר גוטע רעזולטאטן. שוין אויך פרובירט אום יו"ט אויף א Flanken roast, מעגליך געווען דאס בעסטע יו"ט סעודה פון די לעצטע צוויי-צענדליג יאר.

איך האף ביזט נישט געבליבן הונגעריג די לעצטע 14 חדשים ווארטנדיג פאר אן ענטפער...
גזירה שמא ימצא גלוסקא יפה (פסחים ו, ב)
אוועטאר
fiena nieas
שר ששת אלפים
תגובות: 6251
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

גלוסקא יפה האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:59 pm
fiena nieas האט געשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:42 pm
נו סאיז גיט??
גאר גשעמאק און ווייעך (טשעק נאך 2.5 שעה אויב ס'איז גענוג ווייעך). איך האב עס שוין געגעבן פאר נאך עטליכע אידן מיט גאר גוטע רעזולטאטן. שוין אויך פרובירט אום יו"ט אויף א Flanken roast, מעגליך געווען דאס בעסטע יו"ט סעודה פון די לעצטע צוויי-צענדליג יאר.

איך האף ביזט נישט געבליבן הונגעריג די לעצטע 14 חדשים ווארטנדיג פאר אן ענטפער...
שכוח . איך בין חולה אויף שארט ריבס מען קען קראנק ווערן פון די טעקטושר דערפון אז מען מאכט עס גיט ...

היכי דמי מען מעג עסן בשר וחלב אינאיינעם?...

די ענטפער איז שארט ריבס ווען סאיז ווייעך ווי פיטער...
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

אויב איינער קען צו צייכענען אויב ס'איז שוין דא געווען רעצעפטן פאר cured salmon

בעיקר וויל איך וויסן צו ס'איז דא אן ענין צו קודם לאזן די פיש איינגעזאלצן פאר 24 שעה און ערשט נאכדעם צולייגען די וועדזשטעיבלס אדער קען מען אלעס כובש זיין מיטאמאל
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:28 pm
אויב איינער קען צו צייכענען אויב ס'איז שוין דא געווען רעצעפטן פאר cured salmon

בעיקר וויל איך וויסן צו ס'איז דא אן ענין צו קודם לאזן די פיש איינגעזאלצן פאר 24 שעה און ערשט נאכדעם צולייגען די וועדזשטעיבלס אדער קען מען אלעס כובש זיין מיטאמאל
יא מען דארף עס לאזן איינגעזאלצן נאכדעם דארף מען עס אפוואשן
די ירקות וועלן זיין צו געזאלצן
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 498
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 8:28 pm
אויב איינער קען צו צייכענען אויב ס'איז שוין דא געווען רעצעפטן פאר cured salmon

בעיקר וויל איך וויסן צו ס'איז דא אן ענין צו קודם לאזן די פיש איינגעזאלצן פאר 24 שעה און ערשט נאכדעם צולייגען די וועדזשטעיבלס אדער קען מען אלעס כובש זיין מיטאמאל
לייגן equal amount פין קאושער זאלץ אין צוקער (מאנכע לייגן בראון צוקער), גענצליך ארום לייגן דעם סלייס, לאזן פאר א מינימום 24 שעה (היבש רוי ווי א rear steak), בעסער איז 36-48 שעה (מער דומה צי א medium rear) אין פרידזש, גוט אפוואשן מיט וואסער לייג צוריק אין פרידזש פאר 12 שעה אויפגעדעקט, נאכדעם קענסטו לייגן וועלכע טאפּינגס די האסט ליב.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ביינונז לייגט מען עס מיט די ירקות פאר 48 שטונדען. מען שווענקט אלעס אפ און די ירקות אין די מיסט, אבער די טעם דערפון איז אין דעם פיש. דאן לייגט מען איבער די טאפפינג פאר דעזיין און עקסטערע טעם
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

צו געזונט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:45 pm
ביינונז לייגט מען עס מיט די ירקות פאר 48 שטונדען. מען שווענקט אלעס אפ און די ירקות אין די מיסט, אבער די טעם דערפון איז אין דעם פיש. דאן לייגט מען איבער די טאפפינג פאר דעזיין און עקסטערע טעם
אויב מאכט מען דעם צופיצלטען סטיל צושניידט מען עס פאר'ן קיורען צו נאכדעם?
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7394
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע:חשש גילוי

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

מאטל שניידער האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:49 pm
צו געזונט האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 27, 2023 9:45 pm
ביינונז לייגט מען עס מיט די ירקות פאר 48 שטונדען. מען שווענקט אלעס אפ און די ירקות אין די מיסט, אבער די טעם דערפון איז אין דעם פיש. דאן לייגט מען איבער די טאפפינג פאר דעזיין און עקסטערע טעם
אויב מאכט מען דעם צופיצלטען סטיל צושניידט מען עס פאר'ן קיורען צו נאכדעם?
נאכער. ווייל די גאנצע שטיקער האבען די גאנצע דזשוס און די פליסיגקייט רינט נישט ארויס. ס'יז נאר די טעם וואס גייט אריבער
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מאטל שניידער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3437
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 11:21 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטל שניידער »

מאטל שניידער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 12:32 pm
מי יודע האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 12:27 pm
כפרה האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 7:44 pm
די מעיאנעיז באטל איז מערקבאר די זעלבע ווי אלע אנדערע ברענדס, און אלע אנדערע ברענדס מאכן עס ביי איין ברענד...
גיי מיר עס קאסטן וועל מיר געוואר ווערן
רוב אנדערע ברענדס האט די מייענעס לעצטענס באקומען א וואסעריגע טעם

ממש חוץ לאנדא'ס מיט אלישע זענען נאך נארמאל (מיט רייסיגע פרייזן) גיי מיר אויספרובירן זען וואס בעלביתטע פארקויפט
גארנישט ביעט נישט היימישע מיאנעיז
https://moodmakesthefood.com/recipes/fa ... -mayo.html
א משל איז נישט קיין ראיה, א סתירה איז נישט קיין חידוש, א מבול פון ווערטער איז נישט קיין קוואל פון אמת
~ מעלות


we protest!
יודא הכהן
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2022 9:52 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודא הכהן »

אין די אשכול viewtopic.php?p=4956961#p4956961 @ האט מיין נאמען געלייגט 3 ווידיא'ס פון זייער אינטערסאנטע זאכן וואס מ'קען אלס מאכן מיט טשאקלאד וכד'. ווייסט איינער צו מ'קען זיך דאס צולערנען אויף א אויסגעהאלטענע אופן (ווידיא קורס וכדומה)
געבורטסטאג
שר חמש מאות
תגובות: 998
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געבורטסטאג »

newschest79 האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 29, 2021 11:54 am
לכבוד שבת שירה עמער מהנה זיין דעם עולם מיט א "צוויבל קוגל" רעצעפט.

4 צוויבל - שניידן אויף שטיקלעך (אזוי ווי די צוויבל פון די מאטיאש הערינג)
פרעגלען מיט אויל פאר 2 שעה, קודם מאכן א העכערע פלאם איינמאל ס'פרעגעלט זיך שטארק דארף מען עס אראפ רוקן צו א נידריגע פלאם, יעדע 10-15 מינוט געבט מען א מיש דעם טאפ [צוויבל בטבע קלעבט אסאך צו די טאפ, איז ראטזאם צו מישן עטליכע מאל אינדערמיט] נאך א האלבע שעה לייגט מען אריין 3 לעפלעך וואסער, און מ'לאזט עס ווייטער פרעגלען פאר 1:30 שעה.
די לעצטע 5 מינוט וואס ס'פרעגלט זיך לייגט מען אריין,
1/2 טי-ספאן זאלץ
2 shakes ווייסע פעפער
דערנאך נעמט מען אראפ די פענדל פון פייער, און מען זייעט אדורך די צוויבל [די גאנצע אויל זאל ארויס גיין].

יעצט מאכן מען די טייג.
3 קאפס מעיל
3/4 קאפ אויל
3/4 קאפ וואסער
1/4 טי-ספאן זאלץ
מען קנעט איין די טייג מיט די הענט, דערנאך וועלגערט מען אויס די טייג גאר דין, און מען שמירט ארויף די צוויבל אויפן טייג ( מאך זיכער אז די צוויבל איז נישט צו הייס) און מען ראלט די טייג (אזוי ווי א קאקאש רוט) מען שמירט ארויף אייער מיט סעסעמי סידס.

מען באקט עס פאר 50 מינוט אויף 350

יאכלו ענוים וישבעו!

נ.ב. צענדליגע אידן האבן זיך שוין מחי' געווען מיט די רעסעפי.

לאזט מיך וויסן וויאזוי ס'איז געווען.

א גוט שבת!!
כברענג עס ארויף וויל כוויל עס פרובירן, און איך וויל עס נישט דארפן זוכן שפעטער, סארי פארן אויפוועקן
גאאאאד מארנינג רבותי..... אה!
נזר הנבונים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 01, 2020 1:36 am

Re: רעסעפי'ס - קאכן, און באקן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נזר הנבונים »

אז מברענגט שוין אריין די קוגל, ווייסט איינער די רעסעפי פון די בארימטע "פערפל קוגל" וואס מען עסט שבת בייטאג ביים קידוש אין תולדות צבי דספינקא און אין תולעת יעקב?
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”