איז א פראבלעם צו פארן מיט טוירקיש-עירליינס
אנומעלט, די פרוי האט געבעטן א טריפ קיין ארץ ישראל, נאך שווערע הפצרות האב איך נאכגעגעבן. כ'האב ארויפגעשטורעמט אויף ארביטז און גענומען דעם ביליגסטן טיקעט וואס כ'האב געזען פאר די אויגן. דהיינו, טוירקיש עירליינס.
שוין, כ'בין געווען בשמחה אז נאר, פלוצים א קלאפאטע, פרייטאג צונאכטס, די נשים רעדן זיך צונויף אין האלוועי. נעמט זיך א שכינה מאכן יעלות אז טורקיש עירליינס איז דעינדזשעראוס, און מען טאר נישט פארן דערמיט, און אפילו ווען זי אזי געפארן 4 וואכן צוריק האט איר איר טרעוול עידשענט אפגערעדט פון טוירקיש עירליינס
בקיצור, די פרוי האט אנגעהויבן א וויי געשריי, אז זי וויל נישט טערקיש עירליינס, וואס טוט מען דא, אזא צרה מיך צו באפאלן אויף מיינע עלטערע יארן.
עניוועי, איך פרוביר מסביר צו זיין די ווייב, אז סיי וואסערע געפאר עס קען זיין מיט טערקיש עירלינס איז פונקט אזא געפאר מיך צו מאכן ארויסשעלן פון טאש נאך 500 פאר א טיקעט פאר אן אנדערע עירליין, שוין אפילו גערעדט אויב טורקיש עירליינס וועט מיך ריפאנדן דאס געלט.
הקיצור אידן זייט מיר מסביר, איז עפעס ראנג מיט טוירקיש עירליינס?