בלאט 5פון 6

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2021 12:15 pm
דורך א פוינט
שטומפיג האט געשריבן:
א פוינט האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן: אלע

מען דארף אבער עקטיוועיטען די אפפער, ניין?

יא

איטערסאנט פארוואס זיי האבן נישט געשיקט קיין אימעיל דערפון (קען זיין אז איך האב עס נישט ווייל כ'האב שוין געהאט די אפפער אפאר חדשים צוריק)

יעדע 3 חדשים געבן זיי 5 פראצענט ביי א צווייט Category, געווענליך שיקן זיי יא א אימעיל ווען מ'קען עס עקטיוועטן, טשעק אין די אימעיל סעטינגס אין דיין אנליין אקאונט.

ס'נאר ביי די 'פלעקס'. ניין?

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: מיטוואך אפריל 07, 2021 12:39 pm
דורך שטומפיג
א פוינט האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
א פוינט האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן: מען דארף אבער עקטיוועיטען די אפפער, ניין?

יא

איטערסאנט פארוואס זיי האבן נישט געשיקט קיין אימעיל דערפון (קען זיין אז איך האב עס נישט ווייל כ'האב שוין געהאט די אפפער אפאר חדשים צוריק)

יעדע 3 חדשים געבן זיי 5 פראצענט ביי א צווייט Category, געווענליך שיקן זיי יא א אימעיל ווען מ'קען עס עקטיוועטן, טשעק אין די אימעיל סעטינגס אין דיין אנליין אקאונט.

ס'נאר ביי די 'פלעקס'. ניין?

ניין.
פרידאם און פלעקס זענען די זעלבע קארטל. פלעקס איז מער א נייערע אויסשטעל. (ווס. די אנלימיטעד וואס איז א אנדערע מין קארטל)

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 08, 2021 10:14 am
דורך א פוינט
קען זיין וועגן מיין קארטל איז 'פרידאם אנלימיטעד'

Re:

געשריבן: מוצ"ש אפריל 10, 2021 11:19 pm
דורך שטומפיג
#פינג
פליגל האט געשריבן:
איך ווייס נישט אויב איך האב שוין אמאל אינזין געהאט איבערצולאזן א דאנק פארן פותח האשכול @פליגל פארן מיך שפארן אסאך געלט דורכן מיך מגלה זיין די סוד פון די אלע פראגראמען.
די זכות זאל דיר ביישטיין.

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: זונטאג אפריל 11, 2021 1:36 am
דורך פליגל
יישר כח! כ'האב הנאה צו הערן אז אידן פארדינען דורך מיינע טיפס, עס'ז א גוטע פיעלינג.

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: זונטאג יוני 06, 2021 12:20 pm
דורך פליגל
פליגל האט געשריבן: עס זענען דא בעסערע קוואליטעט ווי אנדערע. געוויסע פירמעס ניצן "טאפ טיער" דיטערזשענט אין די נאפט וואס מאכט עס צו זיין א בעסערע קוואליטעט. די פירמעס זענען בערך: בי.פי. עקקסאן. שעלל. קאנאקא. מאביל. וועלערא(כ'געדענק נישט וועלכע נאך, אפשר סאנאקא?).

טייל פירמעס האבן עס זיכער נישט.

ווי אויך ברויך מען וויסן אז די אלע 3'טע-פארטי געז סטעישאן זענען בכלל נישט פארפליכטעט צו ניצן איין געוויסע סארט אדער פירמע סחורה, זיי קענען ניצן פון עטליכע און מער ביליגערע סארט. יענע זענען טאקע ביליג אבער נישט פון די בעסטע סארט, נישט געאייגענט צו ניצן פאר אן אייגענע קאר וואס מ'וויל האלטן פאר לאנגע יארן. חוץ מזה וואס די בעסערע גיבן א בעסערע דרייוו.

(צוגעלייגט וועלערא צום ליסטע פון טאפ-טיער)

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: פרייטאג יוני 11, 2021 9:04 am
דורך א פיינע מענטש
נעבן מאנסי איז דא די 76 געז סטעשאן. וואס גי געז איז ביליגער ווי אנדערע פלעצער מיט א שיינע פאר סענט. זיי האבן אויך עפעס א ריווארד פראגראם, ווייסט איינער וויאזוי עס ארבעט ?

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 2:00 pm
דורך א גרינער
noname (9).jpg
noname (9).jpg (122.98 KiB) געזען 3500 מאל

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 1:31 pm
דורך פארנדיג
א פיינע מענטש האט געשריבן: נעבן מאנסי איז דא די 76 געז סטעשאן. וואס גי געז איז ביליגער ווי אנדערע פלעצער מיט א שיינע פאר סענט. זיי האבן אויך עפעס א ריווארד פראגראם, ווייסט איינער וויאזוי עס ארבעט ?


איז דא א חילוק אין די גאז צווישן איין פירמע און ס'אנדערע?
האב איך אמאל געהערט אז אפילו די זעלבע פירמע, קען עס זיין אנדערע קוואליטעט, געוואנדן וועלכע סטעיט. יעדע סטעיט לאזט אנדערש בראקן און מישן. ריכטיג?

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 5:34 pm
דורך דעת בעל הבית
פארנדיג האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן: נעבן מאנסי איז דא די 76 געז סטעשאן. וואס גי געז איז ביליגער ווי אנדערע פלעצער מיט א שיינע פאר סענט. זיי האבן אויך עפעס א ריווארד פראגראם, ווייסט איינער וויאזוי עס ארבעט ?


איז דא א חילוק אין די גאז צווישן איין פירמע און ס'אנדערע?
האב איך אמאל געהערט אז אפילו די זעלבע פירמע, קען עס זיין אנדערע קוואליטעט, געוואנדן וועלכע סטעיט. יעדע סטעיט לאזט אנדערש בראקן און מישן. ריכטיג?

צווישן איין קאמפאני און די אנדערע איז זיכער דא א חילוק און די קענסט עס אליין זעהן ביי די מפ”ג

טייפן מיט הענטשקעס איז אביסל שווער ברויכט מען פארעכטן די תגובה מער פון איין מאל, נאכן באמערקן נאך מיסטעיקס וואס איז געשען א דאנק די הענטשקעס...

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2021 5:35 pm
דורך דעת בעל הבית
איך האב געעפנט אן אקאונט ביי שעלס צו באקומען די 5 סענט אויף א גאלן אבער נישט אייביג געבט ער מיך בכלל די געלעגנהייט צו אריין לייגן מיין קאוד

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: פרייטאג נאוועמבער 12, 2021 12:55 pm
דורך שטומפיג
דעת בעל הבית האט געשריבן: איך האב געעפנט אן אקאונט ביי שעלס צו באקומען די 5 סענט אויף א גאלן אבער נישט אייביג געבט ער מיך בכלל די געלעגנהייט צו אריין לייגן מיין קאוד

איך נוץ עס שוין אפאר יאר, קיינמאל נישט באגעגנט אז ער זאל נישט געבן קיין געלעגנהייט

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:07 pm
דורך פארנדיג
דעת בעל הבית האט געשריבן: איך האב געעפנט אן אקאונט ביי שעלס צו באקומען די 5 סענט אויף א גאלן אבער נישט אייביג געבט ער מיך בכלל די געלעגנהייט צו אריין לייגן מיין קאוד


מיר בעטן זיי אפילו נישט קיין קאוד. זיי דערקענען מיין אקאונט דורך מיין דעביט קארטל וואס כ'האב רעגיסטרירט ביי זיי און זיי רעכענען אייביג אראפ 5 צענט פער גאלאן

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 2:19 pm
דורך דעת בעל הבית
פארנדיג האט געשריבן:
דעת בעל הבית האט געשריבן: איך האב געעפנט אן אקאונט ביי שעלס צו באקומען די 5 סענט אויף א גאלן אבער נישט אייביג געבט ער מיך בכלל די געלעגנהייט צו אריין לייגן מיין קאוד


מיר בעטן זיי אפילו נישט קיין קאוד. זיי דערקענען מיין אקאונט דורך מיין דעביט קארטל וואס כ'האב רעגיסטרירט ביי זיי און זיי רעכענען אייביג אראפ 5 צענט פער גאלאן

קען זיין דאס איז די מעשה ביי מיר אויך כ’קוק נישט אויפן פרייז

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 18, 2021 7:44 pm
דורך נעגלוואסער
:twisted:

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 1:39 am
דורך שטומפיג
נעגלוואסער האט געשריבן: :twisted:

:lol:;l;p-

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 12:00 pm
דורך את פתח לו
לוינט זיך צו ווארטן א טאג צוויי צו אנפילען די קאר? אדער סהעט נעמען לענגער ביז די פרייזען וועלן דראפן?

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 23, 2021 1:33 pm
דורך Kollel
חחחחח..

טשעיס פרידאם אנלימיטעד געט 5% קעשבעק

Earn 5% back on your ExxonMobil Pay-At-Pump purchase, with a $2.50 back maximum .

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 07, 2022 6:55 pm
דורך בשבילי נברא
פליגל האט געשריבן: יישר כח! כ'האב הנאה צו הערן אז אידן פארדינען דורך מיינע טיפס, עס'ז א גוטע פיעלינג.

איך וויל אויך מוליך זיין את הקול צום עוף השמים (פליגל) זיך צו באדאנקן פארן שרייבן דא די אלע אינפארמאציע.

און נאכדערצו ווען ס'קומט מיט דיין געשמאקע צופלויגענע פליגעל'דיגע שפראך.. כשלחן הערוך ומוכן למלאות הטאנק..

ס'קומט מיר כסדר צונוץ. יישר כח!

גראדע קען עס נוצן א שטיקל איבערפרישונג, ווייל אסאך פון די אינפארמאציע אינעם ערשטן תגובה פונעם אשכול זענען היינט היפש אנדערש פון פארדעם.

מוז נישט זיין יעצט.. קען אויך זיין ביים קומענדיגן געלעגנהייט ווען דיין פליגל שטעלט זיך אמאל אפ פון ארומפליען...

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 07, 2022 9:58 pm
דורך פליגל
ביסט הייליג גערעכט.. דער עיקר איז מען זאל זיך אויפסיינען ביי די פירמעס און מען קען זיך שפארן עטליכע גרייצער פער פיל-אפ. (ביי שעלל זאל מען ניצן דעם לינק )

ביי BP ארבייט עס אז מען מוז האבן געקויפט אין ווערט פון 100 טולער. חודש אנצוהאלטן דעם באונוס פון 5 צענט אראפ פער גאללאן. הגם מיט די היצטיגע פרייזן איז עס גרינגער, אבער ביי זיי האט עס א מעלה אז מען קען אויפן עפפ ארויפלייגן עטליכע קרעדיט קארטלעך און עס קען גיין בשותפות מיט עטליכע מענטשן. איך טוה טאקע אזוי מיט מיין טאטע און עטליכע שוואגערס. ס'יז א מעכייע.

ביי די אנדערע איז אויך דא היבשע שינויים, העלמיר זען א צווייט מאל צו אפדעיטן.

אגב, זע'ך אז דער סטעישאן נעבן הופער ביהמ"ד איז מיט עטליכע צענט ביליגער ווי ארום, מען זאגט אז עס האט א נייע אייגענטומער, געווענליך וועלן זיי זיין ביליג פאר א שטיקל תקופה.

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: פרייטאג אפריל 08, 2022 12:07 am
דורך בשבילי נברא
יישר כח הרב פליגל פארן קומען צו פליען אזוי שנעל... ובעל כנפים יגיד דבר - דער פליגל רעדט צום זאך...

סתם א עצה טובה צו האלטן אן אויג אויף די אימעילס פון די קאמפאני'ס ווי מ'איז אויפגעסיינט ווייל זיי קענען שיקן גאנץ פיינע פראמאושענס פון צייט צו צייט.

געווען א שטיק צייט וואס ביפּי געז האט מיר געשיקט כמעט חודש'ליך אז זיי געבן מיר 5 צענט אראפ פער גאלאן פארן גאנצן חודש אן קיין לימיטס אדער תנאים, אזוי אויך עקסאן-מאביל שיקט דאבל ריווארדס אדער אנדערע כמעשה'דיגע אפפערס דא און דארט.

אזוי אויך שעל'ס Fuel Rewards שיקט ארום יעדע שטיק צייט אן אפפער אז אויב מ'פילט אן פיר מאל דעם חודש פאר פינף גאלאן אדער מער, וועלן זיי געבן א איינמאליגע 25 סענט אראפ דעם קומענדיגן חודש.

נאך א זאך איז כדאי צו וויסן פאר איינעם וואס האט א דעווייס, אז מ'קען אינסטאלירן דעם שעלל עפפ, (ס'איז א באזונדערע זאך פון זייער פיול-ריווארדס פראגראם), און דארט קען מען זיך אויפסיינען צו צאלן פאר די געז אין די עפפ דורך שעל'ס אייגענע פעימענט סיסטעם וואס הייסט Shell Pay, און פארדעם געבן זיי נאך פינף סענט אראפ פער גאלאן. דאס איז בנוסף צו די רעגולער 3 אדער פינף סענט פון די פיול-ריווארדס דיסקאונט.

די שעלל-פעי קאסט נישט גארנישט, און ס'ברויך נישט קיין קרעדיט טשעק, ס'איז ענליך צו גוגל פעי אדער עפל פעי, אבער איין חסרון האט עס אז מ'קען נאר מאכן אז די פעימענט פאר די געז זאל ארויסגיין דירעקט פון א באנק אקאונט, און נישט פון א קרעדיט קארד.

אין די שעלל עפפ האבן זיי אויך כסדר אן אפפער פון א איינמאליגע פינף סענט אראפ פער גאלאן, נאך יעדע פיר מאל אנפילן דעם טאנק מיט פינף גאלאן אדער מער.

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: פרייטאג אפריל 08, 2022 12:48 am
דורך מיסטעריעז
בשבילי נברא האט געשריבן: עקסאן-מאביל שיקט דאבל ריווארדס אדער אנדערע כמעשה'דיגע אפפערס דא און דארט.

א טאג נאכן אנפילן א גאנצן טאנק:lol:בדוק ומנוסה

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 2:25 pm
דורך מאנסי געבוירענער
צ/ק
נאך מעגליך?

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 3:07 pm
דורך טוט זיך...?
מאנסי געבוירענער האט געשריבן:
צ/ק
נאך מעגליך?
דורך בלייבן אינדערהיים

Re: שפארט אייך געלט ביים קויפן געזאלין.

געשריבן: מאנטאג יולי 11, 2022 4:20 pm
דורך שטומפיג
די עקסאן מאוביל פוינטס עקספייערן?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: