יארצייטען פון אנשי שם און (לאו דוקא) רבנים ואדמורי"ם
"אייוועלט" האט ב"ה מצליח געווען צו דינען כשמו "אידישע וועלט", ווען עס איז ב"ה זייער אויפגעפיקט ארום די "די אידישע וועלט", עס דינט ווי א אנציקאפלעדיע פאר אידען ארום די וועלט פאר אלעם און אלעס,
פולע יארען איידער איך האב מיר גענומען די מיה זיך ארויפציסיינען האב איך לאנגע שעות פארברענגט ביים שפאצירען אין דעם וויינגארטען אלץ גאסט און באטראכט די הערליכע אשכולות און טרויבעלעך און ראזשינקעס אין די געסעלעך פון אייוועלט, ווען איך טרינק מיט דורשט די פולע אינפארמאציע וואס די "אייוועלט" וויינגארטען האט געהאלטען אין איין אפדעיטען, אן ארבעט וואס איז ראוי לשבח גדול מאד ואין גומרין עליו את ההלל,
"גוט" האט דאך נישט קיין גרעניץ, און מען קען כסדר מוסיף זיין און גיין מחיל אל חיל, דעריבער האב איך געוואלט מציע זיין אז אזוי ווי עס איז דא א אשכול מיטן נאמען "ברוך דיין האמת", זאל אויך זיין א אשכול מיט די נאמען "יארצייטען פון אנשי שם און (לאו דוקא) רבנים ואדמורי"ם", וועלכע זאל דינען ווי א דערמאנוג אשכול איבער געשעצטע פרעזענדליכקייטען אינעם היימישען אידישע וועלט,
אנשי שם ווי בארימטע תלמידי חכמים, בארימטע עסקנים, אדער סתם פארצייטישע אידען בעלי שם טוב, וועלכע אסאך פון אונז וועלען זיך פרייען ווען מען וועט זיי מזכיר זיין דא לטובה, און פארשטייט זיך צוברענגען א בילד א שיינעם,
פארשטייט זיך אז רבנים און אדמורי"ם זענען אויך וועלקאם אינעם אשכול, אבער איך דענק אז פון רבנים און רבי'ס ווייסט מען גענוג, אבער פון אידען וועלכע האבען נישט געטראגען א רבני'שע אדער רבי'שע טיטול רעדט מען ווייניג און מיר פארגעסען פון די גרויסע מענטשען, און בעיקר דער יונגער דור ווייסט נישט ווער די אידען זענען געווען, און דאס קאן זיין א גרויסער אויפטוה פאר די ציבור,
דעריבער אפעליר איך צום עולם, איר ווייסט פון א יארצייט פון א איד א איש שם טוב? לייגט אים ארויף און זייט מזכה דעם עולם און די זעלבע צייט איז עס א ריכטיגע הזכרת נשמות, ווען מיט דעם וואס מען וועט זען און הערען זיינע גוטע מעשים וואס וועלען דינען אלץ מוסר השכל, וועט עס זיין א גרויסער טובה פאר די נשמה.
ויושר ילוצי בעדינו חיות אש
רעבעניו איטשע