חזן שטארק
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
איך זיך זיער שטארק קליפס פון חזן שטארקאון סתם הערן איז אויך גוט
סאלאדס איך פארשטיי סתם המון עם וואס האבן ליב, די שרייעדיגע קולות ווען ער ציט ארויף און דרייט, אבער א חזנות ליבהאבער וואס איז אויסגעקאכט, פארשטיי איך נישט. אבער מ'עט טאקע נישט גריבלען.
איך פלעג אמאל משתוקק זיין אים צו הערן, פונעם ערשטן מאל ווען ער האט געזינגען כגונא אלס חתן, כ"א כסליו אין ארמארי, אזוי יערליך מיט זיינע שטיקלעך, ווען איך האב אבער געהערט שפעטער די מקורות פון וואו ס'קומט און די ריכטיגע אלטע חזנים, איז מיר פארגאנגען דער כ'ווייסנישטוואס.

- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע:אין די גלייזן

- יאהאן וואלפגאנג
- מיגו דאיתקצאי
סאכדעס האט געשריבן:
טערסאנט, עס איז מיר נישט באקאנט. ווייסט אפשר אין וועכע אלבום מ'קען עס הערן? אלענפאלס, עס האט מיר אויסגעקוקט אביסל ווי יאסעלעס, אבער נישט דאס גאנצע. קאן זיין ווייל חזן שטארק, ענדלט מער אין קווארטין ווי אין יאסעלע'ן?!
אוי גאטעניו ווי נעמט מען אזויפיל כח צו לאכן
סאכדעס "יו מעיד מיי דעי"
ביי מיר אין קאפ ענדעלט שטארק'ס זינגען מער אין מיין באבענס קעצעלע ווי צי קווארטין
ודא עקא פארוואס די דערקענסט נישט אז דאס איז יוסעלע'ס שטיקל
נאך אזויפיל יארן זיין און גלות האט ער געטראכט אזער גייט נעמען יאסעלע'ס שטיקל און פארבעסערן ...... וועגן דעם זעט עס נישט אויס ווי יוסעלע
נא נחזור לענינינו אויב וויסטע קאן איך דיר אי-מעילען א עם פי 3 פייל וויאזוי יוסעלע זינגט און וועסטעך איבערצייגן אס סקומט נישט צי צו שטארק'ס און בכלל קען יאסעלע נישט אזוי שיין זינגען
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31452
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
כ'הער דיין ווייטאג, אבער איך אגרי נישט מיט דיין אזוי שארפן אגרעסיוועי מערכה קעגן שטארקן, פארגעס נישט ער איז פארט שטארק. :)
ביי חזנים איז דא א נפק"מ צווישן א טנור און א בריטון, כ'קלער אז דו ווייסט די נפק"מ. אלזא, יוסעלע איז געווען א טנור, און זבל קווארטין א בריטון, להבדיל שטארק, איז א בריטון א_ווי קווארטין, און עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפן, אפילו ער איז נישט ווער ווייסעך ווואס, און אפילו דו ווילסט איהם נישט צוזאמשטעלן מיט קווארטין, ענדלט ער אין קווארטין מער ווי אין יאסעלע. און איבער דעם האבעך געשריבן וואס כאבעך געשריבן.

פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
- מיגו דאיתקצאי
קודם כל וויל איך קלארשטעלן אז איך מיין אינגאנצן נישט צי פירן א מערכה מיט שטארק איך הער צו זיינע שטיקלעך אין סאיז זייער געשמאק
נאר וואס איך וויל יא איז אז דע דאזיגע פארשוינען וואס פארשטייען צו חזנות [לדוגמא טנור - באריטון, היי סי, קאלאראטורא אא"וו] און ברוחב תבונתם הייבן זיי אן צו קאמפערען אז שטארק איז אזוי ווי קווארטין אדער ווי קוסוויצקי מיט די חברה פיר איך א מערכה אין איך וויל זיי אויפקלערן אז "שטארק איז שטארק" און נישט עפעס אנדערש
און ביי דע וועי סאכדעס שטארק איז א ליריק טנור אינגאנצן נישט קיין בריטון
נאר וואס איך וויל יא איז אז דע דאזיגע פארשוינען וואס פארשטייען צו חזנות [לדוגמא טנור - באריטון, היי סי, קאלאראטורא אא"וו] און ברוחב תבונתם הייבן זיי אן צו קאמפערען אז שטארק איז אזוי ווי קווארטין אדער ווי קוסוויצקי מיט די חברה פיר איך א מערכה אין איך וויל זיי אויפקלערן אז "שטארק איז שטארק" און נישט עפעס אנדערש
און ביי דע וועי סאכדעס שטארק איז א ליריק טנור אינגאנצן נישט קיין בריטון
- סאכדעס
- שר שלשים אלף
- תגובות: 31452
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
- לאקאציע:אלעמאל נאנט צו התאחדות
- פארבינד זיך:
אוי ואבוי לנו, וויי וויי אויף מיר, וואו בינעך אויף דער וועלט? איך האב אנגעהויבן מיט צוויי לייבן, וואס זענען נישט אין שטייג.
הערט אויס ביידען פון אייך: איך האב א מנהג, איך קריג זיך נישט מיט קיינעם, נאר אויב איך האב א שאנס צו געווינען.... אויב אבער זעה איך פון אנהויב אז איך האב נישט קיין שאנס, הויב איך נישט אן. דאס זעלביגע דא, איך הויב נישט אן מיט אייך ביידע נישט. איר קענט, איר ווייסט, איך נישט.
אין די אמאליגע צייטן בינעך געווען דא פון די הויפט חזנים-ליבהאבער, און פון די גרויסע מבינים. עכשיו שנתוספו ספסלי בית המדררש, בינעך פון די קליינע זנבים לאריות.
איך וועל אייך זאגן דעם אמת, איך האב אנגעהויבן טוהן אין חזנות, איז מיר אויסגעקומען צו הערן פון די צוויי טערמינען: בריטון, טנור. יאך האב נישט געוואוסט אז עס זענען דא נאך טערמינען. אלזא, איך בעט אייך טוט מיט מיר די גענאדע, אפשר ווילט איר מיר טאקע אויסלערנען אט די אלע כללים?
אומר ועושה, איך וועל אי"ה תיכף עפענען אן אשכול מיט'ן נאמען: טערמינען איבער חזנות און חזנים. אזוי וועלן מיר קענען קריגן נאך אינפארמאציע אין דעם פעלד וואס איך גלייך אזוי שטארק.

- אלץ-ווייסער