ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 13: ר' יוסקע קדוש הי"ד
אין שטאט מונקאטש האט געוואוינט א דיין מיט'ן נאמען ר' דוד שליסל ז"ל, ער האט פארציילט וואס ער האט מקבל געווען פון זיינע זיידעס, אז אין די צייטן פון דעם הייליגן בעל שם טוב הקדוש, האט געוואוינט אין שטאט דזיקוב א איד מיטן נאמען ר' יוסף, גערופן האט מען אים 'ר' יוסקע שוחט', זייענדיג א גאר דערהויבענער איד און א הייליגער אפגעהיטענער איד.
האט זיך געמאכט אמאל, אז דער ר' יוסקע מיט נאך דריי אידן, האבן געדארפט אמאל אויספארן אונטערוועגנ'ס, און אריבער גיין דעם גרעניץ קיין פולין, האבן זיי געדינגען עפעס א שייגעץ א בעל עגלה וואס זאל זיי אריבער שווערצן דעם גרעניץ און אריבער פירן דעם וואסיל טייך וואס האט אפגעטיילט צווישן די לענדער [דער טייך שניידט דורך גאנץ גאליציע און רוסיש פולין, וואס אין יענע צייטן איז דאס געווען אפגעטיילט מיט א גרעניץ], דער שייגעץ האט זיי ארויף געזעצט אויף זיין פיאקער און אזוי זענען זיי געפארן ביז אריבער דעם גרעניץ.
נאכ'ן גרעניץ האבן זיי זיך אפגעטיילט פון דעם בעל עגלה, און יעדער איז זיך געגאנגען זיין וועג, נאך אפאר טעג ווען זיי האבן שוין געוואלט זיך צוריק קערן קיין דזיקוב, האבן זיי נישט געפינען זייער בעל עגלה, און מיינענ'דיג אז ער איז שוין פון פריער צוריק געפארן, האבן זיי געדינגען א אנדער בעל עגלה וואס זאל זיי אריבער פירן צוריק אהיים קיין דזיקוב.
אנקומענדיג קיין דזיקוב האבן די שטאט'ס לייט געזעהן אז די אידן האבן נישט צוריק געברענגט דעם בעל עגלה, וואס דער סדר פלעגט נארמאל זיין אז ביי אזעלכע נסיעות נעמט מען מיט דעם בעל עגלה אויף דעם גאנצן נסיעה און מ'קערט זיך צוריק מיט אים אויך, האט זיך גלייך אנגעהויבן טומלען אין שטאט, און אפאר גוים האבן זיך נאך געקויפט די מצוה צו טענה'ן אז די אידן האבן דער'הרג'עט דעם ערל טמא, והא ראיה דער שוחט איז דאך מיטגעפארן מיט זיי, מן הסתם האט ער אים זיכער גע'שחט'ן ערגעץ ווי אינטערוועגנ'ס, און די גאנצע שטאט איז געגאנגען אויף רעדער.
דארט אין דזיקוב האט דעמאלט'ס געהערשט א פריצ'טע א נקיבה א גרויסע קלאפטע און א מעכטיגע מרשעת, און וועלנ'דיג געפעלן אין די אויגן פון אירע גוי'אישע אינטערטאנען, און באווייזנדיג אז זי פירט א ריכטיגע משפט, און גלאט אזוי האט זי דאך געקענט באשטיין זיך צו באסמאקעווען מיט'ן הרג'ענען אפאר אידעלעך, האט זי געלאזט וויסן פאר יעדן, אז זי פערזענליך וועט אנפירן מיט זייער משפט, זי האט באטאנטס אז היות דער ר' יוסקע איז געווען דער אנפירער דעריבער וועט ער אסאך הארבער באשטראפט ווערן, און פון אים וועט זי עקסטער קעיר נעמען, אבער נאר נאכדעם וואס זי וועט מסדר זיין די אנדערע דריי שולדיגע אידן.
דערווייל געהייסן מ'זאל די פיר אידן לייגן אונטער ארעסט. ווי זיי האבן געשמאכט פאר דריי טעג און דריי נעכט, זיצנדיג אין א ענג'ן עיפוש'דיגע צעל אן אריינברענגענדיג קיין שום עסן אדער טרינקען אין זייער מויל, נאך גאנצע דריי מעת לעת ווען די אידן זענען שוין געווען זייער אפגעשוואכט פון דעם געצווינגענעם תענית, האט זי באפוילן מ'זאל לאזן בראטן א שטיקל 'דבר אחר' און מ'זאל דאס סערווירן פאר די אידן, די אויסגערעכנטע רשעות איז אומ'צובאגרייפן, די אידן זענען געווען האלב פאר'חלש'ט און ס'האט זיי כעמט געכאפט א בלמוס, אבער דער באשעפער האט זיי געגעבן די אומ'נארמאלע כוחות, און זיי האבן מצליח געווען זיך צו מתגבר זיין אויף דעם שרעקליכן אומ'דערטרעגליכע נסיון.
ס'געווען וואס האבן פראבירט איינ'טענה'ען מיט זיי אז ס'איז פיקוח נפש, אבער זיי האבן מיט שטאלץ קלאר געמאכט אז ס'נישט ווערט דער גאנצער לעבן, אויף צו ענדיגן מיט זיך מתגעל זיין מיט מאכלות אסורות, און וועלן ליבערשט אויסוועלן צו שטארבן על קידוש שמו יתברך.
ס'געקומען דעם טאג פונעם משפט, וואס איז אויסגעקומען אויף דעם דריטן לעכטל פון חנוכה ז"ך כסלו וואס איז יענעמ'ס יאר געווען א ערב שבת קודש, האט די מכשיפה די נידערטרעכטיגע קלאפטע, צוגעטראטן צו די דריי אידן, און מיט איר אזוי-גערופענע גרויס גוט'סקייט פארגעשלאגן אז אויב זיי וועלן מסכים זיין זיך צו שמד'ן רח"ל וועט זי זיי לאזן ביים לעבן און באפרייען, די אידן האבן זיך פארשטענדליך אויסגעלאכט פון די מכשיפה, און מיט א אויפגעהויבענע קאפ און א אידישע שטאלץ אפגעלאכט און געשפעט פון איר, און זי האט זיי געלאזט הרג'ענען אויפן פלאץ, הי"ד.
נאכ'ן שטילן אביסל איר תאוות הרציחה מיט דאס טויט אורטייל פון די דריי אידן, האט זי זיך אצינד גענומען צו דעם ר' יוסקע, וואס אנגעבנדיג אז ער איז געווען זיכער דער וואס האט אנגעפירט מיט די הריגה דעריבער וועט זי אים פאר'משפט'ן צו געטויעטעט ווערן מיט א מיתה משונה רח"ל.
די פריצ'טע האט אנגענומען דעם הידור פון מצוה בו יותר מבשלוחו, און דעריבער האט זי זיך פערזענליך געפארעט מיט זיין משפט, ביים משפט האט די מרשעת פארשטענדליך געטראפן אונזער ר' יוסקע שולדיג אין די הריגה און האט באפוילן מ'זאל נעמען א גרויסן האלצערנעם פאס, און דאס באשמירן פון אינדרויסן און פון אינעווייניג מיט 'שווארץ אויל' וואס צינדט זיך שווער אן, נאכן ענדיגן באשמירן דעם פאס, האט זי געהייסן אריין לייגן אייזערנע שטריק מיט וואס מ'זאל דעם ר' יוסקע בינדן און קענען פייניגן רח"ל, און ארויסשלעפן דערביי פון פאס ווען זי וועט גליסטן.
דערנאך האט די מרשעת געהייסן מ'זאל דעם ר' יוסקע צו בינדן און אריין געלייגט דעם ר' יוסקע אין דעם פאס, אזוי ווי מ'האט דעם ר' יוסקע אריין געלייגט האט די מרשעת באפוילן מ'זאל אינטערצינדן א פייער פון אינדרויסן, און מ'האט געווארט ביז דער פאס איז געווארן ברי'עדיג הייס פון אינעווייניג אויך, ווען דער פאס איז געווען איבערגעהיצט פון אינעווייניג און פון אינדרויסן, און דער ר' יוסקע איז שוין שיעור נישט אומ'געקומען פון די אומ'דערטרעגליכע וואונדן, האט די קלאפטע געהייסן מ'זאל מאכן א לאך אינעם פאס, און ארויס שלעפן דעם ר' יוסקע, מ'האט אים ארויסגענומען האלב פאר'חלש'ט און פיל מיט בריען און האלב פארברענט, די קלאפטע האט זיך געוואנדן צו אים און אים געזאגט, זעהסט דאס אז דו גייסט יעצט שטארבן, און פון מיינע גרויזאמע הענט וועסטו זיך נישט ארויס דרייען, איך בין אבער גרייט דיר צו באגאנדיגן אויב ביסטו נאך יעצט מסכים זיך צו שמד'ן רח"ל, נעם איך דיר יעצט ארויס פון דא, און איך וועל דיר אויסהיילן און געבן אלס'דינג גוט'ס, ווי נאר ר' יוסקע האט געזעהן ווי די קלאפטע ציהלט, האט ער זיך איינגעבויגן מיט זיין ביסל כוח וואס ער האט נאך געהאט אין זיך און אנגעהויפן ביידע הענט מיט זאמד פון די ערד, און האט מיט זיין גאנצע כח וואס ער האט נאך פארמאגט דאס אריין געווארפן די קלאפטע אין איר מויל, און דערמיט איר פארשטומט געמאכט פאר א וויילע, און דעמאלט'ס האט ער אויסגעשריגן מיט א הויך קול 'שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד', און איז פון זיך אליינ'ס צוריק אריין געשפרינגען אינעם פאס אריין, נישט געבנ'דיג פאר די קלאפטע נאכאמאל דאס פארגעניגן אים צו פייניגן נאך און נאך, און האט אויסגעהויכט זיין נשמה דארט אויפן פלאץ, אין יענעם ערש"ק ז"ך כסלו נר ג' ד'חנוכה הי"ד.
יענעם ערב שבת קודש, האט דער הייליגער בעל שם טוב זיך אנגערופן די קדושי דזיקוב זענען אויסגעגאנגען על קידוש שמו יתברך, און מיר האבן געהערט אז זייער נשמה איז ארויסגעפארן מיט'ן זאגן 'גוט שבת', ויצאה נשמתם באמירת גוט שבת.
די פריצ'ע איז דאך געווען זייער פארשעמט פון די אקט, האט זי באפוילן מ'זאל דעם הייליגן קערפער פארברענען ביז אויף אש, און נעמען דעם אש, און דאס צושפרייטן אויף דעם וואסיל טייך, אנגעבנדיג אז זי ווייסט אז אויב מ'באגראבט די אידן זיי קענען זיי זיך נוקם זיין, דעריבער בעהט זי מ'זאל צושפרייטן דעם אש און אים נישט בא'ערד'יגן, כדי דער ר' יוסקע קדוש זאל נישט קענען זיך נוקם זיין אין איר.
א פאר טעג שפעטער האט זיך געמאכט, אז די מכשיפה די מרשעת איז אויסגעקומען צו פארן איבער דעם וואסיל, און זייענדיג אין דעם וואסיל, איז געקומען צו פליען צווי פויגל, זי האט זיך גענומען שרייען מיט שרעק, ראטעוועט'ס מיר, דער ר' יוסקע איז געקומען זיך נוקם זיין אין מיר, אבער נאך פאר וואס ווען, האבן די צוויי פייגלעך איר אויסגעשטאכן די צוויי אויגן, זי האט גלייך אנערקענט אז דאס איז נישט קיין נארמאלע ערשיינונג, אז אינמיטן דעם וואסער זאל ערשיינען צוויי פייגל, און נישט ווי זייער געוואוינהייט, זאלן זיי אריין שטורעמען אין אירע אויגן, און זיי אויסשטעכן, פאר פחד איז זי גלייך צוריק געפארן צו זיך אהיים, אבער נאך איידער וואס ווער ווען, איז זי קראנק געווארן און אריין געפאלן אין בעט.
אפאר טעג שפעטער בא הרוג ברגלו, און דער אלטער בעל עגלה האט זיך אפיר געזיכט און אנגעקומען צוריק אהיים, יעצט האט זי שוין טאקע איינגעזעהן אז זי האט אומזיסט שופך דם געווען פון די דריי אידן בכלל, און פון דעם ר' יוסקע קדוש בפרט, האט זי באפוילן אז מ'זאל אנהייבן טיילן ווייץ פון איר שייער אויף איר חשבון כדי זיי מיט כאטש עפעס פארגיטיגן, דערווייל האט איר עונש נישט געשפעטיגט צו קומען, און זי איז געווארן שטערבליך קראנק, ווערנדיג א האלבע אינוואליד ב"ה, און איר קערפער האט אנגעהויבן שימלען, און פאלן שטיקער, ווען ווארים קריכן ארויס פון איר קערפער, אזוי האט זי זיך געפייניגט מיט שרעקליכע יסורים פאר א שיינע פאר חדשים, ביז זי איז ענליך אויסגעלייזט געווארן פון אירע שרעקליכע שמערצן און אפגע'פייגערט' מיט א מיתה משונה, פארן פייגערן האט זי באפוילן איר משפחה אז ווילאנג ס'וועט נאך עפעס בלייבן פון מיין געלט, זאל מען ווייטער שטיצן די משפחה פון דעם ר' יוסקע כדי זיי צו איבערבעטן.
נאך א לענגערע צייט פון א שיינע פאר יאר, האט די משפחה מחליט געווען אז ס'איז שוין צייט צו אויפהערן געבן געלט, ווייל וויפיל איז דער שיעור אז זיי זאלן לעבן אויף קעסט פון זייער קאסע, אבער גלייך דערנאך איז איינער פון די משפחה גלייך שווערליך קראנק געווארן, האבן זיי זיך שנעל צוריק געכאפט און אנגעפאנגן צוריק צו געבן געלט, און יענער איז צוריק געזונט געווארן. דאס האט אנגעהאלטן ביז די ערשטע וועלט מלחמה האבן נאך אירע אייניקלעך געשטיצט דעם ר' יוסקע קדוש'ס אייניקלעך.
ווען ס'איז אריבער איבער 100 יאר פון די מעשה, האט די משפחה מחליט געווען אז גענוג איז גענוג, און זיי האבן געסטאפט צו געבן, ווי נאר זיי האבן געסטאפט צו געבן, האט אויסגעבראכן א מאסיווע פייער וואס האט פאברענט זייער גאנצע האב אין גוט'ס, די מעשה האט דעמאלט'ס אפגעקלינגען א וועלט, און ס'איז געווען באשריבן אפי' אין איינע פון די לאקאלע צייטונגען אין טאראנטא, שאפנ'דיג א געוואלדיגע קידוש ה', צו זעהן אז אית דין ואית דיין.
יארצייט ז"ך כסלו
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי