הגאון בעל כתר כהונה ובנו הג"ר חיים מאיר זאב זעלענפריינד זצ"ל
----
הגאון רבי חיים מאיר זאב הכהן כ"ץ-זעלענפריינד זצ"ל איז געבוירן געווארן בשנת תק"ל צו זיין פאטער הגה"ק רבי יצחק אברהם אבלי כ"ץ זצ"ל אב"ד פינטשוב בעל שו"ת "כתר כהונה". ער איז געווען קודם רב אין טרלא, פולין, ביז שנת תקס"ח ווען ס'האט אויסגעבראכן א גרויסע שריפה אין שטאט, און דאן איז ער געגאנגען נע ונד ביז ער איז אנגעקומען קיין אונגארן, דארט איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אין ראצפערט, דערנאך אין נאודאדוואר פאר עטליכע יאר, און דעמאלסט אויפגענומען אלס רב אין סעליש און די גאנצע אומגעגענט אוגאטשא, ווי ער האט אויך געפירט א גרויסע ישיבה, ביז צו זיין פטירה, זייענדיג אין די שטאט סיגוט, ווי ער איז געפארן זיך היילן פון זיינע גרויסע יסורים, ביום כ"ב אדר ב' שנת תקצ"ב, אין ער ליגט דארט אין סיגוטער ביה"ח.
עס איז איבערגעבליבן פון אים די ספר "שערי חיים" אויף סוגיות הש"ס, וועלכע מ'האלט יעצט אינמיטן איבערדריקן במהדורה נאה ומתוקנת, מיט תולדות המחבר. און עס צום האפן אז די חשוב'ע ציבור וועלן אונז ארויסהעלפן מיט פארשידענע ידיעות און פרטים איבער דעם דאזיגן גאון וגדול
---
איינמאל ווערט ער דערמאנט דא אויף אונזער וועלטל, דורך ר' שמחה