שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

טעכנישע הילף פארן קאר אייגנטומער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אה, כ'ווייס נישט. כ'על אי"ה וויסן שפעטער.
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3705
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע:אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

האש שלי האט געשריבן: וואס מיינט זיין א מעמבער ביי זיי איך זעה עס איז גאנץ ביליג און אויב איז מען א מעמבער איז עס נאך צעהן סענט אראפ סמיינט א מעמבער צאהלט דארט 2.71

https://www.google.com/maps/place/Cumbe ... 74.1771394

יא, איך בין אויפגעסיינט ביי זיי קאמבערלענד פארמ'ס סאיז פשוט גאנצע 10סענט ביליגער ועל כולם מען ברויך בישט קיין סמארטפאון פאר דעם סאיז אבער אויך דא די אפשען פארדעם
עס ארבעט אזוי מען נעמט א קארטעל (מען קען זיך אויפסיינען קודם און נאכדעם נעמען סקארטעל ואין מוקדם ומאוחר) אין געשעפט און מען גייט ארויף אויך די סייט און מען רעדשעסטערד די קארטעל דורכן לינקען צו דיין באנק אקאונט, און מען סווייפט די קארטעל ביים נעמען די געז

איך האב נאר אויפגעכאפט א אנדערע זאך, איך בין נישט זיכער אבער איך מיין אז ווען איך פיל דארט אן, פילט זיך נישט אן מיין טאנק אינגאנצען, דהיינו איך פלעג קעמען אנפילן פאר 500 מייל און יעצט מאכן נעמען געז שטייט אז איך האב נאר 450 מייל צו גיין
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מיסטעריעז האט געשריבן: די צען צענט ביליגער פער גאלאן ביים נוצן ס'עפפ גייט נאך אן?

עז אפפ נאו גייט עס נישט אן מער.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איך האב שוין אפבאקומען מיין רעכענונג פון די עקססאן קארטל, איבערגעגאנגן מיינע רעסיטס און דער חשבון שטימט קלאר. כ'האב באקומען קרעדיט אויפן סטעיטמענט 50 צענט פער גאללאן גאז געקויפט אויף דעם קארטל.

בנוסף אויף דעם אז ביי עטליכע סטאנציעס האבן געגיבן 10 צענט אראפ ביים קויפן... צוזאמען איז 60 צענט פער גאללאן!.. ווארט, נאכניש פארטיג, ביי פלענטי'ן האב'ך באקומען 2 פוינטס פער גאללאן, דאס'ז 2 צענט. גרענד טאטעל: 62 צענט אראפ פער גאללאן געקויפט...

עי דאללער סעיווד איז עי דאללער עירנד...

די נייע רייוארד סיסטעם ביי עקססאן מאביל ארבייט שוין, עס רופט זיך ריווארד+, און זיי גיבן טאקע 15 פוינטס פער גאללאן געקויפט. דאס'ז א קיימא לן פון 65 צענט אראפ פער גאללאן. דהיינו; די 50 צענט פון די קארטל, און די 15 פוינטס פון (עמממ, נישט פלענטי...) די ריווארד+ סיסטעם.

שטייצעך ס'גייט נישט אנהאלטן צי לאנג, די 15 פוינטס איז נאר די ערשטע 30 טאג פון רעגיסטרירן, און נאכער איז'ס 3 פוינטס. און די 50 צענט אראפ איז אויך נאר די ערשטע 2 חדשים, נאכדעם איז עס 6 אדער 12 צענט אראפ. (עפעס שרייבן זיי לעצטענס ווען 12 צענט אראפ, כ'על'ס ברויכן בעסער איבערלייענען).

בכל אופן, אפילו מען האט נישט זייער קרעדיט קארטל, קען מען כאטש געניסן פון די ריווארדס+ סיסטעם.
אוועטאר
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9768
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

זיי רעכענען די פרייז פון קעש אדער קרעדיט, אויב מ'נוצט אן עקסאן קארטל?
האט איר שוין גערופן אייערע עלטערן היינט? כבד את אביך ואת אמך למען יאריכון ימיך... פאר מער זעה דא
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

אויב כ'געדענק גוט; קרעדיט פרייזן. (וואלטן טאקע געמעגט דאס פראמאוטען.. אבער דאס האט געווענליך מיט די סטעישאן זעלבסט וואס עס קאסט זיי צו פראסעסען די קרעדיט קארד טראנזעקשאנס.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

פליגל האט געשריבן: די נייע shell עפפ איז גאנץ געשמאק, עס האט נאך א באונעס אדנר צוויי.

קודם אז נאכן ערשטן מאל ניצן א מינימיום פון 5 גאללאן באקומט מען די נעקסטע פיל-אפ א קווארטער אראפ פער גאללאן, צו א טאטעל פון 20 גאללאן, דאס איז 5 טולער געשפארט אויף א טא ק געז.

דאס איז נאר אן איינצעלנע מאל געשעפט.

די אנדערע האלט לכאורה אן לענגער; אז נאך יעדע 4 מאל וואס מען פילט אן ניצענדיג די עפפ באקומט מען די 5'טע פיל-אפ אן איבעריגע 5 צענט אראפ פער גאללאן.

די פירמע שעלל האט געגרינדעט א נייער עפפ "שעלל" (אנשטאט עס פשוט אפדעיטען די אלטע). זיי זענען מעורר דעם המון עס צו דאונלאודען און אקטיוויזירן.

די מעלה פון די נייע עפפ איז אז מען קען שוין ארויפשטעלן א קרעדיט קארטל אויפן אקאונט אלס א פעימענט מעטהאד, אנשטאט ווי די אלטע וואו מ'האט געקענט נאר באצאלן דורך טשעיס-פעי. ווי אויך קען מען ארויפסיינען א טשעקינג אקאונט.

די אלטע "שעלל" עפפ גייט בקרוב ווערן אומבאניצבאר.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8279
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אקעי כמיין כהאב שוין עפעס איינס אהאלב דאלער אויף מיין עקססאן קארטל... כשפאר שוין
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

פרייזן טראסקענען און אין וומ"ס איז דער SHELL סטעישאן ביי קלעססאן און פלאשינג היבש ביליג, און ווען מען שרייבט זיך איין ביי זיי איז עס נאך ביליגער מיט עטליכע צענט.

א שטיקל חזרה:
ביי BP באקומט מען 1 צענט אףף פער גאללאן (מאקס 20 דאללאן) פאר איעדע 10 טולער וואס מען ספענט.
דהיינו, ווען מען קויפט פאר 40 טולער באקומט מען דעם נעקסטן פיול-אפ 4 צענט אראפ פער גאללאן.
מען קען אנסעיווען די פוינטס ביז עס עקספייערט. אלגעמיינע פוינטס האלטן זיך פאר 365 טעג, אנדערע דיסקאונטס קומען מיט א צייט אפשניט.
מען סיינט זיך דא ארויף און זיי שיקן מפעם לפעם נאך אנדערע פראמאושענס.

ביי EXXON אדער MOBIL איז דא עטליכע שטאפלען:
די +REWARD סיסטעם
די +Speedpass עפפ.
און זייער קרעדיט קארטל.

די ריווארד סיסטעם גיבט צוריק די ערשטע 30 טאג 15 פוינטס (פוינט=צענט) פער גאללאן, נאכדעם נאר 3 צענט פער גאללאן געקויפט, און טייל מאל וועט עס גיבן 5 צענט פער גאללאן.
די ספיעדפעסס עפפ קען אויך אמאל גיבן עפעס.
די קרעדיט קארטל זייערס באקומט מען אויפן סטעיטמענט עטליכע צענט פער גאללאן קרעדיט צום טאטעל. אנהויב גיבט עס מער קרעדיט, נאך 2 חדשים בלייבט עס ביי 6 צענט.

הצלחה רבה
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

ארויפ געסיינט פארוואס נישט..
ווי אזוי באקים איך די געלט וואס איך גיי מאכן איך האב נישט אריין געלייגט קיין קארטל?
און ווען לייג איך אריין די נאמבער איך האב נישט געזין אז זיי זאלען האבן אזא אפשן ווען מען נעמט געז?
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

איר ריידט פון shell?

ביים פאמפ ברויך מען סעלעקטן פון די סקרין:
FR/ Stop & Shop.

נאכער דרוקט מען די
Alt ID.
דאס'ז געווענליך די סעל נומער וואס מ' אט אריינגעלייגט ביים זיך אויפסיינען.

עס גייט שטיין:welcome wow a1, you have 0.05¢ off per gallon
Wow a1
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Wow a1 »

איך באקים די געלט אויפן פלאץ הייסט עס איז בילגער?
אויב יא וואס הייסט אז עס אקספייערט
( איך האב אויסגעוולט אז איך באקים בילגער נידט מיילטש
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

ביי שעלל באקומט מען דעם דיסקאונט אויפן פלאץ, און דאס איז אזוי ווי מען זאגט: לכבוד'ן אייך זיין א מעמבער ביינונז באקומט איר ביליגער.

זיי האבן מפעם לפעם נאך דיסקאונטס וואס דאן באקומט מען נאך אפאר צענט ביליגער, וואס דאס קענען עקספייערן.

זיי האבן 2 עפפס, עס'ז ראטזאם צו האבן ביידע פון זיי:
Fuel Rewards
Shell US

די "ריווארדס" עפפ האלט חשבון אויף די ריווארדס, און די "שעלל" עפפ איז געמאכט אנצופילן ביים פאמפ. מען ברויך אנשטעלן אז דער "שעלל" עפפ זאל האבן די אינפאו פון די "ריווארד" אקאונט אז עס זאל ארבייטן ביינעזאם.

זייערע דיסקאונטס קענען געשען דורך עטליכע זאכן:
טאמער מען קויפט נאפט דורך ניצן זייער עפפ 4 מאל (א מינימיום פון 5 גאללאן איטליכער מאל) דאן ביים 5'טן מאל באקומט מען נאך אפאר צענט ביליגער.
דוכציך ביים צווייטן מאל ניצן דעם עפפ באקומט מען אויך עטליכע צענט אראפ, אלס א וועלקאם.

די סארט פוינטס קענען עקספייערן, דער עפפ דערציילט ווען.



די BP ריווארד סיטעם ארבייט מיט'ן באקומען דיסקאונטס הערשט נאכן ניצן עס און די פוינטס עקספייערן.



בכלל איז גאייגענט אז מען לינקט די אקאונט צו א קרעדיט קארטל (מען 'מוז" נישט) אז ווען מ'קומט אן צום פאמפ ווייסט שוין דער פאמפ וואס און ווער עס קויפט און וואו די פוינטס האלטן.
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1929
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

מ'קען קויפן א שעל גיפט קארד און צאלן די קעש פרייז

https://www.cardcash.com/buy-gift-cards ... ard-cards/
אוועטאר
לפנות בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3501
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 04, 2019 7:58 pm
לאקאציע:ששש..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפנות בוקר »

?are there any deals for this summer
לפנות בוקר
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די בי.פי. חברה גייען טוישן זייער ריווארד סיסטעם, מען ברויך אויסניצן די גאנצע ריווארדס איידער סעפט. 30 למספרם.

קאוד: וועל אויס אלע

 Driver Rewards
                                      is changingYour rewards balance must be used by September 30. This fall a new rewards experience is headed your way. Before it begins, you need to redeem your cents off per gallon rewards—you have until September 30. And you can keep earning until then, too. But remember, if you don’t use ‘em you lose ‘em. So be sure to use ‘em!Learn more





              Don't miss out on savings All rewards must be redeemed by September 30.Find a station





              New rewards experience coming soon.Until then, here's what to do.Check your balance
                                      in the BPme app. Earn and redeem rewards
                                      through September 30. Text NEWS to 388-31
                                      to get the latest on
                                      rewards changes
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פליגל האט געשריבן:
ביטע זייט וויסן אז זאכן טוישן זיך איעדע שטיק צייט. טייל דיסקאונטס אדער ריווארדס זענען שוין אנדערש אדער גענצליך געטוישט, אדער זאגאר בכלל נישט עקזיסטירענט. ביטע לייענט דורך דעם אשכול אינגאנצן ביזן סוף אדער הויבט אן פונעם לעצטן תגובה און צוריק פאר די לעצטערע אפדעיטס.

----

ווען עס קומט צו גאזאלין קויפן זענען דא עטליכע סוגים קויפערס, איינע וועלן קוקן אויף די פרייז, אנדערע וועלן קוקן אויף'ן ברענד, ווי אויך זענען דא וואס וואלטן געקענט באשטיין צו טאהן ביידע..

איז אזוי; די 3 בעסערע געזאלין ברענדס זענען: BP, SHELL, און EXXON.

ביי SHELL קען מען זיך דא ארויפסיינען און מען פילט אויס די אפליקאציע, עס פארלאנגט נישט קיין גרויסע תורות, און פשוט נאר פאר די פאקט אז מען איז א מעמבער באקומט מען שוין 3¢ ביליגער ווי די פרייז ביים פאמפ. ווי אויך האבן זיי מפעם לפעם אנדערע אפפערס מיט פראמאושענס, א שטייגער ווי אז מען לינקד א מעסטער קארד צו די אקאונט דאן באקומט מען פאר די נעקסטע פיל-אפ 25¢ ביליגער פער גאללאן, מען מוז נישט ניצן דייקא די מעסטער קארד. טאמער ניצט מען די מעסטער קארד ביי איינע פון זייערע אפפערס דאן באקומט מען נאך אפאר צענט אראפ ביי די קומענדיגע פיל-אפ.

אויך האבן זיי היצט א פראמאושען אז אויב קויפט מען 4 מאל א חודש א מינימיום פון 8 גאללאן איטליכע מאל, דאן באקומט מען די 5'טע מאל 10¢ אראפ פער גאללאן.

ווי אויך אויב קויפט מען סופפער באקומט מען די נעקסטע פולל-אפ 10 צענט אראפ פער גאללאן‎.

אויב לאדענט מען איין איינעם צו די סיסטעם און יענער קויפט א מינימיום פון 8 גאללאן, דאן באקומט דער שדכן 25¢ אראפ פער גאללאן.

נאוט: די מאקסימיום קרעדיט וואס מען באקומט איז פאר די ערשטע 20 גאללאן. נאכדעם הויבט מען אן צוריק פון אנהויב. לדוגמא: איך האב לעצטענס גענוצט ביי זיי 35¢ פער גאללאן, איך האב זיכער געמאכט צו ניצן די מאקסימיום, איך האב זיך געשפארט $7.00.

זיי האבן אן ענדרויד עפפ גערופן: FUEL REWARDS

***************

נאכדעם איז דא BP, ביי זיי קען מען זיך ארויפסיינען צו באקומען פאר איעדע 10 טולער וואס מען קויפט איין געזאלין; 1 צענט אראפ פער גאללאן פאר די קומענדיגע מאל מען פילט אן.
דהיינו, מען האט אנגעפילט פאר 20 טולער (נישט קיין חילוק אין די סכום גאללאן), באקומט מען די קומענדיגע מאל 2¢ אראפ פער גאללאן, מען קען זיך דאס אפשפארען ביז מען באקומט שפעטער נאך און נאך, איך צב"ש האב שוין זייט'ן זוממער זיך גוט אפגעשפארט ביי זיי אז האפענטליך וועט דאס מיר איין טאג אויסקומען צו באקומען א טאנק געז פאר כמעט אומזיסט (איך זאג כמעט ווייל א מינימיום פון 10.9¢ פער גאללאן מוז מען באצאלען.

זיי האבן אמאל געהאט נאך אפפערס וואס האט שוין עקספייערט, אבער מעגליך וועט נאך איין טאג צוריקקומען.

ביי זיי קען מען לינקען א VISA קארטל, אזוי ארום ברויך מען גארנישט טאהן מער, די סיסטעם וועט קאאפערירן ווי כאילו דו האסט אריינגעלייגט זייער ריווארד קארטל.

ביי זיי אויך, די ריוח ארבייט פאר א מאקס פון 20 גאללאן.

זיי האבן לפי ידעתי נישט קיין ענדרויד עפפ.

*************

נאכדעם איז דא EXXON (און אויך MOBIL), ביי זיי קען זיך ארויפסיינען צו א ריווארד פירמע וואס הייסט PLENTI.
דאס גילט אויך פאר די וואס ניצן MOBIL.
ביי זיי באקומט מען צוריק 1 פוינט פער גאללאן וואס מען קויפט, האסט געקויפט 15 גאללאן באקומסטו 15 פוינטס. איעדע פוינט איז 1¢. נאכדעם האבן זיי היבש אנדערע געשעפטן "PARTNERS" וואס זענען מיט זיי אנגעקניפט אז טאמער קויפט מען ביי זיי און מען ניצט דעם PLENTI ריווארד אקאונט קען מען צוריק באקומען עפעס א געוויסע סכום פוינטס. ווי אויך פארן איינקויפן אינעם געשעפטל פונעם געז סטעישאן קען מען צוריק באקומען עטליכע פוינטס פער דולער, אמאל מער אמאל ווייניגער. און אויך קענען זיי האבן אז נאר פארן קומען קויפן א מינימיום באקומט מען דזשאסט לייק דיס א גאנצע זאפאס מיט פוינטס.

ביי אסאך פון זייערע אפפערס ברויך מען אסאך מאל זיך אריינלאגען אין די אקאונט און דארט "אקטיוויזירן" די אפפער. און רוב מאל איז'ס נאר אוועילעבל פאר אפאר טאג.

זיי האבן אן ענדרויד עפפ גערופן: PLENTI.

**********

די אלע אויבן דערמאנטע האבן א וועבסייט וואו מען קען מיטהאלטן אלע אקטיוויטעטן און האלטן חשבון אויף די חשבון.

ווי אויך האבן די אלע אן אפפער אויב מען אפלייעט ביי זיי פאר א קרעדיט קארטל, אבער נישט פון דעם האב איך גערעדט.

גיין צו 'קַאצקָא' איז נישט ביליגער?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

מ'רעדט פון די געז ביז קאצקא.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פליגל האט געשריבן: מ'רעדט פון די געז ביז קאצקא.

איך פרעג באמת, איז נישט גרינגער און פשט'ער זיך אריינלייגן אין די מאד אז איך קויף געז ביי קאצקא, און פארטיג?!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

לייגן לייגט מען זיך אריין אין בעט.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

פליגל האט געשריבן: לייגן לייגט מען זיך אריין אין בעט.

מען לייגט זיך אריין אין א שטיקל גמרא!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
דריידל
שר עשרת אלפים
תגובות: 10266
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

די ביליגסטע גאז סטעישאן וואס איך האב געטראפן אויפ'ן וועג קיין אפסטעיט איז exxon אויפ'ן 17 בערך א מייל פאר'ן 4. (ווען מ'נעמט די וואשינגטאן בריזש וועט מען עס נישט אריבערפארן). נעכטן האב איך געזעהן די פרייז דארט 2.3999 און זיי טשארזשן נישט מער פאר ק.ק. אפפ ברענד קען מען אפשר טרעפן ביליגער אבער איך וואלט עס נישט פראבירט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

דריידל האט געשריבן: די ביליגסטע גאז סטעישאן וואס איך האב געטראפן אויפ'ן וועג קיין אפסטעיט איז exxon אויפ'ן 17 בערך א מייל פאר'ן 4. (ווען מ'נעמט די וואשינגטאן בריזש וועט מען עס נישט אריבערפארן). נעכטן האב איך געזעהן די פרייז דארט 2.3999 און זיי טשארזשן נישט מער פאר ק.ק. אפפ ברענד קען מען אפשר טרעפן ביליגער אבער איך וואלט עס נישט פראבירט.

פארהאן עטליכע exxon סטאנציעס אויפן נ.ג. 17, היינט איז די ביליגסטע פון זיי 2.4199 (הערשט יעצט אדורכגעפארן).
דערצו אויב איז מען אויפגעסיינט אלס א מעמבער קומט עס אויס נאך ביליגער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

דריידל האט געשריבן: די ביליגסטע גאז סטעישאן וואס איך האב געטראפן אויפ'ן וועג קיין אפסטעיט איז exxon אויפ'ן 17 בערך א מייל פאר'ן 4. (ווען מ'נעמט די וואשינגטאן בריזש וועט מען עס נישט אריבערפארן אויסער אז מ'קומט מיט'ן 80-95). נעכטן האב איך געזעהן די פרייז דארט 2.3999 און זיי טשארזשן נישט מער פאר ק.ק. אפפ ברענד קען מען אפשר טרעפן ביליגער אבער איך וואלט עס נישט פראבירט.
אוועטאר
פליגל
שר ששת אלפים
תגובות: 6370
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע:ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די speedpass+ app איז שוין אראפ פון ארענע! אקורשט אפדייטעד די נייע עפפ רופט זיך exxon mobil reward און עס נעמט איבער אלע פונקציעס וואס די אלטע עפפ פלעגט טאהן. כ'ביניש זיכער אויב איינער די אלטע סעטינגס קומען מיט. ע"כ קוקט גוט איבער דאס גאנצע סעטינגס און שטעלט צוריק וואס עס פעלט. די וויכטיגסטע איז די פעימענט מעטהאד.



דערמאנונג:
די וואס האבן אנגעזאמעלט עפעס סעיווינגס ביי bp זאלן עס זען אויסציניצען בעוד מועד, ווייל אום אקט. 1 למספ' גייט עס מער נישט זיין אוועילעבל און מען גייט עס פארלירן. זיי גייען אויך ארום טוישן און עס קומט א גענצליך נייע סיסטעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאר הילף”