מעדזשאר אדער מיינאר?, אדער עפעס אנדערש?.
איך טראכט אז ס'וועט אפילו נישט אויספעלן צו פרעגן ממש אלע ניגונים וואס איז פארהאן, נאר נאך א געוויסע צאל ניגונים וועט שוין דער עולם אליינס כאפן דעם חילוק בבחינת תן לחכם ויחכם עוד, ובשם ה' נעשה ונצליח.
וזה החלי בעזר צורי:
1. די סאטמארע 6'טע הקפה ניגון, מעדזשער אדער מיינאר?
2. סקווירא מצוה טאנץ, מיינאר אדער מעדזשער?
3. וויזניץ מצוה טאנץ, כנ"ל ?
4. ישיש עליך מר' בנציון שענקר, מה זה?
5. אהללה סקולען, זה מעדזשער או מיינאר?
6. וגם אהללה של בוקסבום סקווער, מה זה?
אקעי קודם דאס פאר די התחלה, ביטע אויב ווייסט איר וואס די ענטפער איז, אל תמנע טוב טוט א געפעליגקייט און ענטפער , מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין.
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.