דער מיטל וואס איך גיי דא רעדן איז זייער זייער פאוערפול, ביודעי ומכירי קאמינא, עס האט נאר איין ריזן פראבלעם...עס קאסט נישט קיין ניקלסא קיינער וועט עס אייך נישט מארקעטען און שטופען אייך צו טוען....ווייל קיינער גייט נישט אויף דעם מאכן קיין ראציגען דאלאר... ממילא אין הדבר תלוי אלא בך.
וועמיל דא אנהייבן מיט א הקדמה, א מימרא פון איינעם וואס ווערט גערעכענט פון די גרעסטע עקספערטען איבער געזונט אין אמעריקא, DR. WEIL. ער טועט אסך אין נוטרישאן און אלטערנאטיווע מעדעצין בנוסף צו געהעריגע מעדעצין.
Famous health guru, Dr. Andrew Weil, says that if he could only give one tip for better health, it would be to breathe properly
לאמיר עס מאכן בקיצור אן אריינגיין אין די הקדמות והסברים וכולי, וועל איך מיטטיילן מיטן עולם אן אטעמען עקסערסייז וואס איך טוע,און איך קען זאגן אז יעדע איינציגע מאל וואס מאך דעם עקסערסייז שפיר איך א חילוק. איך זע באמת נישט פארוואס עס זאל נישט העלפען פאר אנדערע פונקט אזוי.
וואס איך האב פארן אנהייבן דעם עקסערסייז
-15 ליידיגע מינוט -א טיימער -א העט פאון צו קענען הערן עפעס בשעת מעשה (ראטזאם אז מען זאל נישט ווערן באורד)
די עקסערסייז
דאס אטעמען באשטייט פון 4 חלקים, אריינאטעמען, האלטען די לופט אין די לונגען, ארויסאטעמען די לופט, האלטען די לופט אינדרויסען ביז ווען מען הייבט אן נאכאמאל אריינאטעמען. ווען מען אטעמט פון זיך אליינס,דויערט איין אטעם (אלע פיר חלקים צוזאמען) 5-7 סעקונדעס, אבער בשעת איך מאך דעם עקסערסייז געדויערט איין אטעם צווישען 45 סעקונדעס און א מינוט.
די ערשטע און וויכטיגסטע חלק איז דאס ארויסאטעמען, מען אטעמט ארויס שטייט דורך "די מויל" און מען וויל מאכן זיכער אז מען שטופט ארויס דימאקסימוםלופט וואס ליגט אנגעזאמעלט אין די טיפעניש פון די לונגען אויסגעמישט מיט קארבאן מאנאקסייד, אזוי עס זאל קענען אריינקומען ווי מער פון די פרישע אקסיגאן לופט. ווען איך מיין אז מען האט שוין ארויסגעשטופט די מערסטע לופט גיט מען נאך א עקסטערן שטופ ארויס נאך אביסל לופט, די חלק נעמט ביי מיר15-20 סעקונדעס.
די צווייטע חלק איז דאס האלטן די לופט אינדרויסען (די הפסק צווישען ארויסאטעמען און אריינאטעמען). ביי מיר נעמט די חלק2-3 סעקונדעס, עס איז מיר פשוט זייער שווער אנצוהאלטען לענגער נאכן האבן ארויסגעאטעמט אזוי פיל לופט.
דער דריטער חלק איז דאס אריינאטעמען די לופט, דאס איז אויך גאר א וויכטיגער חלק, מען אטעמט אריין שטייטליך דורך די נאז, טיעף אריין, און מען פראבירט אריינצונעמען נאך און נאך. אסך מאל פראביר איך אריינצונעמען די מאקסימום לופט ממש, אבער אסך מאל קוק איך מער אויפן טיימער ווען עס ווערט 15 סעקונדעס שטעל איך מיך אפ ביי כמעט מאקסימום. נעמט געווענדליך 15-20 סעקונדעס
דער פערטער חלק איז דאס האלטען די לופט אינעווייניג. אויך גאנץ א וויכטיגער חלק. דאס נעמט געווענדליך 10-15 סעקונדעס.
פון דא און ווייטער איזחוזר חלילהצוריק צום ערשטען חלק.
איידער איך טובל זיך פרוביר איך ארויסצובלאזן מיין גאנצע לופט פון די לונגען, כדי אז די טבילה זאל מיר אנקומען לייכט און איך זאל זיך נישט דארפן מוטשען זיך אראפצובייגן אונטער די וואסער. וואסי פשט אז די ערשטע זאך ווען איך קום ארויף פון די וואסער דארף איך און איך האב נאך וואס ארויסצואטעמען. פון וואנעט איז מיר נולד געווארן נייע לופט אין די לונגען?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט?כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך...פאר מער זעהדא
יידישע קהילות האט געשריבן:
איידער איך טובל זיך פרוביר איך ארויסצובלאזן מיין גאנצע לופט פון די לונגען, כדי אז די טבילה זאל מיר אנקומען לייכט און איך זאל זיך נישט דארפן מוטשען זיך אראפצובייגן אונטער די וואסער. וואסי פשט אז די ערשטע זאך ווען איך קום ארויף פון די וואסער דארף איך און איך האב נאך וואס ארויסצואטעמען. פון וואנעט איז מיר נולד געווארן נייע לופט אין די לונגען?
דאס איז דאך די זאך, דיינע לונגען זענען צוגעוואוינט נאר ארוסיצובלאזן א קליינע חלק פון די לופט. די איבריגע בלייבט זיצן דארט, דעטס די פוינט פונעם עקסערסייז.
סידיראם האט געשריבן:
עס איז דא א סידי צו באקומען פון חנוך ראזענבערג וואס לערנט אויס די מענטש צו רילעקסן מעט די אויבנדערמאנטע מיטל. עס איז דא צו באקומען אין די געשעפטן