וועב דעזיין שיעורים
איך וועל גלייך גיין צום פינטל אין תיכף אריינשפרינגן בעומקי וועב דעזיין (אויב עס איז אפילו טיף),
כדי צו קענען מיטהאלטן ברויך מען האבן א...
- קאמפיוטער.
קאוד עדיטער
בראוזער
קאוד עדיטער:באמת קען מען נוצן נאטפעד און סיי וועלכע טעקסט עדיטער, נאר כדי צו קענען שרייבן שנעל און באקוועם און צו פארמיידן עררארס איז דא ספעציעלע קאוד עדיטערס פאר HTML CSS וכדו' איך האב די מערסטע הנאה פון BRACKETS וואס מקען דאונלאודן דא http://brackets.io/ עס איז א פרי פארגרעם פון אדאובי, די מעלות וועט מען זעהן שפעטער ווען מ'הייבט אן צו שרייבן, ווארד וכדו' וועט נישט ארבעטן.
בראוזער:איז אויך גוט סיי וועלכע סאיז גוט צו האבן עטליכע אזוי קען מען טעסטן וויאזוי עס קוקט אויס אין אלע בראוזערס.
מיט די דריי זאכן זענען מיר גרייט אנצוהייבן, מדארף נישט קיין האוסטינג אקאונט, סערווער, דאמעין. צו שרייבן א סייט איז גענוג די אויבן דערמאנטע
ווי אויך זענען דא וועבסייטס ווי מקען שרייבן אין ראנען קאוד למשל https://codepen.io/ עס האט אויך א מעלה אז מקען שערן, צו ווייזן אדער צו פרעגן.
מיר וועלן אנהייבן מיט די צוזאמענשטעל פון וואס אן HTML פעידזש איז צוזאמאנגעשטעלט
די ראשי תיבות איז Hyper Text Markup Language וואס גאאגל טרענסלעיט טייטשט אזוי… "היפּער טעקסט מאַרקאַפּ שפּראַך", מ'מוז נישט פארשטיין די טייטש נאר איין זאך עס איז א מארקאפ שפראך דאס הייסט אז משרייבט סימנים און דער בראוזער פארשטייט דורך דעם וויאזוי צו דיספלעיען, צו ווייזן די פעידזש,
HTML איז נישט קיין סקריפטינג שפראך, עס איז בלויז ענגליש, און מען קען זיך עס אויסלערנען אין גאר א קורצע צייט, אויב קען מען אביסל ענגליש איז זייער גרינג עס אויפצוכאפן, די ציל פון HTML איז אריינצוברענגען אלע זאכן וואס דארפן זיין אין די פעידזש למשל טעקסט בילדער באטאנס וכו' וכו' אלעס וואס מ'זעהט אויפן פעידזש איז דא דורך HTML, אבער עס קומט אריין זייער נישט שיין, דערפאר איז דא CSS וואס איז אויך פשוט ענגליש וואס דורך דעם קען מען סטיילן אלעס פון די פעידזש,
HTML איז אויסגעשטעלט מיט "טעגס" ד.מ. ווען מ'וויל עפעס זאל שטיין אין גרויס לייגט מען עס אריין אין א טעג וואס זאגט פאר די בראוזער וואס ליינט עס אז דאס זאל זיין גרויס, צב"ש איז דא א זייער באנוצטע טעג וואס הייסט H1, באריכות Heading 1 איז אויב שרייבט מען א סענטענס און פארדעם און נאכדעם שרייבט מען H1 וועט עס שטיין אין גרויס, די טעגס קוקן אויס אזוי
קאוד: וועל אויס אלע

טעקסט

א לינקע ערוי (שיפט ת) > דערנאך די נאמען פון די טעג למשל H1 דערנאך א רעכטע ערוי (שיפט ץ) < נאכדעם קען מען שרייבן וואס מוויל ס'זאל שטיין און חוזר חלילה מיט איין קליינע שינוי אז נאך די ערוי פאר די טעג נאמען לייגט מען א פארווארד סלעש (נעבן די רעכטע שיפט) אין דאס איז עס אזוי ארבעט HTML.
די טעגס קען מען שרייבן אפפערקעיס אדער לאוערקעיס, אבער די סדר איז צו שרייבן נאר לאוערקעיס.
כמעט יעדע טעג ברויך מען פארמאכן דהיינו סיי שרייבן פארדעם כדי צו וויסן ווען אנצוהייבן , און סיי נאכדעם צו וויסן ביז וואו עס גייט. (חוץ אפאר וואס מברויך נישט פארמאכן ווי מיר וועלן שפעטער זעהן)
בעסיק טעקסט טעגס
פאר העדינגס איז דא 6 לעוועלס H1 H2 H3 H4 H5 H6 וואס יעדע איז אביסל קלענער פון די אנדערע, H1 איז פאר גאר גרויסע העדינגס למשל אויף די ערשטע פעידזש פון א סייט און H2 איז אביסל קלענער וכו', חוץ פון די גרויסקייט און קליינקייט זאגט עס אויך פאר די סערטש ענדזין ווי וויכטיג די טעקסט איז,
צו שרייבן א פערעגרעף נוצט מען P פשוט און גראד.
קאוד: וועל אויס אלע

Lorem Ipsum is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s

צו מאכן טעקסט באלד לייגט מען צו א B טעג בעפאר און נאך די ווערטער כזה:
קאוד: וועל אויס אלע

Lorem Ipsum is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s

צו מאכן איטאליק (שיף) לייגט מען אן i
קאוד: וועל אויס אלע

Lorem Ipsum is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s

פאר אנדערליין U
פאר אויסגעשטראכן DEL ׁ(דיליטעד)
פאר היילייט MARK
פאר קליינע טעקסט SMALL
פאר סובסקריפט SUB
פאר סופערסקריפט SUP
מען נוצט אויך STRONG פאר באלד, און EM פאר איטאליק עס איז בעסער פאר סקרין רידערס, ווי אויך INS (אינסערטעד) וועט אויך מאכן א אנדערליין.
ס"ה
(הגה: צוצולייגן א ענטער נוצט מען BR)
https://codepen.io/toiglicher/pen/ygVBXG
קאוד: וועל אויס אלע

Heading 1

Heading 1

Heading 1

Heading 1

Heading 1

Heading 1

This is a paragraph! Lorem Ipsum is simply dummy text of the printing and typesetting industry. Lorem Ipsum has been the industry's standard dummy text ever since the 1500s

this is Bold Text

this is Italic Text

this is Strong Text

this is Emphasized text

this is Marked text

this is Small text

this is Deleted text

this is Inserted text

this is Subscript text

this is Superscript text

די פעידזש וועט אויסקוקן אזוי:
ביי די קומענדיגע לעקציע וועלמיר גיין אין א רייע וויאזוי אנצוהייבן שרייבן א נייע פעידזש אא"וו.
ייש"כ פאר עין טובה פאר די הגהות