Re: ברעיקינג: ביבי ווערט קרימינאל אויסגעפארשט
בשעת וואס אלע דיונים ביז היינט איז געווען מער ארום און ארום, האט מען היינט אנגעהוביען די ערשטע שלב פון די משפט בפועל וואס דאס ווערט אנגערופען "שלב ההוכחות"
ווי למעשה גייען ארויפקומען אלע "עדי תביעה" (איבער דריי הונדערט) וואס גייען איבער געבען זייערע חלק וואס זיי ווייסען, איבער די קלאגען, און די צד פון נתניהו וועלן דארפען פרובירען אפפרעגען יעדע איינער,
לפי די מומחים די שלב אליין איז ערווארטעט צו זיך צוהען ארום צוויי יאר, און נאכדעם הייבט זיך אהן די צווייטע שלב פון ברענגען "עדי הגנה" וואס דאס פארקערטע עדים מצד די נאשם.
היינט אינדערפרי איז פארגעקומען די פתיחה מיט א דרשת פתיחה פון די תובעת הראשי 'ליאת בן ארי' ווי למשך א האלבע שעה בערך האט זי מסביר געווען וואס די משפט איז און פון וואס מען גייט דן זיין,
ביי דעי שלב איז נתניהו די "נאשם" געזעצן און אויסגעהערט די דרשה און גלייך דערנאך פארלאזט די פלאץ.
די משפט גייט יעצט ווייטער אן, נאר מיט די עורכי דינים.