איך האב איהם איצט געהערט אויף די נייע טעיפ 'בקול' כ'מיין אז זיין שטימע איז נאך די בעסטע אויף די טעיפ. נישט אז די אנדערע זענען בעצם נישט גוט, נאר דא אויף דעם טעיפ פוטשען זיי אין גרויסן..
ער איז היינט צוטאגס לויט מיין אפשאצונג אינער פון די בעסטע אדער די בעסטע חזן ממש איך ווער משוגע פאר אים זיינס א שטיקל טאקע אויף די לעצטע טעיפ איז דאך ממש אויסצוגיין
נא נחזור לענינינו אויב וויסטע קאן איך דיר אי-מעילען א עם פי 3 פייל וויאזוי יוסעלע זינגט און וועסטעך איבערצייגן אס סקומט נישט צי צו שטארק'ס און בכלל קען יאסעלע נישט אזוי שיין זינגען
קודם כל וויל איך קלארשטעלן אז איך מיין אינגאנצן נישט צי פירן א מערכה מיט שטארק איך הער צו זיינע שטיקלעך אין סאיז זייער געשמאק נאר וואס איך וויל יא איז אז דע דאזיגע פארשוינען וואס פארשטייען צו חזנות [לדוגמא טנור - באריטון, היי סי, קאלאראטורא אא"וו] און ברוחב תבונתם הייבן זיי אן צו קאמפערען אז שטארק איז אזוי ווי קווארטין אדער ווי קוסוויצקי מיט די חברה פיר איך א מערכה אין איך וויל זיי אויפקלערן אז "שטארק איז שטארק" און נישט עפעס אנדערש
אוי ואבוי לנו, וויי וויי אויף מיר, וואו בינעך אויף דער וועלט? איך האב אנגעהויבן מיט צוויי לייבן, וואס זענען נישט אין שטייג.
הערט אויס ביידען פון אייך: איך האב א מנהג, איך קריג זיך נישט מיט קיינעם, נאר אויב איך האב א שאנס צו געווינען.... אויב אבער זעה איך פון אנהויב אז איך האב נישט קיין שאנס, הויב איך נישט אן. דאס זעלביגע דא, איך הויב נישט אן מיט אייך ביידע נישט. איר קענט, איר ווייסט, איך נישט.
אין די אמאליגע צייטן בינעך געווען דא פון די הויפט חזנים-ליבהאבער, און פון די גרויסע מבינים. עכשיו שנתוספו ספסלי בית המדררש, בינעך פון די קליינע זנבים לאריות.
איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב אנגעהויבן טוהן אין חזנות, איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון די צוויי טערמינען: בריטון, טנור. יאך האב נישט געוואוסט אז עס זענען דא נאך טערמינען. אלזא, איך בעט אייך טוט מיט מיר די גענאדע, אפשר ווילט איר מיר טאקע אויסלערנען אט די אלע כללים? אומר ועושה, איך וועל אי"ה תיכף עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען: טערמינען איבער חזנות און חזנים. אזוי וועלן מיר קענען קריגן נאך אינפארמאציע אין דעם פעלד וואס איך גלייך אזוי שטארק.